שפארזאם אדער קארג?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6614 מאל

שפארזאם אדער קארג?

שליחה דורך הוגה »

איך מוז מקדים זיין אז איך פערזענליך האלט נישט אז איך בין א קארגער, איך האלט אז איך בין שפארזאם און נישט מער.

כ'מיין, איך גיב דאך א קוואדער פאר יעדע שנארער אין בית המדרש, איך צאל א שיינע סכום שכ"ל פאר מיינע קינדער, און איבער דעם א מכובד'יגער סכום ביים יערליכע דינער. איך לעב א נארמאלע לעבן און איך לייג נאך אוועק א סכום הגון אין סעיווינגס.

היות איך טאלעריר אנדערע מענטשנ'ס מיינונגען בין איך גרייט צו הערן וואס די עולם האלט. איך וועל געבן אפאר דוגמאות און איך וועל אי"ה מוסיף זיין מער מיט די צייט.

דוגמאות:

איך וועל ענדערש נוצן געהעריגע געשיר און עס וואשן ווי איידער נוצן דיספאזעבל. פארשטייט זיך אז איך לאז מיין ווייב און קינדער נוצן דיספאזעביל.

איך נוץ איבער דיספאזעביל גלעזער מער ווי איין מאל. למשל, איך קען נוצן די זעלבע קאווע גלעזל צוויי טאג. איך טו די זעלבע ווען איך טרינק מער ווי איין קאווע אין בית המדרש אדער ביי די ארבייט.

ווען מיין ווייב אפערט מיך א קאווע צופרי פארן דאווענען זאג איך איר אז עס איז א שאד, איך קען דאך טרונקן פון בית המדרש.

איך נוץ בערך צוויי דריטל פון א פעקל ספלענדא פער קאווע. איך לייג אלעמאל צוריק אין באקס די איבערגעבליבענע.

איך טרונק נאר סינק וואסער טראץ דעם וואס ביי מיר אין דער היים איז דא א שפע פון געבאטעלטע וואסער.

איך וועל בשו"א נישט באצאלן פאר אן אתרג מער ווי פופציג דאלער. (בעצם איז דאס א שיטה זאך, העמיר עס לאזן פאר אן עקסטרע שמועס.)

איך פאר כמעט נאר מיט אפענע פענסטער אין שטאט אנשטאט מיט עיר קאנדישאן, ווייל איך רעד מיך איין אז איך שפאר גאזאלין.

חנוכה און שבת פיל איך אן די גלעזלעך מיט אויל נאר אויף העלפט ווייל איך האלט אז עס פעלט נישט אויס מער.

איך טויש העמדער נאר איין מאל אין צוויי טעג צו שפארן די דאלער און א פערטל פון קלינערס.
דיסקלעימער: זאקן און אונטערוועש טויש איך יא טעגליך!!! :|

איך טרעף אלעמאל וואו צו קויפן מצות אויף פסח פאר גאר ביליג. (נישט פון קיין צדקה ארגעניזאציעס)

ווען איך גיי צו א וואך נאכט (בערך איין מאל א וואך) פריי איך מיך צו די פעקלעך פאטעיטא טשיפס כמוצא שלל רב, איך נעם אהיים פאר אלע קינדער (און איינס פאר די ווייב, פארשטייצעך) אזוי שפאר איך מיך איין לכה"פ איין טאג ריסעס. און אויב קומט עס נאך מיט א וועיפער אדער לאלי צוגעקלעפט דערצו, האב איך דאך שוין פאר שבת אויך.

שוין, גענוג דוגמאות. איך גיב פולקאמער רשות אז די עולם זאל מיך נעמען אויפן צימבל, האקטס א לעבן אויף מיין חשבן, אבער נאר ווילאנג עס קאסט מיר נישט קיין געלט.

דריי שאלות האב איך.

בין איך קארג אדער שפארזאם?

פארוואס האלט איר אזוי?

וואס פארע סארט זאכן זענט איר זיך נוהג וואס קען אריין גיין אין די זעלבע גרעי עריע פון קארג ווס. שפארזאם. ביטע טיילט עס דא מוט, זאלן זיך אנדערע קענען פרייען אויף אייער חשבן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הוגה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר