מימיני מיכאל ומשמאלי גבריאל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

מימיני מיכאל ומשמאלי גבריאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג מאי 12, 2013 12:35 pm

למעשה בין איך נישט געגאנגען צום מעמד הדר קבלוה. מיין זון האט מיר געפרעגט יענע נאכט פארוואס איך גיי נישט. זיין רבי האט געזאגט אין חדר אז יעדע ערליכע איד גייט צום כינוס. כ'האב אים מדחה געווען בקש אז ב"ה דער אייבישטער האט מיר געשאנקען א גוטע זכרון אין איך געדענק נאך גוט וואס מען האט גערעדט ביים ערשטע מאל און ס'פעלט נישט אויס צו מאכן חזרה יעדע שני וחמישי ווייל איינער גאטליב איז צושרויפט געווארן פון א כזיתים קליפ.

דער אמת איז, דאס לעצטע כינוס ליגט מיר נאך גוט אין די ביינער, ספעציעל מיינע שכנים. אויף מיין רעכטע זייט איז געזעצען איינער מיכאל, א וויזשניצער אינגערמאן וואס האט נאך נישט געהאט קיין חתימת זקן, ס'האט אויסגעזעהן ווי ער האט ער נאך בכלל נישט קיין סימני גדלות. אבער פון די אנדערע זייט האט ער האט שוין געהאט א פאר אינגלעך מיט זיך. כ'האב געטראכט צו מיר אז א בריסקער וואלט זיך מסתמא נישט משדך געווען מיט זיינע בנים אלץ חשש ממזרים.

אויפן שויס זיינע איז געלעגן זיין משומר טעלעפאן. כ'האב מיך געווינדערט וואס זוכט ער דא. ס'זעהט נישט אויס ווי ער האט שייכות מיטן גאנצען אינטערנעט. פאר אזעלכע אידן דארף מען נישט קיין כינוסים, ביי זיי איז די מעשה זייער פשוט: אז דער רבי האט געזאגט משומר טעלעפאון איז משומר און פארטיג. ער איז פון די סארט אידן וואס דער יצר הרע האט איבערגעהיפט אזוי ווי דער אייבישטער האט איבערגעהיפט די אידישע הייזער פסח ביי נאכט. ס'איז ביי אים לבו חלל בקרבו. דער יצר הרע איז ביי אים איז טויט. געשטארבן. געפייגערט.

איך קום צו די החלטה אז ער איז דא ווייל ס'איז דא אן עקסטערע הנאה פון הערן וואספארא שקצים עס זענען פארהאן און וואספארא גראבע עבירות אידן ווערן נכשל. אז נאכדעם זאל מען זיך קענען קלאטשען די בייכל ב"ה שִֹישִֹו מעי, אַה, מיר זענען ריין פון די אלע איבלען און אומווערדיקייטן.

אויף מיין לינקע זייט איז געזעצען איינער גבריאל, א קילער יינג מיט זיין אייפאון אין דער האנט און געהאלטן אין איין קראכן בילדער און כאפן קליפס כאילו די גאנצע כינוס איז איין שטיק זשאוק. עס האט מיר אויסגעזעהן אז ער איז פון די יעניגע וואס זייערע ווייבער גייען מיט א טבעת אינעם טבור, און גיב עס נאך א פאר יאר איז ער אויף דר. פילל'ס שאוי און בארעדט אלע פרומע. ביי אים איז די מעשה געווען פארקערט, ער איז געקומען לועג לרש'ן אויף די פרומע. זיך באסמאקעווען מיט יעדע איסור וואס ווערט נתחדש. אזוי אז די אונטערשייד צווישען אים- דער פיצא פרעסער- און דער וויזשניצער-דער קוגל עסער- זאל ווערן גרעסער.

און אני הקטן בין געזיצן אינדערמיט מיט מיין האלב צופליקטע טעלעפאן, ס'איז נישט משומר און ס'איז נישט קיין אייפאון, סאיז נישט קיין טעקסט פריי אבער אויך נישט קיין G4. און איך פאנג אן צו כאפן וואס עס איז מיר אזוי אומעטיג אויפן הארץ. איך פיל ווי א אָבל צווישן חתנים. דער מימיני מיכאל איז פריילעך און צופרידן ער האט געשוואוירען טרייהייט פארן רעכטן עקסטרעמע לאגער און קוקט נישט צוריק, ער איז צופרידן מיט זיין אבאמא פאון. און ווילאנג מען דארף נישט עפלייען פאר פאוד-סטעמפס אנ-ליין איז אלעס בסדר. און דער משמאלי גבריאל איז אויך אויף א הֵיי, ער איז ראשון ורובו אינעם לינקן לאגער, ער לאכט פונעם פרומער מיט אזא מין לאך וואס חז"ל האבן גע'אסר'ט זינט חורבן בית שני.

אבער איך בין עפעס נישט אהער און נישט אהין. איך זיץ מיט מיין פאון וואס איז מיט איין פיס אינעם נייעם מילעניום און דער אנדער פיס איז נאך ערגעץ אינעם מיטעל אלטער. ס'איז נישט אויף קידוש און נישט אויף הבדלה. איך קען מיך נישט אידענטיפיצירן נישט מיטן מיכאל און נישט מיטן גבריאל. דער גאנצער מצב דערמאנט מיך אין דאס וואס רבא האט געזאגט פאר זיינע תלמידים: לא איברי עולם הזה אלא ל'אחר' ולא איברי עולם הבא אלא ל'חנינא בן דוסא', אלע אינדערמיט זאלן גיין קלאפן בַּארן.

איך טראכט צו מיר אז קען זיין דאס איז די סבה פארוואס איך בין נישט געגאנגען דאסמאל צום כינוס, כדי נישט צו שפירן נאכאמאל דעם געפיל וואס די נפילים האבן געשפירט ווען זיי זענען געפאלן פון הימל און געבליבן הענגען צווישן שמים וארץ.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 644
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2458 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2738 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » זונטאג מאי 12, 2013 12:38 pm

וואו! די בעסטע תגובה וואס איז אמאל געשריבן געווארן אין שטיבל לדעתי! א פוליצער פרייז שטיקל!
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4162 מאל

הודעהדורך בן תמליון » זונטאג מאי 12, 2013 12:39 pm

בנימין!!!
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1868 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג מאי 12, 2013 12:41 pm

אייזן!!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4184 מאל

הודעהדורך אביגדור » זונטאג מאי 12, 2013 12:51 pm

איך פארשטיי אז אייער מסקנא, בנימין ידיד ה', איז אז אויב פילט איר מימיני מיכאל ומשמאלי גבריאל, דאן איז זיכער ועל ראשי שכינת קל! נישט צו עקסטרעם, נישט צו קליא'דיג, על זה ראוי לשרות עליו שכינה!

און איידער איך פארגעס, אי מלכי אנן, עד האידנא אמאי לא קאתית?... אזעלכע שיינע רעיונות, מיט אזא שיינע טאקט געשריבן, איר דארפט אפטער שרייבן. מורא'דיג שיין געשריבן.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1709 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » זונטאג מאי 12, 2013 1:37 pm

דער מיטלסטער איז דער גערעכטער, על ראשו שכינת א-ל, נישט ווייל ער איז מעסיג און האט געקליבן דעם "דרך הממוצע", נאר ווייל ער איז מלא ספיקות.
עמיצער האט אמאל געשריבן "די אמת איז א פול שטיינערדיגער מאזאאיק" און ער האט א נקודה, סיי דער מיכאל מימין מהלל, און סיי דער גבריאל משמאל מחלל זענען זיכער, און קלאפן זיך ס'בייכל שישי מעי.
מיכאל איז א עולם הבא פרעסער און גבריאל איז א עולם הזה פרעסער. מיכאל וויל נישט פרעסן אויף די וועלט קיין תאוות, ער ווארט רוהיג אויף יענע וועלט, גבריאל איז אומגעדולדיג ער פרעסט שוין אויף פילע באקן טריפענע שור הבר און אומגעטליכע לויתן'ס, אבער ביידע אראגאנט טיפשים ווייסן נישט אז די אמת איז א מאזאאיק און נישט איין שטיין. מיכאל'ס ראיה אויף זיין אמת איז די בלויע קונטרס ההתחזקות פון זילבערבערג, גבריאל'ס ראיה פאר זיין אמת איז די בלויע מואווי וואס אכל ואוכל עוד, הריב ויריב עוד.
נאר בנימין אינמיטן האט אסאך שטיינער פון אמת, ער קלערט, ער ווייטאגט, ער איז מלא ספקות און יסורים, ער ווייסט גארנישט, ער ווייסט נאר אז ער ווייסט נישט, ער ווייסט נאר אז מיכאל און גבריאל ווייסן נישט, און דאס הארץ טריפט אים בלוט, ער האלט שוין ביי יוסיף מכאוב, פון יוסיף מכאוב וועט ער נאך אנקומען צו יוסיף דעת.

ווען מיכאל וועט ארויפקומען אויבן וועט מען אים לאכן אין פנים זאגנדיג "א שאד אז די האסט נישט הנאה געהאט אביסל אויף יענע וועלט". ווען גבריאל וועט ארויפקומען אויבן וועט מען אים לאכן אין פנים אריין און זאגן "די האסט צופיל הנאה געהאט שעפעלע, יעצט לייג זיך איבער" בנימין וועט מען פארלייגן אביסל לעקציעס איבער אמת און ער וועט זאגן "וואו, כ'האב גראדע געטראכט דערפון"!
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4162 מאל

הודעהדורך אויס מענטש » זונטאג מאי 12, 2013 1:45 pm

איך וועל דיר מוסיף זיין א טעם פארוואס איך בין נישט געגאנגען צום כינוס.

צום כינוס זענען געגאנגען מייסטענס אזלעכע וואס אינטערנעט איז עפעס וואס די כנענים האבן גענוצט, און עס לויטעט איף דעם דער כמעשה ארץ כנען לא תעשו, עפעס אזא מין טומאה ווי טומאת זב, טומאת שרץ, אדער נאך הארבער, אאיינער וואס מוז האבן אינטערנעט, נאר זיכט עפס א גוטע שמירה לתועלת, האט געוויסט פון פאראויס אז פאר אים גייט דארטן קיין חידושים נישט זיין.

נעם למשל א דוגמא הרב אפרים וואקסמאן, ער האלט פערזענליך, און ווי ער האט שוין דאס געזאגט פיל מאל, איז אינטערנעט דוקא יא א גוטע זאך, נאר עס האט אין זיך א סם החיים און א סם המות, און מען דארף דאס באהאנדלען מיט די כלי הבחירה, וואס יעדער איז באשאנקען געווארן אין זיין תכונות הנפש, וואס גיט טאקע דעם מענטש דעם נאמען בעל בחירה, און ליגט אויך בכונת הדברים פון ומותר האדם מן הבהמה אין.
אבער ביים כינוס האט ער געמוזט לשבר את האוזן פון די עסקנים ובעלי האסיפה, ארויס קומען בכל תוקף אז איטערנעט איז רע אליינס.
איי מיר ווייסן דאך אז מלפניו לא תצא רעות, און יעדע זאך איז באשאפן געווארן, לכבודי בראתיו יצרתיו ועשיתיו, מוז מען זאגן אז די גוטע זאך פון די אינטערנעט איז די מערכה, וואס מען פירט מיט דעם, וואס מען נעמט צוזאם אזויפיל אידן צו זאגן אינאיינעם דעם תפילת השל"ה וכו'.
און אויך מוז מען משנה די גירסא אין די גמרא, על שלשה דברים הקב"ה מתחרט עליהם בכל יום, וואס איז לכאו' א טעות און עס דארף ווען שטיין ד' דברים וביניהן אינטערנעט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אויס מענטש אום זונטאג מאי 12, 2013 1:49 pm, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 826
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 628 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג מאי 12, 2013 1:45 pm

ראשי שכינת קל, זענען די בלויע גמרות...
נישט צו גויאיש, און נישט צו חסידיש...
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8442 מאל

הודעהדורך בדחן » זונטאג מאי 12, 2013 2:39 pm

שיינע שריפט מר. בנימין,

-------

עס איז דא א שטיקעל טעות ביי א טייל פינעם ציבור לגבי די גאנצע מערכה בנוגע די אינטערנעט, און פון די טעות נעמט זיך אסאך אשכולות און תגובות דא אין קאווע שטיבעל, איינמאל די טעות וועט אוועקגיין וועט גרינגער ווערן פאר א גרויסן ציבור.

ווי באוויסט איז כלל ישראל צוטיילט און דריי, יעדער פון די דריי חלקים נעמט אנדערש אויף די ענין פון אינטערנעט.

די ערשטע חלק זענענן אזעלכע וועם בנימין האט דא אנגעריפען מיכאל, דאס זענענן די אינגעלייט וואס ווילען און זענענן גרייט צו פאלגען וואס רבנים הייסען, זיי זענענן לאוו דווקא תמיות׳דיגע אינגעלייט עס איז דא אסאך פון זיי גאר געריבענע בעלי בתים און ערענסטע מענטשן, אבער זיי זענענן אלע דא בשכם אחת אז מען פאלגט וואס רבנים הייסען אן קיין שאלות אדער ספיקות.

דערנאך איז דא די צווייטע חלק וועם בנימין האט דא אנגעריפן די גבריאל׳ס, דאס זענענן די וואס זענענן קליגער פון יעדעם (מעגליך זיי זענענן טאקע קליגער פון יעדעם) זיי גיבען נישט קיין דעם פאר די גאנצע זאך, זיי פארשטייען נאר ווי אזוי מען דארף ווען פירען די מערכה אבער זיי ווילען גארנישט אוועק געבן פון זיך, זיי זענען גרייט באמת צו וויינען אויפן מצב הדור זיך איינרענדיג אז יעדער האלט דארט ווי זיי, אבער מער ווי וויינען זענענן זיי גארנישט גרייט,

דערנאך איז די דירטע חלק, דאס זענענן די מענטשן וואס זענענן צווישן, מיט א מערכה קען מען זיי בייגען לכאן ולכאן,

די מערכה וואס די רבנים פירען רעדט בהכרח נישט צו גאנץ כלל ישראל, עס איז נישט מעגליך אויפצוקלען די לא יחפץ׳ניקעס. ווייל די אינו רוצה׳ניקעס וועלן זיך סיי ווי נישט בייגען, און מען האט אויפגעגעבן אויף זיי עס איז א בחינה פון ירעו עד שיתעבו, זיי זענענן אליינס אחריות אויף זייערע מעשים, און זיי וועלן האבן טענות אויף זיך אליינס נאכען זען תוצאת פון זייער שריט, הן לגבי זיי און הן לגבי זייערע קינדער.

די מערכה איז בעיקר געשטעלט אויף די ערשטע חלק אידן דאס זענענן די וואס מען האט דא אנגעריפן די מיכאל׳ס, און מען פראבירט אריינצוברענגן ווי מער מענטשן פון די וואקעלדיגע אריין צו די קאטעגאריע מענטשן, אז זיי זאלען צוהערן און ווערן פאלגזאם און ראטווען זוך מיט די קינדער.

די מערכה האט מצליח געווען, ובגדול..!!! די פאקט אז טויזענטער מענטשן האבן פילטערס איז די בעסטע עדות..!! אינטערנעט איז די היר טו סטעי יעדער ווייסט עס, און עכ״ז קען מען נישט נאכקימען די פארלאנג צוצישטעלן גיטע געשמאקע פילטערס, דאס איז די בעסטע באווייז אז נצח ישראל לא ישקר און משיח וועט האבן צו וועם צו קימען,

די גאנצע מערכה וואס מען פארלאנגט די שטרענגע תקנות לגבי אינטערנעט פון חדר, איז אלעס נאר צו פערטעקטן די מיכאל׳ס אז זייער שווערע הארווארניע זאל נישט גיין לאיבוד אזויב זייער קינד וועט זיך חבר׳ן מיט א קינד פון א לא יפוץ׳ניק און אפעקטירט ווערן, און ארום די סארט תורה געטרייע אידן דרייט זיך אלעס,

דערפאר, אויב פאלט אמאל אריין א אינו רוצה׳ניק צו א מסיבה אדער כינוס ווי מען האקט קעגן אינטערנעט, און ער וואנדערט זיך וועלכע שפראך מען רעדט דארט, און צו וועם מען רעדט דארט, דארף ער פארשטיין אז מען מיינט לגמרי נישט אים, עס איז נישט די שפראך וואס ער פארשטייט, ער וועט קיינמאל נישט ארויס האבן די מושגים וואס מען רעדט דארט, און ער קען רואיג אוועק שפאצירען אן קשיות ווייל דארט רעדט מען צו אנדערע סארט אידן. און ער קען ווייטער זאגען שלום עלי נפשי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בדחן אום זונטאג מאי 12, 2013 9:30 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל

הודעהדורך אביגדור » זונטאג מאי 12, 2013 2:56 pm

בדחן זיסע,

קודם כל, להערה בעלמא, ווען איר ווילט אז איינער זאל זיך בכלל מטריח זיין צו ליינען וואס איר שרייבט, זייט עס נישט מקדים מיט די ווערטער אז דער עולם האט א 'טעות' און איר - בדחן דער קלוגערער - גייט עס אויפקלערן...

יעצט לענין, עס זענען פאראן נאך גרופעס, כדוגמת חיים נחום הלוי פריעד, וואס זענען איבערהויפט נישט קיין גבריאל'ס, זיי זענען גאר ערליכע לייט, אבער זיי האלטן אז מיט איין גיין אין די גאס האט מען מער נסיונות ווי מיט'ן גאנצע אינטערנעט פאר א יאר צייט.

פארוואס דארף דער ישיבה "אפהיטן" דעם מיכאל? דער גבריאל, אדער דער פארעווע אינדערמיט, צאלט דען נישט פונקט אזוי שכר לימוד? איז ער נישט בארעכטיגט אז זיינס א קינד זאל אין דעם מוסד ווערן אפגעהיטן פון די איבערשרעקענדע ראדיקאלן? איז ער נישט פונקט אזוי בארעכטיגט אז דער ישיבה זאל אפהיטן זיין נארמאלע יונגעל פון אנגעשטעקט ווערן פון דיעות פסולות, כאילו די תורה איז עפעס א נקמה א קעגן דער מענטשהייט?

קענט איר מיר זאגן וואספארא גוטס האט שוין כלל ישראל געהאט פון די ראדיקאלן? פארברענען גארבעדז אין די גאסן פון ירושלים און וויליאמסבורג איז א כבוד? נאכשרייען מחללי שבת, צו אויף דרייווערס אויף'ן בר אילן גאס צו אויף נשים וואס טראגן אויף בעדפארד עוועניו, איז עפעס אויף ארויפצוקוקען? אויף ליידיגגייערס וואס זיצן אפ אין היכלי תורה אנשטאטס גיין ארבעטן און מאכן א חיונה איז דא וואס ארויפצוקוקען?

גענוג אידן האלטן אז אינטערנעט איז לכל הפחות עס נישט ערגער ווי גיין אין די גאס, וואס מען גייט דארט אפילו שלא לצורך פרנסה און אפילו שלא לצורך הכרחי כלל.

די ראדיקאלן איז נישט געלונגען צו אסר'ן מעכאנישע זייגערס, דער ראטערי טעלעפאן, דעם טעיפ רעקארדער, פילם און פלעש קאמערא'ס, און די וועלט איז א בעסערע פלאץ דערפאר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אביגדור אום זונטאג מאי 12, 2013 9:13 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1709 מאל

הודעהדורך בדחן » זונטאג מאי 12, 2013 3:00 pm

איר האט געשריבען און א אומריכטיגע אשכול, דא אינעם אשכול רעדט מען פון אינטערנעט והמסתעף,
אלע פראבלעמן פון בר אילן גאס והמסתעף, מעכאנישע זייגערס והמסתעף, ראדקאלען והמסתעף, פייערדוהמסתעף, עירוב והמסתעף, און אלע אנדערע איבלן פון וואס איר האט גערעדט קען מען באהאנדלען במקומו הראוי,

---
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בדחן אום זונטאג מאי 12, 2013 3:12 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל

הודעהדורך אביגדור » זונטאג מאי 12, 2013 3:03 pm

זייט מוחל און ליינט די גאנצע תגובה, איר וועט פארשטיין דער קאנטעקסט. כ'רעד בכלל נישט פון די אנדערע נושאים.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1709 מאל

הודעהדורך בדחן » זונטאג מאי 12, 2013 3:08 pm

לאמיר עפענענן א אשכול איבער ראדיקאלען - צו זיי זענענן גערעכט באופן כללי אדער נישט - און עס דארט דעבאטירען, (מעגליך אז מיין ערשטע תגובה דא וואלט אויך פארלאנגט א עקסטערע אשכול)

בכל אופן פארשטיי איך נישט וואס איר פרעגט, אויב איר איר וועט שרייבען מער צום פוינט וועט מן הסתם גרינגער זיין עס צו דעבאטירען מיט כבוד.

וואס איז אייער פוינט מיט חיים נחום הלוי פריעד?
איינער האט אמאל גע׳אסר׳ט אינטערנעט לצורך פרנסה?
און וואס האט אייער שאלה מיט דאס וואס איך האב דא געשריבען לגבי וועם די מערכה איז געצילט?
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל

הודעהדורך מאטי » זונטאג מאי 12, 2013 3:30 pm

כבוד בדחן איר הייבט אן אייער ארטיקל אז דער עולם האט א שטיקל טעות און איר גייט קלאר מאכן און פארענפערן די נושא.

דערנאך מאכט איר אן הנחה אז ס׳איז ״באוואוסט״ אז כלל ישראל איז צוטיילט אין דריי איר נוצט די זעלבע נעמען וואס בענזשאמין נוצט פאר זיינע דריי עלעמענטן אבער למעשה רעדט איר פון גאר אנדערע מינים.

בענדשזאמין׳ס מיכאל, איז דער טיפ וואס ווייסט בכלל נישט וואס אינטערנעט מיינט! כדוגמת ר יענקעלע׳ס חטא הידיעה אלס בחור... טוט וואס מען הייסט אין יעדער ענין , זיין כח המחשבה איז ארויסגעליסט צו וויזניץ און קאמפאני פאר די נעקסטע 85 יאהר.
משא״כ דו לייגסט אריין ווערטער ווי לאו דוקא תמימות׳דיג, נאר געריבענע סוחרים וואס פאלגן..קאן זיין אז ס׳דא אזאנס אבער גיב אים נישט קיין נאמען מיכאל ווייל נישט פון זיי רעדט מען יעצט.
ווידער דער גבריאל פונעם בעסטן תגובה אויף קאווע שטיבל (קרעדיט נא!! יעדער ווייסט ווער) רעדט פון א העפי גאו לאקי cool guy וואס דארף עטענטשאן מוז האבן א פעיס באאק פעידש ווייל זיין פרעינד האט ער וועט שמועסן ביים דאווענען אויב זיין טיש שמועסט און אויב נישט וועט ער גלאצן אין סידור אריין.בכלל נישט קיין אויבער חכם, כאפט בילדער צו ווייזן זיינע פרעינדס זיי זאלן וועלן רעדן צו אים.
איר האט אים געגעבן דעם טיטל א לא יחפץ ניק אויבער חכם בכלל נישט מן העניין נישט דאס בכלל געוואלט ארויסברענגען.

ווילסט עפענען אן אשכול ״האט דער כינוס אויפגעטון ווער וועלכע סארט איד״ ביסט אינטייטעלד.

בכלל כאפ איך נאכנישט פון וועלכער טעות איר רעדט און וויאזוי איר האט מתקן געווען דעם טעות.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2989
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4280 מאל

הודעהדורך בדחן » זונטאג מאי 12, 2013 3:43 pm

די ערשטע טעות - לדעתי - וואס בענדשעמען האט געמאכט , אז ער מיינט אז די כינוס איז פאר גאנץ כלל ישראל,
די צווייטע טעות - לדעתי - וואס בענדשעמען האט געמאכט, אז ער מיינט אז די כינוס איז פאר אזעלכע גבראיל׳ס,

די אמת איז, אז מען צילט נישט אויף די גאטונג מענטשן, און מען רעדט נישט די שפראך וואס זיי זאלן פארשטיין,
און מעגליך אז סוכו״ס וועט זיך ארויס שטעלן אז די אמת ליגט גאר ביי די גבריאל׳ס, אבער לעת עתה זע עס די רבנים אנדערש, און זיי צילען נישט צו די חלק כלל ישראל, און אויף וועם די רבנים צילען יא אויף די זענענן זיי מצליח, ובגדול.!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בדחן אום זונטאג מאי 12, 2013 3:46 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל

הודעהדורך יואב » זונטאג מאי 12, 2013 3:44 pm

קופערניקוס האט געשריבן:דער מיטלסטער איז דער גערעכטער, על ראשו שכינת א-ל, נישט ווייל ער איז מעסיג און האט געקליבן דעם "דרך הממוצע", נאר ווייל ער איז מלא ספיקות.
עמיצער האט אמאל געשריבן "די אמת איז א פול שטיינערדיגער מאזאאיק" און ער האט א נקודה, סיי דער מיכאל מימין מהלל, און סיי דער גבריאל משמאל מחלל זענען זיכער, און קלאפן זיך ס'בייכל שישי מעי.
מיכאל איז א עולם הבא פרעסער און גבריאל איז א עולם הזה פרעסער. מיכאל וויל נישט פרעסן אויף די וועלט קיין תאוות, ער ווארט רוהיג אויף יענע וועלט, גבריאל איז אומגעדולדיג ער פרעסט שוין אויף פילע באקן טריפענע שור הבר און אומגעטליכע לויתן'ס, אבער ביידע אראגאנט טיפשים ווייסן נישט אז די אמת איז א מאזאאיק און נישט איין שטיין. מיכאל'ס ראיה אויף זיין אמת איז די בלויע קונטרס ההתחזקות פון זילבערבערג, גבריאל'ס ראיה פאר זיין אמת איז די בלויע מואווי וואס אכל ואוכל עוד, הריב ויריב עוד.
נאר בנימין אינמיטן האט אסאך שטיינער פון אמת, ער קלערט, ער ווייטאגט, ער איז מלא ספקות און יסורים, ער ווייסט גארנישט, ער ווייסט נאר אז ער ווייסט נישט, ער ווייסט נאר אז מיכאל און גבריאל ווייסן נישט, און דאס הארץ טריפט אים בלוט, ער האלט שוין ביי יוסיף מכאוב, פון יוסיף מכאוב וועט ער נאך אנקומען צו יוסיף דעת.

ווען מיכאל וועט ארויפקומען אויבן וועט מען אים לאכן אין פנים זאגנדיג "א שאד אז די האסט נישט הנאה געהאט אביסל אויף יענע וועלט". ווען גבריאל וועט ארויפקומען אויבן וועט מען אים לאכן אין פנים אריין און זאגן "די האסט צופיל הנאה געהאט שעפעלע, יעצט לייג זיך איבער" בנימין וועט מען פארלייגן אביסל לעקציעס איבער אמת און ער וועט זאגן "וואו, כ'האב גראדע געטראכט דערפון"!


וואו! די בעסטע תגובה וואס איז אמאל געשריבן געווארן אין שטיבל לדעתי! א פוליצער פרייז שטיקל
I think I was born Jewish, therefore I am
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5779 מאל

הודעהדורך אביגדור » זונטאג מאי 12, 2013 3:56 pm

א) בדחן שרייבט אז די מיכאלים זענען ראדיקאלן.

+

ב) בדחן שרייבט אז די ישיבות ווילן פראטעקטען די מיכאלים פון די גבריאלים, ווי אויך פארזיכערן אז די מיטעלע ווערן אויך מיכאלים.

+

ג) פרעג איך, פארוואס זאלן נישט די ישיבות פראטעקטן די מיטעלע פון די מיכאלים? האבן די ראדיקאלן עפעס בייגעשטייערט אזוי גוט פאר כלל ישראל אז מ'זאל זיי פראטעקטען פון אונז, און נישט פארקערט?

יעצט פארשטייט איר, בדחן?
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1709 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » זונטאג מאי 12, 2013 4:02 pm

און איך האלט אז די כינוס איז נישט פאר מיכאל נישט פאר גבריאל, נאר פאר די עסקנים זעלבסט.

מען זוכט נישט דא קיין ספעציעלע ענד ווי צוצוקומען וואס דעמאלס וועט מען זאגען, מען דארף שוין נישט קיין אסיפות און קיין כינוס.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1619 מאל

הודעהדורך בדחן » זונטאג מאי 12, 2013 4:09 pm

איך פארשטיי אז ביסט יעצט און די מוט אויפצובויען א שטרוי מאן און אריינהאקען דערין, איך וועל אבער נישט מיטגיין מיט דיר,
נישט אין יעדע אשכול קומט אריין דיינע זינלאזע אטאקעס, איך האב דאס נישט געשריבען, וואס איך האב געשריבען שטייט נאך קענסט עס איבער ליינענן און מגיב זיין מיט כבוד, איך וועל דיר דן זיין לכף זכות אז מן הסתם האסטע זיך פארטוישט מיט א צווייטען.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל

הודעהדורך שמאלץ » זונטאג מאי 12, 2013 4:38 pm

בדחן אמג. כאב געמיינט אז דו בוסט סתם אן עקסטרעמע מענטש.
דערווייל זע איך גאר פארקערט אז דיין קאפ איז שארף און נעמט ארויס די גלייכקייט פון א יעדער זאך, און בוסט נישט איינזייטיג "אויפגעקלערט".
חוץ מזה שאץ איך שטארק דיין גאטס, אז דו שרעק זיך נישט אפילו פון לייבן און שלעפסט ארויס דער ביינדל פון האלז
צוליב טעכנאלאגישע שוועריקייטן און די געפילטערטע אינטערנעט האקט זיך די תגובה דא אפ
שמאלץ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

הודעהדורך פרישער » זונטאג מאי 12, 2013 5:00 pm

לדעתי איז מיכאל מימנו ממלל, ווייסט נישט וואס מען רעדט דארט מירמלצעך אינטער אינטערנעט שמינטערנעט, לא ידע מה קם, אין פאר וועלכע שווארץ יאר ער איז דארט, שפירצעך ווי דער באוויסטער האן פארטאגס, ווער דארף אט דעים טריפה אינטערנעץ, ער זיצט דארטען אין טראכט פין א תוספות, ער וויל בכלל נישט דארט זיין, ער העט וועין ענדערש געבליבן אין כולל דרימלען אין פארמערן טל של תחיה, נאר וואס זאל ער טיען אז אויב גייט ער נישט צים כינוס וועצעך דער ראש הכולל מיט עים פאר רעכענען, אולי אפילו ארויס קאפען אין שענדען זיינע קינדער, ער איז דארטן ווייל ער וויל נישט נעמען קיין שאנסען.

רב פרעינקל שרייבט גאר גליטשיג אין זיס
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1072 מאל

הודעהדורך גימפל » זונטאג מאי 12, 2013 5:33 pm

בנימין, אוי ווי זיס צולייגט די משתתפי האסיפה.

אבער איך מיין אז מדארף אביסעל אופרישען דעם זכרון כדי די ליצני הדור זאל נישט פארדרייען די מציאות. "לפי דעם פסק פון הגר"ש הלוי וואזנער שליט"א, בעל שבט הלוי, ביי דער "אסיפת כלל ישראל", איז נישט דא קיין שום היתר צו נוצן דעם אינטערנעט נאר ריין לצורך פרנסה, און אין קיין שום פאל איז עס מותר אינדערהיים - אפילו לצורך פרנסה." (מפי יאנקל). צו זאגען אז די מערכה איז געווען אז דער עולם זאל לייגען פילטערס איז ליצי ליצנות געמאכט פון הרב וואזנער שליט"א. סקען זיין אז די ארגענזירער האבען דאס אפשר געוואלט, למעשה איז די אויספיר פון די אסיפה געווען הרב וואזנער'ס פסק. איז ווידער דער מיכאל מיטן גבריאל זענען אהיים כבולעו כך פולטו, סהאט גארנישט אויסגעמאכט, אבער א גרויסן חלק ציבור כמו בנימין האבען געשפירט נאך דע אסיפה און סיטיפיעלד, דעם געפיל -כדברי בנימין- וואס די נפילים האבן געשפירט ווען זיי זענען געפאלן פון הימל און געבליבן הענגן צווישן שמים וארץ.
גימפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 5:55 pm
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג מאי 12, 2013 8:54 pm

@בדחן, ביטע ענטפער די שאלה פון אביגדור.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7441 מאל

הודעהדורך בדחן » זונטאג מאי 12, 2013 9:22 pm

איך פארשטיי נישט די פראגע, און איך האב שוין געבעטן ער זאל עס בעסער מסביר זיין,
פון וועלכע ראדיקאלען רעדט מען אז מען דארף היטען די קינדער פון זיי?? רעכטע ראדיקאלען? לינקע ראדיקאלען? עפעס איז נישט קלאר מיט די פראגע.

דאס איז זיכער אז פון אינטערנעט קעין מען יענע קינדער נישט היטען, ווייל זיי האבן א טאטען וואס איז קעגן די רבנים און ער פייפט אריין קעגן זיי, און ער ועט טרעפן וועגן אויסצושפילען די מוסד אקעגן די תקנות,

מר. געפילטע. איך האב בהחלט נישט קיין שוואכען קאפ עכ"ז פארשטיי איך נישט וואס דיר איז שווער? די מיינסט צו זאגען אז די וואס פאלגן זענענן די ראדיקאלען?? איך פארשטיי נישט דיין פוינט, זיי זיך מסביר.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל

הודעהדורך אביגדור » זונטאג מאי 12, 2013 10:03 pm

אקעי, בדחן.

ס'איז אונז גוט בדיעבד אז איר פארשטייט נישט אונזער פראגע, און מיר קענען ווייטער אנגיין מיט'ן לעבן אפילו אויב אונז פארשטיין נישט אזוי גענוי וואס איר זאגט.

גוד ביי.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1709 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט