בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 10:03 pm
דורך אביגדור
אקעי, בדחן.

ס'איז אונז גוט בדיעבד אז איר פארשטייט נישט אונזער פראגע, און מיר קענען ווייטער אנגיין מיט'ן לעבן אפילו אויב אונז פארשטיין נישט אזוי גענוי וואס איר זאגט.

גוד ביי.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 11:21 pm
דורך בדחן
אנידער מיט די דזאוקס האט געשריבן:(הערה לאיינגעמייערט: איך וועל נישט מגיב זיין אויף פערזענליכע אטאקעס.)

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 12:45 am
דורך diff
Regarding schar limud. Online learning will become their biggest competition. Sure they are fighting it

נשלח: פרייטאג מאי 17, 2013 12:12 am
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:ראשי שכינת קל, זענען די בלויע גמרות...
נישט צו גויאיש, און נישט צו חסידיש...

הס מלהזכיר. ס'איז אפיקורסות, מינות, כפירה און השכלה גם יחד. ס'איז ענליך צו דעים וואס האט אויווער געוועין די דריי הארבסטע אוויירעס אויפאיינמאל. ר'האט געלערנט דף היומי (ר"ל) ביים כותל אויף עיברית. יעצט איז נאך צו געקומען א פערטע עבירה. אין אן ארטסקראלל גמרא, ר"ל.

נשלח: פרייטאג מאי 17, 2013 12:16 am
דורך קאווע טרינקער
פריערדיגע צדיקים פלעגן דאס רופן בלשון גנאי "הארץ-גראול". ודברי פי שוטים כן, ושפתיים ישפג.

נשלח: פרייטאג מאי 17, 2013 12:25 am
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:פריערדיגע צדיקים פלעגן דאס רופן בלשון גנאי "הארץ-גראול". ודברי פי שוטים כן, ושפתיים ישפג.

איך מיין ווען די פריערדיגע צדיקים האבן געלעיבט (אויב דאס הייסט געלעיבט) איז נאך ארט-סקראלל נישט געבוירן געווארן. דאס אלעס אויבנדעמאנטע איז נאר וועגן דע מה שתשיב. אבער דער אמת איז, אז מ'דארף שטארק מכיר טובה זיין פאר ארט-סקראלל. זיי טוען א גוואלדיגע ארבעט.

נשלח: פרייטאג מאי 17, 2013 3:18 am
דורך Starbucks
בראווא מר. פרענקלין!

דיין פעדער איז שיין געקינצלט ווי פארשלאגן פון א טייירער שדכן, דיינע מליצות אין פלאץ ווי א הערינג אויף א קיכל, און דיין אויסשטעל גלאט און געשמירט ווי דער רבין'ס גבאי שנייט חלה.

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 1:15 am
דורך יידל
בדחן האט געשריבן:איר האט געשריבען און א אומריכטיגע אשכול, דא אינעם אשכול רעדט מען פון אינטערנעט והמסתעף,
אלע פראבלעמן פון בר אילן גאס והמסתעף, מעכאנישע זייגערס והמסתעף, ראדקאלען והמסתעף, פייערדוהמסתעף, עירוב והמסתעף, און אלע אנדערע איבלן פון וואס איר האט גערעדט קען מען באהאנדלען במקומו הראוי,

---

בנימין באקומט די פוליצער פרייז פארן שרייבן די זאפטיגסטע תגובה אין קאווע שטיבל זייט עס שטייט און בדחן באקומט די דארווין אווארד פארן שרייבן די תגובה וואס איז דאס מערסטע שלא מן הענין זייט קאווע שטיבל שטייט. כה לחי, בדחן! נאך אן אשכול אראפגפירט פון די שינעס! נייס דזשאב!

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 1:37 am
דורך בדחן
מיין תגובה איז זייער און פלאטץ אינעם אשכול, און עס איז גאר א גיטע ריספאנס אינעם אשכול ארויסברענגדיג די נקודה פינעם פותח האשכול,
איך וועל זיך אבער נישט אראפלאזן און עס נאכאמאל מסביר כדי צו געבן אפענטיונעטי פאר נאך 20 לייק׳ס, ענדערש וועל איך גראד געבן די לייק׳ס,

ובזה סיימתי.

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2019 4:26 pm
דורך מי אני
קופערניקוס האט געשריבן:דער מיטלסטער איז דער גערעכטער, על ראשו שכינת א-ל, נישט ווייל ער איז מעסיג און האט געקליבן דעם "דרך הממוצע", נאר ווייל ער איז מלא ספיקות.
עמיצער האט אמאל געשריבן "די אמת איז א פול שטיינערדיגער מאזאאיק" און ער האט א נקודה, סיי דער מיכאל מימין מהלל, און סיי דער גבריאל משמאל מחלל זענען זיכער, און קלאפן זיך ס'בייכל שישי מעי.
מיכאל איז א עולם הבא פרעסער און גבריאל איז א עולם הזה פרעסער. מיכאל וויל נישט פרעסן אויף די וועלט קיין תאוות, ער ווארט רוהיג אויף יענע וועלט, גבריאל איז אומגעדולדיג ער פרעסט שוין אויף פילע באקן טריפענע שור הבר און אומגעטליכע לויתן'ס, אבער ביידע אראגאנט טיפשים ווייסן נישט אז די אמת איז א מאזאאיק און נישט איין שטיין. מיכאל'ס ראיה אויף זיין אמת איז די בלויע קונטרס ההתחזקות פון זילבערבערג, גבריאל'ס ראיה פאר זיין אמת איז די בלויע מואווי וואס אכל ואוכל עוד, הריב ויריב עוד.
נאר בנימין אינמיטן האט אסאך שטיינער פון אמת, ער קלערט, ער ווייטאגט, ער איז מלא ספקות און יסורים, ער ווייסט גארנישט, ער ווייסט נאר אז ער ווייסט נישט, ער ווייסט נאר אז מיכאל און גבריאל ווייסן נישט, און דאס הארץ טריפט אים בלוט, ער האלט שוין ביי יוסיף מכאוב, פון יוסיף מכאוב וועט ער נאך אנקומען צו יוסיף דעת.

ווען מיכאל וועט ארויפקומען אויבן וועט מען אים לאכן אין פנים זאגנדיג "א שאד אז די האסט נישט הנאה געהאט אביסל אויף יענע וועלט". ווען גבריאל וועט ארויפקומען אויבן וועט מען אים לאכן אין פנים אריין און זאגן "די האסט צופיל הנאה געהאט שעפעלע, יעצט לייג זיך איבער" בנימין וועט מען פארלייגן אביסל לעקציעס איבער אמת און ער וועט זאגן "וואו, כ'האב גראדע געטראכט דערפון"!

גראדע, ״אינטערנעט״ מיט׳ן כולל בגמטריא ״דרך ממוצע״...