דער מיטאס פון אויטענטישע אידישקייט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך בדחן » זונטאג מאי 19, 2013 1:19 am

עס האט אבער אויך גאר שטארקע חסרון, איך וועל געבן איין דוגמא מיט א פרט וואס ער האט געשריבען אינעם ערשטע תגובה פינעם אשכול, און דערנאך עטליכע מאל דערמאנט אין די אשכול:
יידל האט געשריבן:וואס הייסט "לאו דוקא"? דוקא ודוקא! מענדעלסאן (או ממשיכי דרכו) האט געוואלט גענוי דאס, א איד וועלכע קען לייענען און רעדן שפת המדינה, ער איז גענוג באהאווענט אין וועלטליכע ענינים זיך צו קענען פארשטיין מיט א גוי. דיין דעפעניציע פון "נאענטקייט מיט די גוי" איז פיל מער פארגעשריטן ווי מענדעלסאן'ס, מענדעלסאן וואלט זיך געפריידט ווען די אידן בימיו וואלטן געווען ווי די פרומסטע חסידים היינט.

יידל האט געשריבן:דאס הייסט אין אנדערע ווערטער, דער זעלבער אינגערמאן וועלכער קען זיך אויסדרוקן אויף משה מענדלסאן און נפתלי הירץ וויזל מיט א ברייטן, שוימיגן "ימח שמו וזכרו", פערסאניפירט - אין א זין - דעם אידיאלער איד וואס מענדלסאן און וויזל האבן געוואלט זען. איך האב שוין געשריבן דעם נקודה אפאר מאל דא אין קאווע שטיבל אז פון די צענדליגע זאכן וואס די משכילים האבן געוואלט איינפירן אין כלל ישראל, האבן זיי געווינען מיט כמעט אלעס. פון א ארגאניזירטער חינוך סיסטעם ביז בתי חינוך לבנות, פון ספרים אין אידיש ביז ספרים אין ענגליש,....


מיין נקודה איז, מען קען זיך טאג און נאכט טענה׳ן וואס עס איז יודשקייט און וואס עס איז די רצון השם, מען קען אבער נישט איבערשרייבען היסטאריע, און קיינער היינט בדורינו קען זיך נישט קריגען מיטען חת״ס ותלמידו.

דאס אז מענדלסאון ימ״ש איז געווען פון די מייסדי - אדער מייסד - תנועת השכלה איז באקאנט, דאס אז ער איז געווען קען תורת השם און ער האט געהאלטען אז מען דארף נישט טיען נאר מצוות מעשוית אבער נישט אלע תרי״ג מצוות איז אויך באקאנט, דאס אז ער מיט זיינע נאכפאלגער האבן געקעמפט פאר די יוגענט זיי אויסצורייסען פון יודשקייט און אריינברענגן השכלה אוועקצוגיין פון תורת השם איז אויך באקאנט, דאס אז זיינע קינדער האבן זיך געשמד׳ט איז גוט באקאנט, אז אלע וואס זענענן געגענאגענן מיט די משכילים זענענן געווארען אויסגעריסן פון יודשקייט איז אויך גוט באקאנט,

יידל ווייסט די היסטאריע בעסער ווי יעדעם איינעם דא, שטעלט זיך די פראגע; וואס פארדינט ער מיטען שרייבען ליגענט?
עס איז אמת אז עס איז נישט דא קיינער וואס קען זיך זיך דא פארמעסט מיט יידל מיט וויסענשאפט אדער זיין שריפט, און עס איז בכלל נישט דא די מאגען דא פאר א ערענסטע טיפע אמת׳ע דיסקאשען איבער די נושא צילוב אפאר פארשטענדליכע סיבות, די עיקר סיבות איז 1) עס איז כמעט נישט דא ווער עס קען געבן ריכטיג די צד שכנגד, 2) גאר ווייניג שרייבער זענענן וויליג צו גיין קעגן שטראם, און דאס גיבט אים די אויבערהאנט צו שרייבען דערוועגן אן א טאלאנטש, אבער איז עס דען ווערט א ארקענוג? איז עס דען א קונץ?

איך בין אלל די וועי פאר יידל, אבער אין די אשכול האט ער געמאכט א סילוף איינס און די וועלט, עס איז זייער אנזעבאר, עס האט באמת נישט קיין בארעכטיגטע סיבה, און עס איז נישט דא ווער עס זאל עס אויסגראדען, און דערפאר איז זיין איידל שרייבען אין דעם אשכול באמת נישט קיין אייטעם ווערט צו ארקענענן, ענדערש שרייבען ווייניגער איידל, אבער מער אמת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בדחן אום זונטאג מאי 19, 2013 1:50 am, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל

הודעהדורך יתרו » זונטאג מאי 19, 2013 1:24 am

בדחן, יידל האט דיר געשאנקען אן אן עווערד אין דעם מימיני מיכאל אשכול גיי כאפ א בליק.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 744
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 442 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

הודעהדורך יידל » זונטאג מאי 19, 2013 1:25 am

אשפ"ג.

כדי נישט צו פארדרייען דעם אשכול וועל איך אום גאט'ס ווילן עפענען מארגן א באזונדערן אשכול איבער מענדלסאן.

--
יתרו האקט
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4227 מאל

הודעהדורך בדחן » זונטאג מאי 19, 2013 1:28 am

יתרו האט געשריבן:בדחן, יידל האט דיר געשאנקען אן אן עווערד אין דעם מימיני מיכאל אשכול גיי כאפ א בליק.


די תגובה ברענגט גאר גוט ארויס מיין פוינט, אז אפגעזען צו מען האט א מיינוג אדער נישט, צו מען פארשטייט אדער נישט, וועט מען גיין מיטען שטראם און פארדאמען ווער עס זאגט אנדערש,

ייש״כ יתרו פאר צוהעלפן און מסביר זיין מיינע ווערטער,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בדחן אום זונטאג מאי 19, 2013 1:42 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג מאי 19, 2013 1:31 am

moti107 האט געשריבן:לכאורה אויטענטישע אידישקייט איז דאס וואס גאט וויל, רצון השם.
שטעלט זיך די פראגע נו וואס וויל דער אייבישטער ? איך טראכט אז אויב גלייבן מיר אז ס׳איז נאר דא א תכלית פון וועלט באשאף ווילאנג ס׳איז דא א אידישע פאלק וואס טוט רצון השם (אויטענטיש אזוי צו האלטן?) איז לאגיש צו טראכטן אז לא נתנה תורה למלאכי השרת, און ס׳קען נישט זיין אז מיר און אנדערע אידן ווייסן נישט וואס אויטענטישע אידישקייט מיינט א.ג. רצון השם.
אויב אזוי וויל איך מציע זיין אז וואס דער גראדער שכל זאגט אן נגיעות אז דאס איז רצון השם איז מסתם רצון השם.
אויב בין איך נישט גערעכט , האב איך נישט קיין שום לאגישע סברה פארוואס די וועלט איז באשאפן געווארן. און אז ס׳איז נישט דא קיין לאגיק אין וועלט באשאף איז סאך ווייניגער לאגיש ווי מיין פריערדיגע טענה.

נו וואס זאגט דיין גראדער שכל, וואס וויל גאט?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3767
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1848 מאל

הודעהדורך יתרו » זונטאג מאי 19, 2013 1:34 am

בדחן האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:בדחן, יידל האט דיר געשאנקען אן אן עווערד אין דעם מימיני מיכאל אשכול גיי כאפ א בליק.


די תגובה ברענגט גאר גוט ארויס מיין פוינט,

ייש״כ יתרו פאר מסביר זיין מיינע ווערטער.
.
יוא וועלקאום.
בד"וו איר זענט נישט ביים פולען זינען.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 744
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 442 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

הודעהדורך שװאגער » זונטאג מאי 19, 2013 1:41 am

יתרו האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:בדחן, יידל האט דיר געשאנקען אן אן עווערד אין דעם מימיני מיכאל אשכול גיי כאפ א בליק.


די תגובה ברענגט גאר גוט ארויס מיין פוינט,

ייש״כ יתרו פאר מסביר זיין מיינע ווערטער.
.
יוא וועלקאום.
בד"וו איר זענט נישט ביים פולען זינען.

אװטש!!
שװאגער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 11:56 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך יתרו » זונטאג מאי 19, 2013 1:49 am

בדחן האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:בדחן, יידל האט דיר געשאנקען אן אן עווערד אין דעם מימיני מיכאל אשכול גיי כאפ א בליק.


די תגובה ברענגט גאר גוט ארויס מיין פוינט, אז אפגעזען צו מען האט א מיינוג אדער נישט, צו מען פארשטייט אדער נישט, וועט מען גיין מיטען שטראם און פארדאמען ווער עס זאגט אנדערש,

ייש״כ יתרו פאר צוהעלפן און מסביר זיין מיינע ווערטער,

און מיין תגובה ברענגט אויך זייער גוט ארויס יידל'ס פוינט אז איר פארדינט דעם עווערד ווייל כדרכך בקודש פארדרייסטו אן אשכול וואס רעדט פון אויטענטישע אידישקייט וואס בדרך אגב רעדט ער מען אויך וועגן מענדעלסאן צו א אשכול וואספארא גרויסע שגץ מענדלסון איז געווען און וואספארא גרויסע צדיק די חתם סופר איז געווען כאילו דאס איז די נושא פונעם אשכל.
און צו שוואגער לעבן אויטש מיר נישט אזוי גלייבט מיר דאס איז א קאמפלימענט פאר בדחן.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 744
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 442 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

הודעהדורך בדחן » זונטאג מאי 19, 2013 2:20 am

האסט נישט געליינט יידל׳ס ערשטע תגובה - נקודה - אינעם אשכול, און נישט מיין תגובה אויף זיין נקודה,
האסט אבער ערליך פארפולט דיין פלוכט מיטען מוחה זיין און זיך אנעמען פאר יידל, מישען אקמפלישט, און איך גיי נישט מגיב זיין דערויף, אבער פון דא און ווייטער פארדריי נישט די אשכול נאר שרייב דיינע הערות אין אישי, ייש״כ.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל

הודעהדורך יתרו » זונטאג מאי 19, 2013 2:37 am

בדחן האט געשריבן:האסט נישט געליינט יידל׳ס ערשטע תגובה - נקודה - אינעם אשכול, און נישט מיין תגובה אויף זיין נקודה,
האסט אבער ערליך פארפולט דיין פלוכט מיטען מוחה זיין און זיך אנעמען פאר יידל, מישען אקמפלישט, און איך גיי נישט מגיב זיין דערויף, אבער פון דא און ווייטער פארדריי נישט די אשכול נאר שרייב דיינע הערות אין אישי, ייש״כ.

איך האב יא געליינט יידל'ס ערשטע תגובה- נקודה. איך האב געליינט דיין תגובה נקודה צום צווייטן מאל.
און יא איך האב ערליך פארפולט מיין פליכט פון אויפדעקן דיין אומצעוואלאזירטע מהלך פון זיך ווכח'נן שלא ממין הטענה.
און ווי לאנג דו פארדרייסט אשכולות ברבים מוז מען מגיב זיין ברבים נישטא קיין ברירה.
און איך גיי נאך יא מגיב זיין אויב ענטפערסטו. קאפטשאו ?
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 744
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 442 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

הודעהדורך מאטי » זונטאג מאי 19, 2013 2:40 am

סקוקט מיר אויס ווי פארדרייען אן אשכול אויף ק״ש איז ערגער ווי הז״ל
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2989
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3749 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4272 מאל

הודעהדורך בדחן » זונטאג מאי 19, 2013 2:42 am

און האסט מגיב געווען דריי מינוט נאכען שרייבען מיין תגובה, און האסט שוין דעמלאטס געהאט געליינט מיין לאנגע תגובה צוויי מאל, און איבער געליינט יידל׳ס לאנגע תגובה...... :o :o

נאכאמאל.. ייש״כ פאר ארויסברענגן און מיר צוהעלפן און מסביר זיין מיין פוינט, בלייב געזונט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בדחן אום זונטאג מאי 19, 2013 2:45 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג מאי 19, 2013 2:43 am

moti107 האט געשריבן:סקוקט מיר אויס ווי פארדרייען אן אשכול אויף ק״ש איז ערגער ווי הז״ל

סטוט זי זעלבע סנעמט זאכן וואס האבן שטארקע און גרויסע פאטענטשאל און הרגט עס אפ.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3767
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1848 מאל

הודעהדורך יתרו » זונטאג מאי 19, 2013 2:51 am

בדחן האט געשריבן:און האסט מגיב געווען דריי מינוט נאכען שרייבען מיין תגובה, און האסט שוין דעמלאטס געהאט געליינט מיין לאנגע תגובה צוויי מאל, און איבער געליינט יידל׳ס לאנגע תגובה...... :o :o

נאכאמאל.. ייש״כ פאר ארויסברענגן און מיר צוהעלפן און מסביר זיין מיין פוינט, בלייב געזונט.

"צום צווייטן מאל" גייט ארויף אויפן ווארט "נקודה" (יעצט ליין איבער מיין תגובה) און יידל'ס תגובה האב איך נישט געזאגט אז איך האב "איבער" געליינט איך האב געזאגט אז איך האב עס געליינט, און איך האב עס געליינט פאר צוויי שעה צוריק און איך געדענק עס גוט. אבער כדרכך בקודש לייגסטו אריין ווערטער אין יענעמ'ס מויל כדי צו קענען נאכדעם אטאקירן.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 744
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 442 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג מאי 19, 2013 2:53 am

נולד מאוחר האט געשריבן:
moti107 האט געשריבן:סקוקט מיר אויס ווי פארדרייען אן אשכול אויף ק״ש איז ערגער ווי הז״ל

סטוט זי זעלבע סנעמט זאכן וואס האבן שטארקע און גרויסע פאטענטשאל און הרגט עס אפ.

טאמער איז די פוינט פון די חטא געווען כדי שלא להכחיש יפיה איז עס טאקע זייער ענליך.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7432 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג מאי 19, 2013 1:44 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:איינער האט געהעקט בדחן'ס אקאונט?

כ'מיין עס האט צוטוהן מיט מיין רעד לייט-גרין לייט טעאריע.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5616
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7651 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2531 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג מאי 19, 2013 2:28 pm

מאי האי?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7432 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג מאי 19, 2013 5:06 pm

נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3767
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1848 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג מאי 19, 2013 7:42 pm

יא.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5616
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7651 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2531 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג מאי 19, 2013 8:22 pm

אה!
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7432 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג מאי 19, 2013 8:33 pm

לאמיר אריינווארפן מיינע צוויי צענט. ווי יידל האט שוין ארויסגעברענגט איז ברור כשמש אז אין הלכה און השקפה איז נישטא קיין אויטענטישע אידישקייט. יעדער וואס קען א משהו היסטאריע ווייסט דערפון צו זאגן. נעמט אייך, לדוגמא, די סאמע יסודות אין אמונה, די י"ג עקרים וואס זענען היינט אנגענומען כמעט בלי יוצא מן הכלל, און עס איז א טאטאלער חידוש פון'ם רמב"ם און רב סעדיה גאון וועלכע האבן גענומען דעם מושג פון יסודי אמונה פון גוי'אישע פלעצער.
אבער איך וויל יא מעיר זיין אז לדעתי איז דא עפעס אין חסידיש'ע אידישקייט וואס קען יא גערופן ווערן אויטענטיש. איך רעד נישט פון א גרויסער פראצענט פון היינטיגע חסידים, מעגליך רוב, וואס זענען פשוט'ע ראבאטן, איך רעד פון אמת'ע ווארעמע חסידישע אידן, דוקא אזעלכע וואס זענען ביזי מיט מיסטישע און פאגאניסטישע אויפפירונגען און סגולות, אזעלכע וואס טענה'ן זיך אויס מיט'ן אויבערשטן ווי מיט א שטרענגן טאטן, און וואס לויפן צו אים בעת צרה ווי צו א ליבליכע מאמע, אזעלכע זענען לדעתי די נענטסטע צו אויטענטישע אידישקייט, פון די אבות און די נביאים, ביז די חכמי הש"ס. דאס אינערליכע תמימות און דער אימינענט גאט וואס מען זעט אייניג ביי די אבות האומה און ביי די חסידים איז גאר מערקווירדיג. עס איז ביי מיר גאנץ זיכער אז אברהם אבינו און ירמיהו הנביא וואלטן זיך אסאך בעסער פארשטאנען מיט א ווארעמער פשוט'ער חסידישער איד ווי מיט א געלערנטער ארטאדאקסישער פראפעסאר.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7849 מאל

הודעהדורך דעת תורה » זונטאג מאי 19, 2013 8:37 pm

הלכה איז נישט אויטענטיש?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1728 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג מאי 19, 2013 8:49 pm

דעת תורה האט געשריבן:הלכה איז נישט אויטענטיש?

די היינטיגע אנגענומענע הלכה איז באזירט אויף א ספר פון רבי יוסף קארו וועלכע איז געבוירן קנאפע פינף הונדערט יאר צוריק. כמדומה לי אז די אבות, די נביאים, און די חכמי הש"ס האבן זיך נישט געפירט לויט דעם.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7849 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג מאי 19, 2013 8:57 pm

יאיר, ווי זעסטו ביי די אבות פעגעניסטישע סגולת?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3767
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1848 מאל

הודעהדורך איינגעמיירעט » מיטוואך מאי 22, 2013 4:59 am

יידל האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:יידל, האסט אמאל געזען א בילד פון מענדלסאן? ער זעט דיך אויס ווי א וויליאמסבורגער איד?
און דאס וואס דו שרייבסט אז מ'פלעגט אמאל גריסן יעדע פרוי איז שווער צו גלייבן, ס'איז נישט אויסגעהאלטן מדינא דגמ'.


ווי כ'האב שוין אויבן געשריבן, מענדלסאהן האט געוואלט איין זאך, און דאס האט אונזער היימישער אידישקייט צום סוף אנגענומען. למעשה איז אויך אנגעקומען חסידות מיט נאך א רייע חידושים וועלכע האבן גענצליך געטוישט דאס פנים פון אידישקייט און ס'פארשטייט זיך אליין אז וויליאמסבורגע אידישקייט האט מיט מענדלסאן נישט קיין שייכות. דאס מיינט אבער נישט אז מענדלסאהן'ס וויזיע פאר חינוך איז נישט מקויים געווארן - עכ"פ טיילווייז.

לגבי גריסן פרויען: אויב האסטו אן אויבערלענדישע באבע אדער זיידע, פויל זיך נישט און זיי מקיים דעם שאל ... זקיניך ויאמרו לך. עס גלויבט זיך נישט אבער עס איז א פאקט.

איינגעמיירעט האט געשריבן:דאס גאנצע שמועס און צוחושעניש קומט פון נישט קוקען אויף די הויפט איידענטיטעט פון א איד די תורה,פון דארט פארמען אונז אויס אונזער איידענטיטעט,און נישט פון קיין שום אנדערע פלאץ.
יידל איך וואלט דער מייעץ געווען ארויסצונעמען א חומש דברים און לערנען לערן אביסעל נביא שופטים,שמואל,מלכים.
די אויבערשטער שרייט די ואבדיל אתכם נאכאמאל און נאכאמאל.
ווילסט לעבן ווי א גוי, ווילסט לעבן חיי הפקר גיי געזונטערהייט פליז לאז די תורה און יודישקייט צורוה.


כ'האף אז צו די ספרים וועלכע דו טוסט אזוי ברייטהארציג רעקאמאנדירן, לייגסטו צו אביסעלע מער קאפ ווי צו וואס איך האב געשריבן, ווייל עס קוקט אויס ווי דו האסט בכלל נישט פארשטאנען מיין פוינט. צו מיינסטו אז כ'האב גע'טענה'ט אז דער חתם סופר האט מחדש געווען דעם פסוק פון ואבדיל? איך רעד פון עפעס אנדערש. ליין איבער מיינע ווערטער, דערנאך קום נאכמאל.

און, טו מיר א טובה, די תורה און אידישקייט דארף נישט דו זאלסט זיך אננעמען פאר זיי באופן פון אד האמינום אטאקעס. תורה מונחת בקרן זוויות, וכל מי שרוצה ליטול יבוא ויטול, אן קיין רעקאמענדאציעס פון איינגעמיירעט.


וואס איך שרייב דיר איז אז יודישקייט איז געבויט אויף תורה און פון דארטען בויט זיך אונזער מהות , פון טרייען אויצופיגערען יודישקייט פון פאפא שטעטעל און א וויליאמסבורגע מקווה, און דערנאך אריבערשפרינגען צו מענדאלסען און גרץ זאלסטו נישט פארקויפען וואס יודישקייט איז
ווייל יודישקייט קומט פון תורה דארט פארמט זיך א יוד אויס און נישט פון קיין שום אנדערע געמויזאכצער
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 301 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט