דיסקרימינאציע אקעגן גרים און בעלי תשובה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6614 מאל

דיסקרימינאציע אקעגן גרים און בעלי תשובה

שליחה דורך הוגה »

[justify]א באקאנטע מיינע איז א קינד פון בעלי תשובה. זיינע עלטערן זענען געווארן ב''ת זייענדיג סינגל, זיי האבן זיך שפעטער געטראפן און חתונה געהאט כדת משה וישראל. זיי האבן אויפגעצויגן א ריכטיג חסידיש שטוב מיט אלע פיטשיווקעס. צוועלף קינדערלעך קע''ה, פערפל און לאקשן פרייטאג צונאכטס, לעבער און גאלע שבת ביי טאג, מקפיד נישט צו טראגן מיטן עירוב, דאווענט מנחה שפעטערדיע, געפאטשט די קינדער... בקיצור א חסיד ווי אונז אלע.

פארציילט ער מיר לעצטענס אזא מעשה. זיין טאטע האט אים לעצטענס פארגעהאלטן פארוואס ער לייגט זיך נישט אריין אין קירוב. זיין טאטע האט אים געזאגט בזה''ל: ''דו ביזט א קלוגע יונגערמאן, א תלמוד חכם, א ריכטיג חסידיש יונגערמאן (חסידיש דא מיינט לאנגע פאות און ראזשעוואלקע), פון די אנדערע זייט ביסטו גענוג עדזשוקעיטעד און אפען-מיינדעד אז א סעקולארער איד וועט קענען האבן א געמיינזאמע געשפרעך מיט דיר און רעספעקטירן. פארוואס לייגסטו דיך נישט אריין אין קירוב? אפשר גאר דורך אור שמח אדער אש התורה.''

דער יונגערמאן האט געענטפערט זיין טאטע בזה''ל: ''ווי אזוי קען איך איבערעדן מענטשן איבער די אמת פון די חרדי'שע וועג און לעבן, און אז זיי זאלן ווערן בעלי תשובה, ווען איך ווייס די שוועריקייטן וואס עס ווארט זיי אפ אין אונזער וועלט? אלעמאל זיין צווייטע און דריטע קלאס סיטיזען, מוטשען מיט שידוכים מיט די קינדער און אייניקלעך וכו'.''

עד כאן המעשה.

מיין שאלה איז צוויי פאכיג. ערשטענס, מצד האנושי, טוען מיר זיך באגיין ריכטיג מיט גרים און בעלי תשובה זייערע קינדער און אייניקלעך? נעמען מיר זיי אן ממש אייניג ווי אונז? ווי איז די מענטשליכקייט? איז עס מענטשליך אז א טאפ בחור וואס צייכנט זיך אויס פון כתה א' און ווייטער זאל זיך דארפן מוטשען מיט שידוכים? פארוואס זאל ער נישט קענען טון א געהעריגע שידוך נאר צוליב דעם וואס זיין טאטע, באבע, עלטער זיידע זענען געבוירן געווארן צו נישט פרומע עלטערן? דער מיידל צייכנט זיך אויס מיט לערנען, צניעות, ערליכקייט, איידלקייט און איז א געוואלדיגע בעלת מידות, זי מוז נעבעך זיצן אויף די זייט און צוזעהן ווי אירע חבר'טעס ווערן אויפגעכאפט און פארהייראט איינס ביי איינס, און זי מוז נעבעך ווארטען ביז איר בעשערטע דריטע קלאס בחור ווערט געפונען, אלץ צוליב די זינד פון געבוירן ווערן צו עלטערן ב''ת? איז דאס נישט דיסקרימינאציע במלא הדרתו? איז דאס יומעניטי? איז דאס די אידישע וועג?

צווייטענס, מצד התורה, איז דא א ריכטיגע סיבה נישט צו טון א שידוך מיט א בן גרים, אדער א בן בעלי תשובה? איך האב שוין מערערע מאל געהערט מענטשן זאגן אז זיי האבן מורא אז די טאטע, מאמע, זיידע, באבע איז אפשר א ''פגום''. קודם כל וואס מיינט א פגום? צווייטענס איז דאס אן אמת'דיגע פראבלעם ע''פ תורה, אדער איז דאס אן געפיליש/השקפה'דיגע (ליין, רשעות'דיגע) איינרעדעניש?

איך פערזענליך וואלט קיינמאל נישט געהאט א פראבלעם צו נעמען אזא בחור פאר אן איידעם און אזא מיידל פאר א שנור, ווילאנג עס איז צוגעפאסט פאר מיין קינד. און ממילא באדערט מיר דער ענין גאר שטארק.

איך רעד דא טאקע בעיקר בנוגע שידוכים, אבער דער דיסקרימינאציע קומט פאר אין אנדערע פעלער, כגון שיינע איד'שאפט, כיבודים וכדומה, קינדער אנגענומען ווערן אין ישיבה'ס.

עס מוז ארויסגעברענגט ווערן צוויי נקודות. איינס, אין די מאדערן/פרומע וועלט עקזיסטירט בכלל נישט דער פראבלעם. צוויי, בנוגע חסד און מקרב זיין ב''ת און גרים ומשפחתם, שטייט אונזער קרייז בעסער ווי אנדערע.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 80 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר