בן-זומא האט געשריבן:ידען האט געשריבן:מע רעט די לעצטע צייט א סאך רעדען וועגען די פראבלעם פון חדרים און ישיבות אז מע ווארפט ארויס קינדער מיט בחורים און א סאך מאל אן וואס זיי האבען עפעס שלעכט געטוהן נאר ווייל זיי זענען נישט די מצינים.
צוויי וואכן צירוק איז געווען א אסיפה פון רבנים און בןציון טברסקי האט גערעדט (דער זון פון A.J.) האט ער געזאגט אז ביי יהדות החרדית איז כמעט נישטא קיין ׳דראפ אוטס׳ ס׳נאר דא push outs ניינציג פראצענט פון די בחורים אויפן גאס האבן נישט אליין מחליט געווען דארט צו זיין א ראש ישיבה האט זיי דארט געלייגט און די ווארט drop-outs האבן די ראשי הישיבות געגעבן כדי צו קענען בעסער שלאפן ביינאכט.
ער זאגט דאך אזוי גוט. מען האט שוין א פאר מאל אויפגעברענגט דעם נושא אין קאווע שטיבל, אבער איך בין נייגעריג צי מען קען עפעס אויפטאן למעשה. דער פראבלעם איז אז די ווארפערס זיצן במחתרת, זיי גיבן נישט ארויס די נעמען פון די הנהלה, זיי באהאלטן זיך, זיי רעדן קיינמאל נישט דירעקט צו די עלטערן. די מענטשן וואס מאכן די דעסיזשענס זיצן באקוועם און זיי שיקן עפעס א נאראלע אז ער זאל מאכן דעם טעלעפאן קאל. אסאך מאל שיקן זיי נאר א בריוו און קיינער שטייט נישט אונטערגעשריבן אויפן בריוו. קודם דארף מען מפרסם זיין די נעמען פון די הנהלה פון יעדע בית חינוך, כדי מענטשן וואס מען ווארפט ארויס אדער מען נעמט נישט אן זייערע קינדער זאלן וויסן ווער סאיז אחריות און צו וועמען זיי דארפן רעדן.
איך קלער נישט אז ס'איז גערעכט צו טוהן אזוי, פאר מען באשמוצט איינעם דארף מען מאכן אביסל ריסערטש זיך צו באקענען מער מיט די פאקטען.
דער עולם פארשטייט נישט אז רוב פון דעי מנהלים אויף וועם מ'האקט, טוען זייער דזשאב צו די בעסט פון זייער קעפעסיטי, זיי האבן זיך זייערע דאגות "אין" די ישיבות וואס רוב ציבור פארשטייט נישט, -בפרט דעי טאטעס פון די באטראפענע בחורים-.
זיי האבן למשל אן אחריות אז דער סדר הישיבה זאל אנגיין, זיי דארפען מיט האלטען מיט יעדן בחור צו ער שטייגט צו ער פאלט, זיי האבן זייער א שטארקע אחריות אז די בינונים זאלן עטליעסט בלייבן וואס זיי זענען און נישט גיין דאון, ווען עס פאלט אריין אין א ישיבה איין חברה מאן, און דאנט געט מי ראנג, זיי זענען על פי רוב וואוילע גוטע נשמות, באט טאמער האלטען זיי נישט ביים מיטהאלטען מיט די ישיבה, צו איז דאס תקנות, זמנים, לייגט עס צוגרונד די גאנצע ווירטשאפט.
איי, דער ישיבה "סיסטעם"? אויף דעים קען דער מנהל/הנהלה נישט צופיל העלפען, זיי זענען אויך א חלק פונעם "סיסטעם", זיי וואלטען אויך אפשר געוואלט טוישען פארשידענע זאכן באט מ'קען נישט טוישען דעם "סיסטעם".
דער אמת איז אויכעט אז מ'קען זיך טענה'ען איבער יעדע פאל עקסטער, און יא ס'איז דא אסאך שלעכטע מענטשען אוט דער, באט מ'טאר זיכער נישט בארעדן קיין מוסד און אוודאי נישט קיין פריוואטע מענטש פאר מ'רעדט נישט צו אים, הער קודם די אנדערע זיי פון די מעשה, אפשר וועסטו הערן זאכען וואס דער ארויסגעווארפענע בחור האט דיר נישט געוואלט דערציילן.
איך רעד נאר אלץ א דרויסענדיגער, וואס איך קלער, סוי איך הער ווייטער אויס וואס דער עולם האט צו זאגן.