בילד פון א בחור ביים מאלעסטער אין אפיס ר״ל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 850 מאל

בילד פון א בחור ביים מאלעסטער אין אפיס ר״ל

שליחה דורך לאליפאפ »

מעשה שהי' כך היה.

פאר אומגעפער א וואך צוריק איז ארומגעפארן א שרעקליכן בילד ביים היימישן עולם, נעמליך, א חסידי׳ש בחור׳ל זיצט אויף אן אפיס טשעיר, אינגאנצן אנטבלויזט. נאקעט.
עס האבן זיך אנגעהויבן העפטיגע טענהרייען אויף די טעקסט און וואטס אפ גרופעס וועלכע האבן דיסקוטירט וויאזוי דאס בילד איז צושטאנד געקומען און וואס שטייט אונטערן בילד.
עס האט זיך נישט געלייגט אויפן שכל צו זאגן אז מ׳רעדט דא פון א שייגעץ, ווייל דאס פנים איז געווען קענטליך א מער-איידעלע-סארט צורה, א גרויסן שיעור פאה וכו׳, ממילא... א מיסטעריע.

היינט אבער האב איך באקומען די פאלגנדע שורות:

ס'דא א אינגערמאן וואס איז געווען א מלמד אין א מוסד, אפאר יאר צוריק האט איינער אויף אים מרנן געווען אז ער איז עפעס נישט איי יי יי, די מוסד האט געמאכט א ביסעלע ריסורטש און געגעבן פארן מלמד ס'אפציע זיך שיינערהייט אפצוזאגן פון זיין פאזיציע אדער אדורכגיין א שווערע פראצעס ווי ער וועט קענען אויפווייזן צו ס'איז אמת צו נישט. למעשה האט די מלמד אנגענומען די ערשטע אפציע און געגאנגן. מ'האט מיטגעשפילט מיט אים אז ער איז שטארק הייזעריג און קען קיין חדר נישט פירן. (אגב די אנפירער פון דעם תלמוד תורה קענען נישט זאגן ״ידינו לא שפכו״ וכו׳. ודו״ק)

למעשה דער אינגערמאן איז נישט איינגעזיצן, ער האט ווייטער געלאקערט אויף בחורים, אבער אלס מורא נאכן האבן פוטער אויפן קאפ איז ער מייסטערהאפטיג אויפגעקומען מיט א רשעות׳דיגן געדאנק אז ער האט פארט פארברענגט מיט זיינע קרבנות ווי אדם הראשון פארן חטא, האט ער זיי געסטראשעט אז ער וועט ארויסגעבן בילדער פון זיי אויב יענער רעדט. (אגב, דאס ווייזט אז שוין בשעת׳ן חוטא זיין האט ער זיך שוין געגרייט פאר די נאכפאלגנדע)

למעשה, צוויי וואכן צוריק האט א בחור גערעדט און דערציילט וואס ער איז אלס אדורך מיט דעם מלמד/פריוואטע לערער, און דער מאנסטער האט געמיינט אז א צווייטער האט גערעדט האט ער ארויסגעגעבן א בילד. און אזוי איז די גאנצע מעשה ארויפגעשווימען אז זיין הייזעריגקייט איז נישט געווען די גורם פון ווערן אויס מלמד.

מ'האט יעצט אינוואלווד גאר שטארקע פראפעשענעלס ווי אזוי צו הענדלן די זאך.

כ'ווייס ס'גייען זיין דא מענטשן וואס גייען שרייען 'זעץ אים איין פאר 105 יאר' מ'דארף אבער נעמען אין קאנסידיראציע אז דער רוצח האט נאך בילדער פון נאך אומשילדיגע בחורים און איז גרייט זיי מיטצונעמען מיט זיין פגירה...
עס איז ארום געפארן א בילד פון א בחור נאקעט אינגאנצן ביי דעם מאלעסטער אין אפיס.
די טאטע פונעם בחור איז אריין צום סאטמאר רבי'ן ר׳ אהרן פאריגע וואך וויינען אויף זיין צרה. האט אים די רבי אנגעווינטשן ער זאל זיך נישט זארגן. ער וועט טאן א שיינע שידוך. די שידוך איז נעכטן געשעהן. (געזעהן ביידע בילדער)

ביז אהער גייט די מעסעדזש. איך האב אביסל ארומגעטוישט די לשון כטוב בעיני.

די בילדער וואס זענען ביי אים אין באזיץ נוצט ער יעצט אלץ בלעקמעיל.

די שאלה איז יעצט, ביי וועם אין די הענט ליגט יעצט די קעיס פון דעם געפערליכן מנוול/בלעקמעילער? צו איז דאס אנגעקומען צו איינער וואס ווייסט נישט בחייכון וביומייכון און קען נאך גורם זיין אז נאך בילדער זאלן ליעקן פון דעם מנוול/בלעקמעילער? אדער גאר צו די FBI וואס גרייט זיך אים אראפצוהאלטן אינמיטן העלן טאג אויף 59 מיט אויסגעשטרעקטע ביקסן, אזוי ווי עס פאסט זיך פאר א בלעקמעילער? אדער אפשר גאר צו א בית דין וואס וועט שיקן א שליח ווארענען דעם מנוול/בלעקמעילער אז נאך איינמאל...?

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט