וואס האב 'איך' פון דעם?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3590 מאל

וואס האב 'איך' פון דעם?

שליחה דורך ברסלבער »

[justify]איך בין זייער שטאלץ צו וואוינען אין ניו יארק סיטי, האבענדיג אזא געלונגענעם מעיאר ווי בלומבערג יר"ה - זאגט מיר אמאל מיינער א פריינד אינמיטן א שמועס. וואס ביזטו אזוי איבערגענומען פון דעם בלומבערג? - פרעג איך אים, הייבט ער מיר אן מסביר'ן אז דו דארפסט וויסן ווי אזוי די סיטי האט אויסגעזעהן פון בעפאר, די סיטי איז געווען פארזינקען אין חובות, א גרויסע דעפיציט, און דער בלומבערג האט גענומען די זאך אין די הענט, און געמאכט פון די סיטי א לייט, ביז עס האלט שוין היינט ביי א שיינע סורפלוס, ער האט ממש געשטעלט די שטאט אויף די פיס - פירט ער אויס מיט פאטאס.
איך האב אים נאר צוריק געפרעגט א קליינע פראגע - און וואס האב 'איך' פון דעם? פיין און וואויל ער איז א אפשר א גוטער ביזנעס פירער, ער קען שטעלן די סיטי אויף די פיס, אבער 'איך' דארף יעצט צאלן איבריגע $55 פאר א פארקינג טיקעט, און 'איך' דארף זיין אויסגעשטעלט יעדן צווייטן טאג צו א נייע גזירה-משוגעת פון זיין קרומע קאפ א.א.וו. הכלל עס קען זיין אז פאר די סיטי האט ער געהאלפן, אבער מיר פערזענליך האט ער נאר געמאכט צרות, און ברוך ה' אז מיר גייען שוין בקרוב פטור ווערן פון אים.

כלפי מה דברים אמורים?
איך שפאציר אזוי אויפן גאס דעם זונטאג ביינאכט, און איך טרעף מיין חבר וואקענדיג מיט האסטיגע טריט, ווען ער איז טיף פארזונקען אין זיין סמארט-פאון, שיקענדיג פאר זיינע נאנטע חברים די בילדער וואס ער האט געהאט די זכי' צו כאפן ביים גרויסן מעמד קידוש השם ברחובות העיר תחת כיפת השמים.
עס איז געווען אינמיטן א סטריט, באופן אז איך האב נישט געקענט כאפן פון וועלכע כינוס ער קומט, איך שטעל אים אפ, און נאכן באגריסן פרעג איך אים, נא, ווי אזוי איז געווען די כינוס? ער הייבט אן רעדן מיט באק ציינער, דאס איז שוין געווען דער סתימת הגולל פון ר' ….., געענדיגט, יעצט זעהט שוין יעדער ווער עס איז די זאך, קיינער האט זיך נישט געהאלטן ביים צושטעלן צו יענעם, ער האט נעבעך געהאט אן אויסגעשפילטער עולם, נישט קיין געלונגענע רעדנערס, און ביי אונז איז געווען אזא קנאק, איך זאג דיר דו ווייסט נישט וואס דו האסט פארפאסט.

דער צווייטער שמועס האט מיר דערמאנט פון דעם ערשטן שמועס, וואס איז פשט פון די גרויסע איבערגעגעבנקייט וואס די חסידים האבן צו זייער רבי'ן? אז זיי מוזן איבערדרייען די שטאט אויפציווייזן אז זייער רבי האט געהאט א גרעסערע עולם, און עס קרענקט זיי ממש צו הערן/ליינען אז דער ברודער האט מער מצליח געווען אין סיי וועלכע הינזיכט.
די שווערע שאלה איז, "וואס האב 'איך' פון דעם?" שוין, איך הער אז דיין רבי איז מער געלונגען, ער האט העכערע פארענטשעס, ער קען צוזאמשלעפן א גרעסערער עולם, ער איז מער מעכטיג. אבער אפשר שטעלסטו דיך אפ א סעקונדע און דו טראכסט, וואס האב 'איך' פון דעם וואס מיין רבי איז מער געלונגען? עס וועט מיר העלפן באצאלן מיין מארגעדזש/רענט/שכר לימוד/לעקטער/געז/וואסער/קאנטרי? עס וועט מיר העלפן מיין שלום בית? עס וועט מיר העלפן מיט מיינע קינדער? עס וועט מיר העלפן מער מצליח זיין אין לעבן? די איינציגסטע זאך וואס עס וועט העלפן אז די נעקסטע טאג אין מקוה וועל איך קענען שרייען העכער אז מיין רבי איז מער געלונגען און האט מער מענטשן.
וועסטו אודאי ענטפערן: נעה, מיר אינטערעסירט נישט די אלע זייטיגע נארישקייטן, איך וויל א רבי וואס איז א גוטער פירער, ער שטעלט צו גוטע מוסדות פאר מיינע קינדער, ער שטעלט צו גוטע בתי מדרשים, ער שטעלט צו גוטע סערוויסעס, און בנוסף איז ער נאך אן ערליכער איד, און ער איז מיר מעורר מיט זיינע שלש סעודות תורות, איך וויל נעמען ביי אים א ברכה, און זיך מזכיר זיין ביי אים בעת צרה א.א.וו.
אויב דאס איז די קעיס, דעמאלטס וואס איז פשט פון די טענה'רייען? וואס גייט דיר אן אז דער קאנקורענט איז מער אדער ווייניגער מצליח? פארוואס דארפטו אייביג אויפווייזן אז דיין רבי איז על הגובה? סך הכל ביזטו מער צופרידן ביי דיין רבי'ן און דער צווייטער איז מער צופרידן ביי זיין רבי'ן, זאל זיך יעדער גיין במקום שלבו חפץ, און לאזן יענעם געמאך.

דאס גייט מיר נישט אריין אין קאפ. וואס איז די אמת'ע סיבה פארוואס מענטשן גייען אין פייער פאר זייער רבי'ן, וואס שטעלט דיר דער רבי צו אז דו זאלסט זיך דארפן אזוי אנעמען פאר אים, און צוטרעטן יעדן איינעם וואס וואגט זיך צו זאגן פארקערט?

דער מדרש זאגט די וואך (פ' קרח) אן אינטערעסאנטע זאך. ווי אזוי איז און בן פלת געראטעוועט געווארן פון עדת קרח, און נישט געווארן איינגעשלינגען אין דער ערד אזוי ווי זיי? זאגט דער מדרש אז זיין ווייב האט אים געראטעוועט, מרת און'טע האט אים געזאגט בזה הלשון, "איך פארשטיי דיר נישט, פארוואס קאכסטו אזוי אין די מחלוקה? אויב אהרן וועט זיין כהן גדול וועסטו דאך נאר זיין א תלמוד ביי אים, און אויב קרח וועט זיין כהן גדול וועסטו ווייטער זיין נאר א תלמוד".
די נקודה וואס זי האט ארויסגעברענגט איז, אז די מחלוקת דא איז דאך נאר ווער עס זאל זיין דער רבי, ווי אזוי עס וועט זיך נאר אויסשטעלן וועסטו אייביג בלייבן נאר דער תלמוד, און אויב אזוי צו וואס דארפסטו אזוי פארפירן, האלטסטו אז אהרן איז בעסער זאלסטו גיין צו אים, האלטסטו אז קרח איז בעסער דעמאלטס גיי צו אים, אבער וואס איז פשט פון איבערדרייען די שטאט און ארום גיין א גאנצע נאכט חוזק מאכן פון משה רבינו און אויפווייזן אז קרח איז גערעכט? און מיט די טענה האט זי אים געראטעוועט.

היסטאריע חזר'ט זיך איבער
די זעלבע טענה איז דא אויך אויף אונז, אויב האלטסטו אז פלוני איז בעסער גיי צו אים, און שיק דיינע קינדער צו אים, אויב האלסטו אז אלמוני איז בעסער דעמאלטס גיי צו אים, און האלט דיך זייער שטארק ביי אים, אבער איינמאל דו ביזט ביי איינעם, דארף דיר אינגאנצן נישט אינטרעסירן וואס דער צווייטער טוט, דו ביזט דאך נישט געגאנגען צו פלוני ווייל ער האט א גרעסערע עולם און ער קען מאכן א גרעסערע טראסק, דו ביזט דאך דארט נאר ווייל דו האלסט דארט וועט זיין בעסער פאר 'דיין' הצלחה, און ממילא פארוואס דארף דיר פאראינטערעסירן וועלכע 'רבי' האט מער הצלחה?

ווען מען גייט שאפן פאר א רבי'ן דארף מען אייביג האבן פאר די אויגן איין מעסטער: "וואס האב 'איך' פון דעם?" גיי איך עפעס פארדינען פון דעם רבי'ן ברוחניות אדער בגשמיות? און אויב יא וועל איך גיין צו אים, און עס וועט מיר בכלל נישט שטערן אויב דער קאנקורענט איז מער מצליח, ווייל מיין ציהל איז נישט אז מיין רבי זאל מער מצליח זיין, מיין ציהל איז אז 'איך' זאל מער מצליח זיין![/justify]
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר