עצות און טיפס פאר די קאנטרי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

עצות און טיפס פאר די קאנטרי

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

אויב די הנהלה האלט אז עס קומט ענדערש אין אחיעזר, זאלן זיי עס אריבערפירן.

עס איז יעצט די צייט וואס אחינו בני ישראל גרייטן זיך צו פארן אין קאנטרי אריין. מען גייט נעמען פעק און זעק, איינשפאנען די קינדער און רינדער, זיך אויפהייבן און וויילן אין קאנטרי. מאנכע לאזן איבער די ווייבער דארט און ארבעטן משבת לשבת אין שטאט, וויילנדיג אין קאנטרי בלויז פון דאנערשטאג ביז מאנטאג. אנדערע, מייסטנס כולל יונגעלייט אדער די וואס האבן ארבעט דארט, וויילן די גאנצע וואך צווישן די בערג, זיך אויסריענדיג אויף די פרישע לופט און לאזן די משפחות מיט די קינדער וואויווענען אויף די גראזן.

ס'איז נישט קיין ספק אז יעדער פון אונז האט געזען במשך די יארן פון עקספיריענס געוויסע זאכן וואס איז פראקטיש און כדאי מיטצונעמען אין קאנטרי, אדער עצות פארשידענע וואס מאכן גרינגער דאס לעבן אין קאנטרי, וואס אויב מען ווייסט דאס פון פריער קען מען זיך פיל גרינגער מאכן און פארדינען דערפון. יעדער איינער האט זיך זיינע סודות און מעשיות, ווי אזוי מען האט עפעס פארגעסן און זיך געמוטשעט אינעם זימער דערמיט.

עס איז דעריבער א פיינע געדאנק אז יעדער זאל דא אויסשמועסן זיינע טיפס, עצות און הדרכות בנוגע די קאנטרי. איך קען זען אז דא זאל ווערן א רייכע אשכול פיל מיט זאכליכע עצות וואס קען יעדן צונוצקומען.

אדרבה. זאל דער עולם שרייבן און קלוגער מאכן אנדערע אידן לתועלת הרבים.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר