"חבורה לבעלי בתים" געגרינדעט אין וויליאמסבורג

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3780 מאל

"חבורה לבעלי בתים" געגרינדעט אין וויליאמסבורג

שליחה דורך זר זהב »

ס'אינטערעסאנט אז קיינער האט עס נישט אויפגעברענגע ביז יעצט. -- אין ירושלים ד'אמעריקע וויליאמסבורג האט זיך געעפענט עפעס וואס קוקט מיר אויס ווי א אן ערשטמאליגע זאך, א חבורה פאר בעלי בתים וואס האבן שוין רעטייערט. די מטרת החבורה איז: געווידמעט פאר עלטערע בעלי בתים צו פארברענגען מיט שיעורי תורה, דרשות, געזונטהייט לעקציעס, אד"ג

די חבורה האט זיך געעפענט פארגאנגענעם זונטאג. די אכסניה איז אין ביהמ"ד חרדים אויף ראסס סט. לרגל פתיחת השערים האט אויפגעטרעטן
הרב אב"ד דקהל חרידים. און הרב ר' שמואל דוד סאקס דומ"ץ פשעווארסק, חזנות לכ' ר"ח האט
מען געהאט א שיינעם בעל תפילה.

דער ציהל און מטרה פון ''חבורה לבעלי בתים ווילאמסבורג'' איז צוצושטעלן א געשמאקן און איינגענעמען מסגרת פאר בעלי בתים און עלטערע אידן
וואס האבן שוין רעטייערט, און ווילן אויסנוצן זייער טעג צו פארברענגן אין אן אנגענעם אטמאספערע
מיט אנדערע אידן אינעם זעלבן שטאפל.

זיי שטעלן צו אן אינהאלטסרייכן סדר היום, מיט הערליכע שיעורי תורה, א געשמאקן פרישטאג מידי יום ביומו, סיפירי צדיקים, מסיבות
מזמן לזמן, און צומאל געזונטהייט לעקציעס און אנדערע וויכטיגע שיערים.

ס'דא אויך צוגעשטעלט טראנפארטאציע.

דער סדר היום פון ''חבורה לבעלי בתים" איז ווי פאלגאנד: 9 אזייגער איז שחרית צוזאמען מיט חרדים רב שליט"א, 10 אזייגער פת שחרית, געשמאקער נארהאפטיגער פרישטאג, סיפורי צדיקים דורכ'ן רב שליט"א בשעת פת שחרית. 10:45 שיעור קבוע דורכ'ן ראש החבורה. 11:45 פארשידענע שיעורים דורך בארימטע מגידי שיעורים ומגידים עטליכע מאל א וואך, און דערנאך א געשמעקן מיטאג-צובייס.

דער סדר היום ווערט פארגעזעצט ווייטער יעדע וואך פון מאנטאג ביז דארנעשטיג, אריינגערעכנט זומער.

אויפן קומענדיגן מאנטאג (למשל) איז איינגעלאדענט הרב יונה לאנדאו שליט"א, יו"ר וועד הנסיעות לקברי צדיקים. און אויף מיטוואך
וועט רעדן הר"ר חיים מייזעלס בנושא: חורבן הבית.

מאנטאג פר' פנחס וועט אויפטרעטן ר' סיני מלוביצקי איבער פארשידענע ענינים.

פילצאליגע עלטערע בעלי בתים תושבי העיר רופן אין די טעג אריין דעם נומער call 347 770 7181 און שליסן זיך און אין ראפ פון די חבורה, פריי פון אפצאל אויסצוניצן די טעג אינהאלטסרייך און געשמאק ברוחניום ובגשמיות.

(נאכגעשריבן אביסל פונעם איד)

~~~~~~~~~~~~~~


דאז איט געט עני בעטטער דען דיס?!?!

א פריי פון אפצאל געשמאקן חבורה ... דאווענען, פרישטאג, דרשות, טראנספארטאציע! וואאו ווי! ס'שוין דא אויף וואס ארויסצוקוקן צו די עלטערע יארן! אפשר יעצט וועט לויט מאטי107 טעאריע מיינע יארן אנהייבן גיין שטייטלעך!...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זר זהב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר