ר' איד, ס'צייט צו קויפן א סעלפאון

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

ר' איד, ס'צייט צו קויפן א סעלפאון

הודעהדורך יואב » מיטוואך יוני 19, 2013 2:07 am

ס'גייט א שלאקס רעגן צום אויפברויז פון הולכי דרכים, זאלן די פארמער זיך קלאפן די בייכער. מאטאריסטן טובל'ן אומבאהאלפענע פיסגייער אין ברונליכע לוזשעס, אלץ וואס זיי טראכטן איז נאר פון זיך. צעביילטע שירעמעס הייבן זיך אין ווילדע טענץ, און מיט רעכט קען זיך דאכטן ס'קומט פאר א מעגא וואסער סעיל אינערהאלב די ראמען פון שווארץ געשוואלענע וואלקנעס.

שטיי איך אריינגעקוועטש אינעם בודקעלע, ווארט איך אויפן אנקום פונעם באס מיט אן איבערגעטריבענעם נאאיווקייט. און פון וואנען זאל איך האבן אן אהנונג וואס אזא קורצן פארשפעטיגונג קען אלץ אורזאכן פאר אן אומשולדיגן איד -- טאקע אינעם הארץ פון א חסידיש-געדיכטן געגענט.

מיין סעלפאון, וועלכע ביז קארגע צען מינוט צוריק איז באטראכט געווארן אלס חלק פון מיין פריוואטן אייגענטום, איז אפציעל פארוואנדלט געווארן אין א פריי פון אפצאל פאבליק טעלעפאון.

א געשאצטע 5 אינגעלייט האבן אויפדערווייל פארבעטן כ'זאל זיי דאס פארבארגן, און כל זמן דער באס פארזוימט זיך, שטיי איך אויס פרישע חסד.

דריי דערפון, האבן געברויכט מיין צעל צו זיך פארבינדן מיט דעם באס פירמע. אפגעזען זייער צעהאקטן ענגליש, האבן זיי אויפן חסידישן שטייגער באהאגלט דעם אומוויסענדען אפארעטער מיט שטורעמישע קללות "הלמאי דער באס איז נאכנישט דא". נאך אלעם טוהט אלצדינג שטענדיג ווארטן אויף זיי, און דאסמאל דארפן זיי -- די קדשי קדשים פונעם בריאה --ווארטן ווי שווייס טראפנדע חסידים אויף דעם אויסגערוהטען רבי, ער זאל ערשיינען בנהורא מעליא. סארא חוצפה פון נידריגע ערלים.

ס'גאנצע ארום האט מיטגעהאלטן דעם וואלקאנישען חרון אף וואס האט זיך בלויז פארשטערקעט מיט א מינוט ס'איז פארביי, אזש דאס בודקעלע האט געטרייסלט "נוסח וינועו אמות הסיפים".

איינס פון די דריי, א וועטראן פראטעסט גייער -- ווילד ווי שאול יצחק פון די ביכער -- האט שטייף ערקלערט אז מ'דארף בוקאטירן דעם פירמע, אן קיין שום פארהאנדלונגען. דער צווייטער, אן אויפגעהייטערטן צאפ צעלאזט ווי שניי אונטערן זון, האט באוויזן ווי אלעמאל אריינצוריקן דעם צורר הבריות "בלומבערג" אינעם בילד; און אז דער רשע שווימט שוין צווישן די שפייאכץ, אים באגאסן מיט א טוץ היימישע לעסטערונגען ווי דעם זאק שמוץ אויף המן'ס קאפ. ואחרון חביב, דער דריטער מטורף. ער האט געבונטעוועט מיט נוקלערע קראפט, אז ס'האט זיך זאגאר געלאזט פארגעסן ער האט עטליכע מינוט צוריק געדינערט ביי א דרשה איבער באשערט, ביטחון, יסורים באהבה, השגחה פרטיות און חילול השם.

דער פערטער, ער האט שוין בעצם געבארגט דעם צעל דריי מאל נאכאנאנד, "ווייל ער האט פראבירט צו רופן איינעם, און ס'כאפט פשוט נישט". ער האט קיין אהנונג פארוואס, אפשר האט ער געדארפט אריינלייגן די עריע קאוד אין צוגאב צו די בלויז 7 נומערן. ווי אויך איז ער אינגאנצן צעמישט. דריקט ער יא דעם קנעפל אויפן לינקן זייט אויבן, האט שוין יענער געהאט אויפגעהויבן און געשריגן האלא צום שטומען דופן; דריקט ער נישט, הערט ער ווייטער נישט יענעם. הפנים, ס'קוקט אויס כאילו מ'שפאצירט אנטקעגן א היימישע פרוי. גיי איך לינקס, שארט זי זיך לינקס ווי ס'זאל זיין פאראויס פראגראמירט; גיי איך רעכטס, טאנצט זי נאך ווי דעם מלאך פון בלעם'ס אייזל -- מיט הצלחה צו פארשטעלן דעם וועג, און אנזייען צעמישעניש.

און נאט אייך דעם זיסן קארש אויפן שפיץ. אן אנגעבליך פארשטענדיגער איד, ברויך בדרך כלל נישט צוקומען צו קיינעמס טובות. (חוץ ווען...)אמער, דאסמאל איז ער געווען אן אונס, און איז געווען געצווינגן צו מאכן אן אויסנאם. נו, "אונס רחמנא פטריה" פלעגן שוין די מלמדים אריינפלעכטן זייערע צינישע התנהגות'ער.

בכדי צו פארמיידן מעגליכע פאטאליטעטן, האט ער געקלינגען צו איהם אין "שטוב" בחיפזון, שטעלענדיג דעם נארוואס אויסגעבראכנעם קאמף צווישן א חלק פון זיינע שבטי קה, פארן פאבליק (פאטענציאלע דזשוריס.) דערזעהנדיג אז ס'העלפט נישט פארציילן די מעשה פון שלמה המלך'ס ערשטן משפט, האט ער באשלאסן זאלן אלע ארום מיטהאלטן זיין אייגענעם חכמה. (וועלכע באשטייט פון שארפע סטראשונגען, באגאסן מיט א דיקטאטארישן אימה -- להוציא מליבן פון היינטיגע מחנכים וועלעכע ווילן אדאפטירן דעם גוישען מהלך אין חינוך. און מיינט עטץ ס'נישט ווירקזאם? כא! נאך ווי. די קינדער מאכן נאס די הויזן פאר שרעק, און נאר אזוי וואקסן זיי אויס לייט.) די מחלוקה האט ער געשטילט, אבער דאס האט געמיינט לכל הפחות 7 מאל צוריקגערופן ער אין שטוב, און 6 מאל דער שטוב צו איהם (מיר). און נישט אז כ'בין יענעמס פריוואטן סעקרעטאר, נאר אז כ'וועל א טובה טאן א איד וועט גארנישט פאסירן. (מ'מעג אמאל טראכטן פון א צווייטן אויך, מ'דארף נישט אלץ אינזין האבן נאר דעם אני, עצמי ואפסי. יא יואב, איך רעד צו דיר).

עוד הם מדברים, והנה קומט צוקריכען א הייליג איד'ל. פיאות, לאנג ווי זיינע גאטקעס, פלאטערן אין די גרעניצלאזע לופטן מיט פאטריאטישע שטאלץ -- דורכגעווייקט אויף פסול צומאכן א דאזען ספרי תורות. א קריטיש פארוואנדעטן שירעם שוין ביים גסיסה שטאפל, ראנגלט מאכטלאז פארן לעבן מיט די מערדערישע ווינטן; די צופראסקעטע אייזענע בענדער שטייען ביים שוועל פון זיך דערקלערן זעלבסשטענדיג. אלטע קליידער ווי דעם ארענדער בעפארן טאנץ פון בער, און א יום טוב שחל להיות בשבת'דיגן מקווה ריח גייט פון זיין קדושה באגאסענעם קערפער -- ס'זאל קיינער קיין ספק האבן אז רוח צדיק'ל מרחפת על ראשו.

ער שפירט אז דאס פארשפעטיגונג פונעם באס איז ללא ספק זיינס א מופת, על אף וואס ער איז דערווייל נישט אנגעשלאסן אין קיין שום מסגרת, כוללים צו אנדערע סגולה גרופעס.
צום הימל שרייעדיגן נייגער פון ארומיגע לחיים געזעטיגטע, פארשפרעכט ער צו פארציילן דעם מופת איינמאל מ'איז אויפן באס; סיי ווי וועט מען דאס קענען ליינען אין איינע פון די אויסגאבן.
כעת אבער, נייטיגט ער זיך דרינגענד אין א סעלפאון. אלעמענס פינגער צילן צו יואב'ן, ער פארמאגט דאך אזא כלי. אז כ'האב דעם צעל פריער פארבארגט פאר יענעם, איז ער געווארן מיינס א חסד עידשענט -- פריי פון אפצאל.

ר' איד, כ'פארשטיי טאקע איר זענט א שור תמים, אן ערפארענעם הכנות קוועטשער, א וועטעראן מוסר זאגער, א מאדעל פון א נצרך לבריות, א זעלטנהייט פון א נברא; און אזא חשובען בהמה ווי אייך, האט אפילו דמא בן נתינה נישט פארמאגט. און האלא, די נאז פוץ ביטע אין א מינוט ארום. הער, איך בארג דיך מיין סעל (כמעט) גערן. זייטשע מיר נאר מסביר, פארוואס די גיהנם זענען אזאנע קדושים כערכך, דערקעגן דעם געדאנק זיך איינצוהאנדלען א דראעטלאזן קאמיוניקאציע אפאראט? כלום חסר במחנינו אקטיוויטעטן וויאזוי אויסצונוצן אנדערע, אזש דעם מיטגעמאכטן צעל ברויכט איר אויך איינשליסן אינעם חסד פעקעדש?

חלילה איר זאלט מיינען איך בין אן אגענט פונעם שטן, און איר זענט נארוואס געפאלן א קרבן אונטער בייזע מיסיאנערישע ארעמעס, באוואפענט מיט לויטער שמד אגענדעס.
אן איינפאכען ארימען סעלפאון, אזש אייערע קינדער וועלן מיינען דאס איז א קאלקיולעטאר, און איר וועט קענען שפילן דערמיט א באבל געים בשעת אייערע פיס דרימלען אין בית הכבוד.

האלא? וואו קוקט איר? איר דארפט שוין ניטאמאל פארן קיין לייבציג דערפאר. אבאמא טיילט בחינם! (נו, בחינם קריגט מען דאך כינים (חחח), מעג דאס דאך זיין א קאלירפולן אויך. אזאנע קאלירפולע אויף אלע קליפות געווינטשן).

און נישט אז איך טראכט די סיבה איר פארמאגט נישט קיין צעל, איז ווייל איר האט צוריקגעוויזן די גענאדע פונעם רעגירונג ווי דעם ירושלימען קנאי. איר זויגט דאך פראגראמען פונעם רעגירונג ווי א תינוק בן יומא, ווי דאס זאל זיין כלים מ'בארגט פון מצרים. נאר וואס דען? כ'ווייס דאך איר האט שוין אויסגענוצט די מינוטן. נאה, נישט דו. דיין קליינטשיגס האט זיך אריינבאקומען אין דיין ספרים בונקער במחתרת, און האט זיך געשפילט דערמיט, געדריקט קנעפלעך "אין די וועלט אריין". הוא השטן הוא המשחית, און ס'האט זיך בטעות אליינס געקלינגן צו די מרחקים, ואלמלא דאס ביסל (אסאך) רענט הילף פונעם רעגירונג, וואלט איר איצט געשטאנען ווי שמעון בן זומא'ס טייטש אויף ובעל השור נקי. מ'שטיינס געזאגט: א קאר, סעלפאון, קעש, און אנדערע מכשירים פארמאגט איר דאך נישט.
דערפאר האט איר באשלאסן אויסצונוצן יענעמס גוטסקייט, מתורת כל ישראל ערבים זה לזה, און איר יאגט נאך דעם אידנטום אויף א טעגליכן נערווען שפרינגעדיגן פארנעם.
דערוואגט זיך נאר צו בעהטן א סעל פון א פארבייגייענדעם ערל -- אז איר קריגט אן אצבע זקופה, זענט איר פילייכט גרינג אפגעקומען.
העלא? ס'איז 2013, אז איר ווילט לעבן ווי אין עימיש טאון, דאן לאזט לעבן אנדערע. וואס קוקט איר מיר אן ווי א געפרוירענעם עטלף? "קויפט אייך א דעעם פאון!!!".

הער אויס יואב'ל, כ'זעה ביסט נאך יונג. כ'ווייס נישט צו דו מאכסטעך תם'עוואטע, אבער אז דו פרעגסט וועל איך דיר מסביר זיין. ס'גארנישט, נישט יעדער אנערקענט דאס באלד. ס'דא חברה די ארבעים לבינה איז גענוג שטארק אויף דעם אויך, און איך קען אפילו אידן מיט ווייסע בערד וועלכע לויפן נאך דעם עולם גולם סתם ווייל "יעדער" טוהט אזוי. כ'גלייב מ'וועט נישט שמייסן דערויף, פאר דעת בעהט מען דאך יעדן טאג. חחח. קודם כל, צו וואס פעלט אויס א סעלפאון. סתם די רעביצין זאל האבן ווען און וועמען צו דרייען א קאפ? צווייטנס, ס'נעמט אוועק די צייט. איי מ'מוז? מ'מוז נישט. אונזערע זיידעס און באבעס האבן דורכגעלעבט אן דעם. "גלייב מיר זיי האבן געלעבט אסאך א רואיגער און באקוועמערע לעבן."
איי יעדער האט? כ'הער, אז יעדער איז משוגע דארף איך אויך זיין? דאס איז דאך סתם דברים של טעם יואב'ל, טראכט נאר א מינוט, וועסטו באלד איינזעהן כ'בין גערעכט. נוץ נאר אביסל דאס קעפל גאט האט אונז געשאנקן. מיר זענען דאך נישט קיין בהמות, מיר זענען בעלי דעת.
דריטנס, ס'קאסט געלט. און צו וואס אן איבריגן הוצאה. פאר די עטליכע מאל א טאג איך דארף צוקומען צו א סעלפאון "קען איך דאך בארגן".
און בכלל, "ווער ס'וויל צו קומען צו מיר טרעפט א וועג''. איך לעב ב'ה נישט אין קיין מדבר, מ'קען מיך טרעפן אין בית מדרש, מ'קען קלינגן צו מיר אהיים, "כ'האב נאכנישט געהערט איינער זאל מיינען איך בין געשטארבן."

העי, יואב, וואו לויפסטו?
יוֹנָה מָצְאָה בוֹ מָנוֹחַ
באניצער אוואטאר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1643
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6623 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6198 מאל

הודעהדורך למדן » מיטוואך יוני 19, 2013 12:15 pm

אייזן גוט ווי אייביג, איך פלעג אמאל בארגן מיין סעלפאן ביז די בעטערי האט זיך אויסגענוצט און זייט דעמאלטס האב איך זייער ווייניג בעטערי...
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

הודעהדורך petergrifin » מיטוואך יוני 19, 2013 3:19 pm

די ביזט בעסער ווי גוט
יעצט ווי ביזטו איך וויל דיך געבן א היטש און בארגן מיין סעלפאן
קענסט אפילו רעדן אויף וואליום טען א גאנצע וועג :P
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 938 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 881 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » מיטוואך יוני 19, 2013 3:21 pm

יואב, כא'שוין נישט קיין בעטערי העל איך דיר נישט קענען בארגן מיין טעלעפאן, אבער מיין באלאבוס האט מיר כמעט געפייערט היינט ווען ער האט געהערט מיינע יאמערייען פון ביסקיס ווען איך האב דאס געליינט.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1820 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2416 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » מיטוואך יוני 19, 2013 3:32 pm

בשעה שבא מלאך הממונה על חוש ההומור לחלק את החוש, מיד נתקבצו כל הנשמות שבעולם ושאלו, הומור זה, מהו? ענה המלאך, להתלוצץ ולשמוח. הלבינו פניהם ופנו להם ואמרו מה בצע כי נתלוצץ, עד שבא יואב ואמר אקח לי, ואחלקנה ואשמח בהם את הבריות, בא ולקח את כל מה ששיירו השאר, והיינו דאהני ליה ליואב, הדא הוא דכתיב ויואב שר צבא אשר למלך, ואין צבא אלא ליצנות ואין מלך אלא ישראל.

(מדרש קופרניקוס זוטא)
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4254 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 19, 2013 4:31 pm

במדרש קופערניקוס רבתי, כתוב בנוסח אחר:
... ולא נמצא אף אחד שרצה לקבל חוש ההומור, עד שעמד קופערניקוס על רגליו ואמר: אם אין אני לי מי לי. הה"ד: כפ"ר לעמך ישראל.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8575 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יוני 19, 2013 9:47 pm

מאראנצןזאפט האט געשריבן:יואב, כא'שוין נישט קיין בעטערי העל איך דיר נישט קענען בארגן מיין טעלעפאן, אבער מיין באלאבוס האט מיר כמעט געפייערט היינט ווען ער האט געהערט מיינע יאמערייען פון ביסקיס ווען איך האב דאס געליינט.

אבי כ'הא געמיינט אז דו ביסט אליינס בעל הבית. ווען יא, וואלטן דיינע ארבעטערס געמיינט אז דו ביסט משוגע געווארן און זיי וואלטן אלע געקומען צו לויפן בעיטן א רעיז.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15084
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9901 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יוני 19, 2013 9:50 pm

יואב. כ'האב יעצט געענדיגט ליינען דיינע איבערלעבענישן. כ'האב אזוי שטארק געלאכט אז מיין שכן איז געקומען טשעקן צו ער זאל רופן הצלה אדער פאליציי.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15084
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9901 מאל

הודעהדורך יואב » מיטוואך יוני 19, 2013 9:57 pm

קופערניקוס האט געשריבן:בשעה שבא מלאך הממונה על חוש ההומור לחלק את החוש, מיד נתקבצו כל הנשמות שבעולם ושאלו, הומור זה, מהו? ענה המלאך, להתלוצץ ולשמוח. הלבינו פניהם ופנו להם ואמרו מה בצע כי נתלוצץ, עד שבא יואב ואמר אקח לי, ואחלקנה ואשמח בהם את הבריות, בא ולקח את כל מה ששיירו השאר, והיינו דאהני ליה ליואב, הדא הוא דכתיב ויואב שר צבא אשר למלך, ואין צבא אלא ליצנות ואין מלך אלא ישראל.

(מדרש קופרניקוס זוטא)


וויאזווי רעאגירט מען צו אזא קישקע שאקלדיגע תגובה?
איך בין צומישט ווי אן עלעקטאריק סליידינג דאאר ביי א מיניווען בעת די שיפט רוהט אויף דרייוו, און א היטשער שלעפט דאס טיר.
זאל איך לייקן? הייסט דאס ווי כאילו איך קלאפ מיר דאס בויך אין פאבליק, אפילו זאל איך דאס טוהן פאר מיר, וואספארא פנים וועט דאס טראגן? איי גיאות? איר ווייסט דאך ס'נישט אזוי ווייט גיאות ווי מאדנעהאפטיג, טשילי, און א סמיילי מיט אזא קרומער מויל אויף ארויף.

זאל איך נישט לייקן? הייסט עס קופי האט דא אפגעשריבן א קאמפלימענט מיט פייערדיגע טינט, און איך צוליב דאפעלטע גיאות מאך זיך כאילו איך האב דאס פארזעהן ווי דער טאטע ביים אפיקומן אינוואזיע?

דאן זענען פארהאן די טיפישע ספיקות וועלעכע שווימען באלד אויפן אויבערפלאך.
מיינט ער דאס ערענסט, און אין אזא פאל דארף איך שפרינגן מיטן שטריימל אראפגעדריקט ביזן נאז ווי דער וואנזיניגער מרקד על ארבע פורים אינטערן איינפלוס פון ספארקלינג פיטש גרעיפדזשוס, אדער דאס איז ווי קאנגראטולירן א קליינטשיגס ביים ערשטן מאל אפלאדענען זיין אפפאל אין ביסקיס?
יוֹנָה מָצְאָה בוֹ מָנוֹחַ
באניצער אוואטאר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1643
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6623 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6198 מאל

הודעהדורך יאנקל » מיטוואך יוני 19, 2013 9:59 pm

לייק אים, יואב, לייק. קופערניקוס גלייכט לייקס. ער'ט נישט אזויפיל אריינטראכטן.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3853 מאל

הודעהדורך יואב » מיטוואך יוני 19, 2013 10:03 pm

יאנקל האט געשריבן:לייק אים, יואב, לייק. קופערניקוס גלייכט לייקס. ער'ט נישט אזויפיל אריינטראכטן.

ויאנקל היה חוכך בזה להקל. והכי נקטינן.
יוֹנָה מָצְאָה בוֹ מָנוֹחַ
באניצער אוואטאר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1643
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6623 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6198 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » מיטוואך יוני 19, 2013 10:24 pm

יאנקל האט געשריבן:לייק אים, יואב, לייק. קופערניקוס גלייכט לייקס. ער'ט נישט אזויפיל אריינטראכטן.


:lol:
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1820 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2416 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » מיטוואך יוני 19, 2013 11:08 pm

יאנקל האט געשריבן:לייק אים, יואב, לייק. קופערניקוס גלייכט לייקס. ער'ט נישט אזויפיל אריינטראכטן.
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4254 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » מיטוואך יוני 19, 2013 11:10 pm

והדא הוא דכתיב "חסידים פאר לייקס", איך בין דאך געווען פארנומען יעצט אין בעקעריי, אבער איך האב געזעהן א לאנגע גרויסע אשכול מיט א פעיסבוך פעידזש מיטן גאנצן קנאק, אלעס פארן וויכטיגן צוועק פון "חסידים פאר לייקס". יא, לייקס פארמאגן חסידים.
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4254 מאל

הודעהדורך אני מת לחיות » מאנטאג יוני 24, 2013 8:22 pm

מעין עולם הבא :like
אני מת לחיות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 17, 2013 9:35 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

Re: ר' איד, ס'צייט צו קויפן א סעלפאון

הודעהדורך טמיר » מאנטאג מערץ 06, 2017 1:45 am

לכבוד פורים געטראפן דאס.
וויפיל יורע ס'פרובירן נאר נאכצומאכן יואב'ן גייט עס נישט. קיינער קען עם נישט ביעטן.
יואב, מיר ווארטן אויף עפעס פריש...
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 4006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 601 מאל

הודעהדורך פעינטער » מאנטאג מערץ 06, 2017 4:47 pm

שקויח פארן אהער ברעינגען סיס פיינע נייעס

סיס נאך מער אינטערסאנט צי לייענען א תגובה פין 2013 סיס אזוי ווי קיקען אן אלטע קליפ פין וויליאמסבורגע גאסען.
ווי וועסטי היינט טרעפען א איד ביים באס סטאפ וואס נאר ער האט אן סעלפאן.
אין היינטיגע צייטן אויב איינער וועטיר יא פרעגען צי איר האט אן סעלפאן וועט קימען די נעקסטע שאלה "סיס כשר"??
לאמיר זינגען ציזאמען.

אוי אין
אין גדולה כגדולתך
אין גדולה כגדולתך
אין רחמים רחמים רחמים
כרחמנותך.

זאג נישט פארן באשעפער ווי גרויס דיינע צרות איז
ווי גרויס ווי גרויס דיינע צרות איז,
זאג פאר דיינע צרות ווי גרויס דער באשעפער איז
ווי גרויס ווי גרויס דער באשעפער איז.

שקויח פארן מיט זינגען
פעינטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 24, 2016 10:21 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

הודעהדורך ליפא » מאנטאג מערץ 06, 2017 4:52 pm

א סיס קען נישט זיין כשר..
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2468 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1860 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מאנטאג מערץ 06, 2017 5:53 pm

לייענענדיגע דעם ארטיקל האב איך געקלערט אז ס'איז ממש אן עוולה אז מ'לאזט נישט דא לייקן מער ווי איינמאל
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 905 מאל

הודעהדורך פעינטער » מאנטאג מערץ 06, 2017 8:27 pm

ליפא האט געשריבן:א סיס קען נישט זיין כשר..

א קשיא אויף א מעשה ;)
לאמיר זינגען ציזאמען.

אוי אין
אין גדולה כגדולתך
אין גדולה כגדולתך
אין רחמים רחמים רחמים
כרחמנותך.

זאג נישט פארן באשעפער ווי גרויס דיינע צרות איז
ווי גרויס ווי גרויס דיינע צרות איז,
זאג פאר דיינע צרות ווי גרויס דער באשעפער איז
ווי גרויס ווי גרויס דער באשעפער איז.

שקויח פארן מיט זינגען
פעינטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 24, 2016 10:21 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

הודעהדורך יואב » דינסטאג מערץ 07, 2017 3:54 am

טמיר האט געשריבן:לכבוד פורים געטראפן דאס.


פיר יאר צוריק? אוי מיי דזשי. נאך פון טיף אין מיין פאריגן גלגול.

יואב, מיר ווארטן אויף עפעס פריש...

פסח וועקער מערצאשעם
יוֹנָה מָצְאָה בוֹ מָנוֹחַ
באניצער אוואטאר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1643
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6623 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6198 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron