יעצט קומט אן די גוטע נייעס אז די קעטסקילס אידן וועלכע זענען געקומען אין שטאט אריין אויף 10 חדשים וואקאציע
גייען שוין אהיימפארן!
עס גייט מארגן פארקומען א סעודת פרידה, און מען בעט די אלע קעטסקיל אידן נישט איבערצולאזן די חובות ביים גראסערי מקוה איד וכדו׳ עס איז פשוט נישט קיין
מענטשליכקייט צו קומען אויף א פרעמד פלאץ און איבערלאזן שמוץ, צאלט אייערע חובות און נאכדעם קענט איר אהיימגיין.
מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט דא פון אייער וואקאציע, עס איז אונז באמת געשמאק געווען ווען איר זענט דא געווען, כאטש מיר האבן געמוזט
פארקוקן אויף פילע פון אונזערע מענטשליכע געברויכן, אבער הכנסת אורחים איז אונזער פריאריטעט.
אצינד ווען מיר וועלן זיך צוריקערן צו אונזער רואיגע לעבנסשטייגער ווילן מיר אייך וואונטשען צאתכם לשלום.
איין בקשה; אין 2 חדשים ארום ווען איר קומט נאכאמאל דא אויף וואקאציע פרובירט עס צו ארגאניזירן צוביסלעך, גרופעס
ווייז, ווייל מיר קענען זיך נישט ספראווען מיט אזויפיל פלוצלינגדיגע געסט.
(קרעדיט: יעקב בער, אמ"ג)
בשורה טובה פאר תושבי נ.י. סיטי
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3780 מאל
בשורה טובה פאר תושבי נ.י. סיטי
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
דער אשכול פארמאגט 4 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן