א וויליאמסבורגער חסידישע אינגערמאן, א רעדדיטאר!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

א וויליאמסבורגער חסידישע אינגערמאן, א רעדדיטאר!

שליחה דורך דבילה »

די שטארק פאפולערער וועבזייטל, רעדדיט reddit.com , האט אין זיך אן אפטיילונג ווי מעמבערס, אדער אזויגערופענע "רעדדיטאר"ס, קענען זיך אויפשטעלען ביים באלעמער און אפנעמען סיי 'סארא אנפראגען. די אפטיילונג רופט זיך "פרעגט מיר וואס איר ווילט" אדער עי.מ.עי. און דארט האבן שוין אנטייל גענומען אלע סארט מענטשן, פון פרעזידענט באראק אבאמא, ביז בילל געיטס.

דעם פארגאנגענעם שבת, האט א היימישע אינגערמאן, אליין א "רעדדיטאר", גענומען דעם מייקראפאן און אנגענומען אלע ערליי שאלות בתורת א חסיד'ישער אינגערמאן וואס וואוינט אין וויליאמסבורג. לויט ווי דער אינגערמאן שרייבט ענגליש, הגם ער שרייבט היבש בעסער ווי דער געווענליכע וויליאמסבורגער אינגערמאן, איז שטארק ניכר אז ענגליש איז נישט זיין ערשטע שפראך. פון די אנדערע זייט, ווייזט דער אינגערמאן ארויס אסאך קענטעניס און פארשטאנד און שרייבט גאר אינטעליגענט. לויט ווי דער אינגערמאן שטעלט זיך אהער, איז ער 23 יאר אלט און האט מער ליבעראלע שיטות ווי וואס איז ערווארטעט פון א היימישע אינגערמאן, אבער דאך שרייבט ער אן האס. ס'איז מערקווירדיג אז דער אינגערמאן'ס ארנטליכע און אפענע צוגאנג איז שטארק נושא חן ביי די אנדערע רעדדיטארס און זעט אויס אראפצודרייען דעם האס מיט וואס עטליכע פון זיי הייבן אן.

ציווישן די נושאים וואס ער טוט אדורך ענטפערט ער די פאלגענדע שאלות:

• פארוואס חסידים טראגן דעם מאדנע לבוש
• פארוואס ער איז אויפ'ן נעט אום שבת
• פארוואס אלע חסידים האבן האנדא אדיסיעס
• ווי ווייט גייט די שנאה פון חרדים צו די יאפיס (ארטיסטען בלע"ז)
• פארוואס חסידים שאקלען די הענט אזוי שוואך (ביי א ביזנעס דיל וכדו')

און די בעסטע איז מיר געפאלן:
ARE YOU MY LANDLORD?

ליינט און האט הנאה.

http://www.reddit.com/r/Brooklyn/commen ... sburg_ama/
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דבילה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 41 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר