דורך לעיקוואד » מיטוואך יוני 26, 2013 1:45 pm
מאראנצן,
פארוואס נישט מעריך זיין הרה"צ משפיטיווקע שליט"א? בעיני קומט א שטארקע הערכה אויף א מענטש וואס שעמט זיך נישט און טוט צו דער זאך, אין זיינע אויגען. דער שאלה צו ער איז גערעכט איז א באזונדערע שאלה, אבער אלץ דעם וואס ער האט גאטס וואס אונז קליינע מענטשעלעך האבען נישט קומט עם אוודאי הערכה, און עכ"פ זיכער נישט זלזול וביטול סתם ווייל מיר קענען נישט באווייזען אפילו א צענטל אזעלכע דרייסטקייט. (נו, זאל שיין איינער דא אנהייבען שרייבען מיט זיין אמת'ע נאמן, i challenge you... א באנדע פחדנים, באהאלטען זיך אינטער ניקס, און האבען נאך די חוצפה אוועקצומאכען מענטשען..)
עניוועיס, נאטינג פערסאנעל, כמובן. בכלל האט שוין קופערינוקס אויפגעקלערט באיזהו מקומן אז בי לעיקוואד איז נישטא אזא זאך פערסענאל, עס איז אלץ נאר בבחינת עלה בלבו צו צארענען, למעשה זיצט זיך לעיקוואד מיט א גרוסע שמייכל און זיפט קאלטע ביער און האט הנאה ווי אנדערע מיינען אפילו אז ער צארענט אדער אז ער רעדט פערסענעל. שוין, ער האט אביסעל מגזים געווען, די ביר איז נישט אזוי קאלט, אבער באופן כללי איז אזוי. איך הבא ס"ה געוואלט ארויסברענגען אז ס'נישט קיין חכמה אנצורופען איינער מיט'ן טיטל רשע בשעת וואס לויט'ן תניא זענען כולם ראוים לאותו איצטלא טאקע, און בכלל טראכט וויאזוי דו וואסלסטו געפילט אז מ'זאגט אזוי אויף דיר, איך מיין אז דאס טאקע טראכסטו יעצט.. איך האב דאס ס"ה געשריבען בלשון קצרה ותבחר לשון ערומים, ונקטיתי לשון קצרה.
א קלאפ אויפ'ן פלייצע ידידי היקר (תלמידים נעם איך שוין נישט אן נאכדעם וואס כמה האבען זיך פארופען בחוצפה על שמי תלמידי לעיקוואד און אויפגעשטעלט א ריזיגע ישיבה דארט און צום סוף זעה איך נישט קיין פעני פון דעם, פאר חברים האב איך נאך אפאר ליידיגע סלאטס קענסט זיך מצטרף זיין), איך מיין גארנישט דיר, שטייצעך..
קאווע טרינקער האט שוין א ורמינהו, הכא אמר לעיקוואד הכי ומשמע במקום אחר שאמר אחרת, נו, שוין, כ'בין דען א גמרא, איך געדענק נישט אפילו וואס איך האב געשריבען דארט, מן הסתם אויב כ'האב געשריבען עפעס האב איך אזוי געטראכט, קען זיין כ'האב געטוישט מיין מיינד, ווי עס מאכט זיך גאנץ אפט, קען זיין ס'איז באמת נישט קיין סתירה ויש לחלק, קען זיין הא לן והא להו, קען זיין אז איין זאך האב איך געשריבען לפנים לצורך ההמון און א צווייטער איז מיין אמת'ע דעה, קען זיין נאך אסאך זאכען, אבער הו קעירס? א קשיא אויף גאנץ לעיקוואד.. לעיקוואד שטארבט נישט אז ס'איז דא א קשיא אויף עם.