וואס טוט מען אין קאנטרי?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

וואס טוט מען אין קאנטרי?

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

קודם כל א שטיקל דיסקלעימער.

אודה ולא איבוש אז אין קאנטרי בין איך א גרינער. מיינע עלטערן זענען פונעם פארצייטישן דור, קיינמאל אין קאנטרי נישט געפארן און שטענדיג פארבליבן אין שטאט. בילדותי בין איך אין קינדער קעמפ נישט געווען, שטענדיג געבליבן אינדערהיים, און אזוי אויך נאך די חתונה האב איך ווייטער אנגעהאלטן מסורת-אבות, נישט אלס שיטה אויס, נאר פשוט - כ'ווייס נישט פארוואס, כ'אב נישט געקלערט פון קאנטרי, ס'איז מיר גוט געווען אזוי, ולא עלתה על דעתי צו גיין אין קאנטרי, טראצדעם וואס איך האב געזען אלע מיינע חברים גייען יא, אבער איך האב עס נישט געדארפט. ס'איז מיר גוט געווען אזוי.

אלעס איז געווען גוט און פיין ביז דאס יאר.

דאס יאר נאך פסח, איז דער אשת חיל געקומען צו מיר מיט א פארלאנג אז זי וויל פארן אין קאנטרי, זי האט מיר מסביר געווען אז די קינדער וועלן פיל בענעפיטן דערפון און די שלום-בית וועט פארבעסערט ווערן און אלעס וועט פארן על מי-מנוחות. זי האט מיר אויפגעקלערט אז אמת, ס'קאסט טאקע אסאך געלט, אבער עס צאלט זיך אויס, ווייל אויב די קינדער וועלן דורכדעם וואקסן גוט און גראד און אויב די שלום בית וועט פארבעסערט ווערן, והעולה על כולנה, אז ס'וועט זיין אסאך פאן און מען וועט הנאה האבן, והעיקר, אז ברוך-השם, מיר קענען זיך היינט דאס ערלויבן, נו, דעמאלס פארוואס נישט?

איך האב איר אויסגעהערט אזוי ווי אן איש כשר העושה רצון..... איך האב געמאכט מיין פינאנציעלע חשבון דערויף און געקומען צו די מסקנא אז מיר וועלן נאכגעבן איר בקשה. עס קאסט טאקע פיל געלט, אבער וואס טוט מען נישט פארן פרוי, אזא חשוב'ע און טייערע אשת-חיל, אה, ס'דערפריידט מיר אז איך קען איר צופרידן שטעלן.

איך האב שנעל זיך גענומען אויסרעכענען ווי אזוי דאס גייט געדעקט ווערן, מען האט אנגענומען און צוגעענדיגט נאך אפאר דילס, געמאכט דאס געלט, געטאן פארשידענע אנדערע פעולות. אויף איר בקשה אז איך זאל זיך געפינען די גאנצע וואך אין קאנטרי, האב איך זיך אויסגערעכנט שנעל צו ארבעטן די נויטיגע זאכן פון פריער, זייענדיג אויף עטליכע נעכט דערויף, און איבערגעלאזט פאר קאנטרי צו טון אזעלכע סארט ארבעט וואס עס קען געטאן ווערן פון דער ווייטנס. אט פאר דעם צוועק האבן מיר גענומען נאך א באנגעלאו, וואס געהערט פאר די 'משבת לשבת אידן' - וואס קומען ארויס אהער בלויז אויף א וויקענד, אנקומענדיג פרייטאג און אהיימפארנדיג זונטאג מיטאג, און די בעלי-בתים האבן מיר פארדינגען דעם באנגעלאו אויף די גאנצע וואך. דארט האב איך אהינגעמופט אלע אפיס קוואטיר, קאמפיוטער, פעקס, טעלפאן, פרינטער וכל המסתעף. איך וועל ארבעטן פון קאנטרי, אבי די משפחה זאל האבן וועקעישן.

שוין א חודש פון פריער זענען מיר געווען קאנטרי מאדעד, די באקסעס געפאקט, אראפגעפארן זען באנגעלאוס, איינגעשריבן די קינדער אין דעי-קעמפס, געעפנט דעם טייסטער און פארמאכט דאס מויל, ויסעו ויחנו - געפארן און געקומען, מיר זענען שוין אין קאנטרי - אין א מזל'דיגע שעה. די משפחה איז אין הימל, קינדער אין דעי-קעמפס פון צען אינדערפרי ביז ניין-דרייסיג ביינאכט און זי... יעדן טאג א צווייטן פראגראם, פונקטליך וואס ווייס איך אויך נישט, נאר אויף אזויפיל אז נישט האבנדיג די קינדער אויפן קאפ, פארמאגט זי נישט קיין שום עול און גיבט זיך אויס.

וואס טוט זיך מיט מיר? - אט הערט:
איך זיץ דא אין אפיס, ארבעט פלייסיג, פונקט ווי אין שטאט, די זעלבע שעות און די זעלבע צייט. מיין סדר היום איז פונקט ווי שטענדיג, איך שטיי אויף זיבן פארטאגס (אופס...), איך טוה זיך אן און איך טרינק א קאווע, אכט אזייגער שטעלט מען זיך אין די קאנטרי מנין, בין איך דארט פונקט ווי יעדן טאג. ניין אזייגער בין איך שוין אין אפיס, איך הויב אויף טעלפאנען, איך ארבעט פונקט ווי אין שטאט - אן קיין שינוי, ביינאכט קום איך אהיים, עס נאכטמאל. הערשט דאן זעט מען א שטיקל שינוי, ווייל בשעת אלעמאל שפרינגען די קינדער ארום, איז אצינד ליידיג - אלע זענען אין דעי-קעמפ. די שטילקייט איז טאקע געשמאק, אבער איך געניס נישט לאנג דערפון, ווייל איך לויף צו מנחה, דערנאך לערן איך מיין געווענליכע שיעור, איך דאוון דערנאך מעריב, און אז איך קום אהיים בין איך שוין א מידער נאך א טאג ארבעט , איך טרייב די קינדער אין בעט און איך אליין לייג זיך אויך שלאפן. וחוזר חלילה יעדן טאג...

אזוי לויפט מיין סדר היום אין קאנטרי, שוין באלד צוויי וואכן וואס איך געפין זיך דא. איך קען רואיג זאגן אז איך האב נאכנישט ארויסגעטרעטן פון דעם פלאץ, אויסער איינמאל ווען איך בין געגאנגען איינקויפן אין גראסערי, און איינמאל שבת נאכמיטאג ווען איך האב געכאפט א שטיקל שפאציר מיט די קינדערלעך.

בקיצור, היינט בין איך אריינגעפאלן אין א שטיקל דיפרעשן, מ'שטיינס געזאגט... איך האב זיך געגעבן אזא קוק ארום און איך האב משים לב געווען אז בשעת אלע קאנטרי איינוואוינער געניסן (מסתמא) כדבעי, זיץ איך זיך אין מיין באקס ווי א גולם, נישט אויסנוצנדיג די קאנטרי פון וואס יעדער רעדט מיט אזא ערגה און בענקשאפט. איך שפיר זיך ווי עפעס א צוריקגעבליבן קינד וואס ווייסט נישט ווי אזוי צו זיין גלייך מיט יעדן און טון וואס יעדער טוט. איך שפיר ווי איך פארפאס עפעס וואס איך קען האבן, און איך אליין ווייס נישט וואס...

למען האמת... איך ווייס נישט וואס קאנטרי איז און ווי אזוי מען האט הנאה דערפון... איך בין גרין און ניי, איך ווייס נישט ווי אזוי מען עסט אזא בריה ווי קאנטרי, וואס קען מען דארט טון? - ווי אזוי האט מען הנאה דארט? - איך וואלט געדארפט האבן א 'קאנטרי קאנסאלטנט' וואס זאל מיר אנווייזן און אויסשטעלן ווי אזוי מען באגייט זיך דערמיט (ווארט נאך אפאר יאר און עס וועט עקזיסטירן אזא קאמפאני...), איך וואלט געדארפט א סדר היום ווי אזוי מען באגייט זיך דערמיט. און אפשר איז טאקע אלעס דמיון? - ס'איז גארנישט ספעציעל דארט, נאר אזא סארט פאנטאזיע אז די גאנצע וועלט איז דארט? - און אפשר פעלט מיר טאקע עפעס נאלעדזש איבער קאנטרי, וואס און ווי אזוי מען קען פארברענגען און הנאה האבן דארט...

דעריבער האב איך מחליט געווען צו עפענען דעם אשכול דא, זיך אויסרעדן פון איין זייט און אנפרעגן די חברים פון די צווייטע זייט: וואס פעלט מיר? - וואס דארף איך אנדערש טון? - וואס מיינט קאנטרי און ווי אזוי באגייט מען זיך דערמיט?

הצלחה רבה און איך ווארט צו הערן פון אייך.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר