עלטערן אדער א קינד, ווער איז קודם?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 494 מאל

עלטערן אדער א קינד, ווער איז קודם?

שליחה דורך בדחן »

אז איר וועט אפשטעלן סיי וועם אויפן גאס איד אדער גוי, און איר וועט אים פרעגן {בהנחה אז ער ארבייט}: פארוואס און פארוועם ארבייט איר??
כמעט יעדער וועט ענטפערן אז ער ארבייט פאר זיינע קינדער, ער וויל אז זיינע קינדער זאלן קענענן גיין און קאלעדש, קויפן א הויז פאר זיי, א בעסערע צוקניפט פאר זיי, זיי חתונה מאכען, זיי נעמען אויף וואקאציע, יעדער וועט אויסרעכענענן וואס אים איז וויכטיג, אבער הצד השווה יעדער וועט זאגען אז זיין צוקנופט און זיין ציל איז זיינע קינדער,

פאר די קינדער איז ער מפקיר זיין לעבן, פאר זיי דרייווט ער א טעקסי/סיטי באס/סקול באס/העליקאפטער/ערפלאון, פאר זיי בויעט ער ריזיגע הויכע בנינים/פרידעם טאוער/קוילן גרעבער/פלאסטערט אויס גאסן און די 90 דעגרי, פאר זיי פארט ער ווי א ראבאוט יעדן טאג צו BH/סקענט אייטעם'ס אין א גראסערי/שלעפט באקסעס און א הארדווארד סטאר/און א דעליווערי מאן פאר א בעקעריי.

יו גיט די פוינט, ביליאנענן מענטשן זענענן זיך יעדען טאג מפקיר זייער לעבן - אידן און גוים צוגלייך, ארבייטען ביטער שווער, טייל פון זיי ארבייטען 24/7 צוויי שיפט'ס א טאג, אלעס אז זייערע קינדער זאל גיין גוט און זיי זאלן דערלעבן צו זעען א שמייכעל ביי זייערע קינדער, מיליאנענן מענטשן וואס קענענן רייטערען מיט א שיינע ריטייערמענט מיט די פוס ארויף, טיען עס נישט ווייל זיי ווילען ארבייטען פאר זיינע קינדער.

און א אנדערע אשכול, האט [tag]הוגה[/tag] ביטערליך זיך אפגערעדט ווי שווער עס גייט פאר קינדער וואס מען לאזט זיי נעבעך נישט זעען זייער טאטען,
אומצאליגע ארטיקלען איז שוין דא געשריבען געווארען דערוועגן, מען האט שוין גערעדט דערפון אויף די טעלעוויזע און ווי נישט, עס גייט כמעט נישט דורוך קיין וואך וואס די טעמע איז נישט חוזר וניער אויף פארשידענע אויפנים, כ"א לפי דרגיה דיליה.

פוד-טרעפ טוט זיך אויף אז זיי האבן שוין געהאלפן בערך 750 מענטשן, לאמיר אראפ נעמען דערפון בערך 250 אומפארהייראטע מענטשן וואס האבן נישט קיין קינדער בלייבט איבער בערך 500 מענטשן {געשאצט לויט פוד-טרעפ אפציעלע נומער} וואס קרייען האן אז מען בא'עוועלט זיי און זיי קענענן נישט זעען זייערע קינדער,

זאלן די פאר הינדערט מענטשן זיך קיקען אין שפיגעל אקעגן די ביליאנענן מענטשן אין כינע וואס ארבייטען ביטע שווער, קעגן די BH ראבאטען וואס ארבייטען ווי חמורים, קעגן די בעקעריי דיסטריבטערס, קעגן די טעקסי דריוווערס, קעגן יעדעם איינעם קען ריטייערן אבער ריטיירט נישט, און זיי אלע אלע זענענן זיך יא מפקיר פאר די קינדער, און זאל דער טראכטען צו זיך: ווי נישטיג איז ער קעגן יענעם וואס האט אוועק געגעבן פון זיך פאר די אייגענע קינדער, ווי ווויניג איז ער חשוב קעגן יענעם, ווי פארשעמט דארף ער זיין קעגען יענעם..!

אפיקורס שמיקורוס לאמיר זאגען אז ער גלייבט יא אדער נישט, הו קעריס? וואס טוט מען נישט פאר א קינד.. עס איז דיינס, דו האסט אראפגעברענגט אויף דער וועלט, זיץ איינגעמאכט אפילו די גלייבטס נישט, גיי נישט צו קיין אשת איש פאר דיינע קינדער, פארוואס קען יענער פלאסטערן א גאס ווען עס איז 90 דערגרי אינדרויסען און די קענסט זיך נישט איינהאלטן עטליכע יאר ביז די מאכסט חתונה די אומגליגליכע קינדער ווען דו האסט אראפגעברענגט? ווי נידעריג דארף מען זיין דערצו?

יעדער וואס האט איבערגעלאזט יודשקייט פאר סיי וועלכע סיבה - צו ווייל ער איז א בעל תאווה אדער ווייל ער איז א אפיקורס האט געוויסט בעפאר ער טוט עס אז ער שטעכט דערמיט א מעסער אין די ריקען פון זיינע אייגענע קינדער, יא גערעכט צו נישט גערעכט איז אירעליווענט - דאס די וועלט ווי מיר לעבן, עולם התיקון וועט זיין ווען משיח גייט קימען, און יעדער האט עס געוויסט דערפון בעפאר, ער האט געוויסט אז אפילו ער וועט זען זיינע קינדער וועלן זיי נישט זיין די זעלבע, כ"ש ווען זיי ווייסען אלע זייער זייער גוט אז רובא דרובא גייען מער קיינמאל נישט זעען די קינדער,

וואס קימט ער יעצט מיט טענות און קראקעדיל טרערען דערויף? האסט געוויסט דערפון, האסט געוויסט אז דיין שריט שעדיגט דיינע קינדער, האסט אויסגעוועלט א היפי הפקר לעבן אנשטאט א אחרוית'דיגע לעבן,

לערן אפ דיין צושטאנד, זיי וויסען דיין ערך קעגן די ביליאנענן טאטעס וואס האבן יא א אחרוית אויף זייערע קינדער, ענד גיט אוט אויף די וועי, הער אויף צו בעטען אז זאך וואס דו גייסט נישט באקימען.

מיט דיין אומ'אחרוית'דיגע שריט האסטע שוין גענוג אפ'געהרע'ט דיינע קינדער, שטיי נישט אין וועג קעגן די געטרייע מענטשן מיט הארץ וואס פראבירען אינאיינעם מיט דיין געוועזענע ווייב/מאן זיי צוריק אויפצובויען, דיינע קינדער זענען דיר גארנישט שולדיג אז דו זאלסט זיי ווייטער שטיין אין וועג.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.

דער אשכול פארמאגט 86 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר