זינדיגט מען אין די קאנטרי'ס?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

זינדיגט מען אין די קאנטרי'ס?

שליחה דורך מורינו הרב »

לאור א דיסקאסיע אין אן אנדערן אשכול, וויל איך דא אויפברענגען א געוויסע שאלה.

די לעצטע פאר יאר דרייען זיך ארום רומערס און שמועות, איבער די מצב אין די קאנטריס. דאס אז עס איז ווייט נישט אויסגעהאלטן מטעמי צניעות, איז דאך נישט קיין סוד. ס'איז זייער אומבאקוועם ארויסצוברענגען ווי אזוי פרויען און מענער ערלויבן זיך ארומצוגיין אויפן ארט, דער אופן ווי אזוי מען לעבט, דאס זיין אריינגעלייגט אין יענעמ'ס טאפ, די פרויען פארברענגענישן און יענטעווען ביז פינעווע פארטאגס, דאס איז באמת זייער נישט איידל און נישט מאראליש.

איך רעד אבער אצינד פון א צווייטע נושא, נעמליך אז מען זינדיגט ארום אין די קאנטריס. אזעלכע סארט שמועות ווערן פארשפרייט בעיקר דורך אזעלכע סארט מענטשן וואס זייער נאמנות שטייט נישט אויפן העכסטן שטאפל און פארמאגן טייל מאל מאטיוון צו פארשפרייטן אזעלכע זאכן. פארט, ווער ווייסט? - אפשר איז יש דברים בגוי, אפשר איז פאראן אזעלכע זאכן און עס ליגט אמת דערין?

דער אמת איז, אז קאנטרי איז א פלאץ וואו מען קען ווערן נענטער מיט די צווייטע מין. מען וואוינט נאנט און מען דארף צומאל צוקומען איינער צום צווייטן, מען קען מיטהאלטן פארשידענע זאכן פונעם שכן וכדומה (ועל אלה קא בכינא - עס איז טאקע נישט צניעות'דיג). פארט, ווער עס קען דער מצב דארט, איז נישט שייך עכט צו זינדיגן, און אפילו נאנטע באציאונגען איז בלויז שייך מיט א גבול. מען זעט דארט אלעס און באמערקט אלעס, מען קען וויסן יעדן איינעם ווען ער גייט דאווענען און ווי לאנג עס נעמט אים דאס דאווענען... ס'איז נישט עכט שייך - על-כל-פנים פון מיין פערספעקטיוו.

אני כשלעצמי, זייענדיג א קאנטרי גייער און האבנדיג געווען אין עטליכע קאלעניס, אנגעהויבן פון גאר פרומע און געענדיגט ביי די נישט עכטע היימישע, פון אלע מינים און סארט, האב דאס נישט געזען און נישט געשפירט, און איך בין פון די סארט וואס וואלטן עס אולי געדארפט צו באמערקן.

עם כל זאת: הערנדיג לעצטנס אזויפיל, אפשר בין איך פאלש? - אפשר טוט זיך יא אפ שמחה וששון אין די קאנטריס?

דער אשכול פארמאגט 67 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר