ר' איד! זענט איר שוין גרייט צו פאסטן?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1673
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6300 מאל

ר' איד! זענט איר שוין גרייט צו פאסטן?

שליחה דורך יואב »

מ'גרייט זיך אויף א הונגער סטרייק. מ'רעדט דא פון אנ"ש וועלכע פאסטן א היפש ביסל מאל דורכאויס דעם יאר, א קרעכציג 'שוב מחרון אפך' איז מ'שטיינס שגור בפיהם ווי ס'זאל ווען אריינקומען דער נומער צוויי אונטער אשרי, ווי אויך פארמאגן זיי חזקה אויף אוועקטרייבן קינדער וועלכע קריכן נעבן די קעיק המיוחד פאר 'טאטעס' בלבד. טראץ די אלע תעניתים טרעפט מען זיי פארט זיך דרייען מיט א אומפארשטענדליכער אנגעצויגנקייט בעפאר, אינמיטן און נאך יעדעס איינציגסטער תענית – ווי דער כיטרער פוקס זאל ווען זיי האבן אריינגענארט אין זאק במרמה אין דער צייט וואס דער פאסטן והמסתעף איז פאר זיי אזוי פרעמד ווי ס'קען נאר זיין.

כל רמש הרומש על הגעהירן למיניהו שלאגט פאר זיינע בדוק ומנוסה'דיגע סגולות און פארשפרעכט אז דאס, און טאקע נאר דאס, וועט פארלייכטערן די תענית אזש ווי דאס פעדער מיללער גיבט אן אלס דאס וואג פון זייערע שטריימלעך. ווער רעדט נאך אויב עמיצער איז נופך משלו, ס'איז ישמע נבון ויוסיף לקח, אך, די תענית לויפט געשמירט ווי די רעדער פונעם בעל עגלה נאכן בארדיטשובער'ס לימוד זכות.

איין פיקח מיט אנגעבליכע ערפארונג אינעם דאזיגן מקצוע ווארענט קעגן זיס, א צווייטער שטערן זעעער פרעדיגט קעגן זאלציגס, א דריטער — א לאנגיעריגער עצות-שיקער צו היימישע אויסגאבן — איז איבערצייגט אין מעלוינע, א פערטער מיט דעת זקנים איז ווילד איבער טרויבן, א פינפטער, אן אלצווייסער שווערט זיך איבער אנלימעטעט וואסער, "דעטס דע אונלי טינק טהעט וויל קיעפ יו ראוילינג"; א זעקסטער, א יודע סגולה, ער איז פולי פארקויפט פאר ווייטאמינען און א זיבעטער, א בייזער קאנספעראטער, ער איז פארגלייבט אין נעטשראל. "אלל איט טעיקס איז דזשאסט אויסמישן פאקיסטאנער גרויער בינען האניג אין שווארצע ארגעניק ערלה עפלעך געוואקסן מיטן קאפ צו דער לבנה, טובל'סט דאס אין גרינער חרוסת שעבר עליה הפסח, ענד איי קען גאראנטי יו וועסט טאנצן ווי א צעפראסקעט עגלה ערופה כאילו לא היה".

און דאנען שטייט א קילער אינגערמאן געקליידעט אין אן ארגענעזאצישן דזשעקעט אנגעשטרייפט דערויף א טוץ רעפלעקטארישע סימבאלן און האלט געשפאנט א פארגאבט קרעמל מיט פארזארגטע אידן; לפי זייער הענגעדיג פארכט צו דער תענית שיינט ווי זיי זענען נאך וואויל אונטער'ן רושם פון סענדי. 'איי העוו נאו פראבלעם וואט-סאו-עווער מיט דער גאנצער תענית. איטס דזשאסט דע קאפי איך מוז האבן אינדערפרי, ענד איים אלל סעט טא גאו'.

כל נדרי נאכט, דער געגארטער מאמענט ווען אלע תורת-אמך בדוק ומנוסה'דיגע עצות און טיפס זענען אויפאמאל פארזאמעלט תחת קורת גג אחד, דאן איז שייך צו כאפן א טיילוואזן בליק איבער די געווינטשענע רעזולטאטן. פארשוואנגערטע בייכער אנגעשטאפט מיט מעלוינע, וואסער, קלי צום, גידין הצום, צומת הגידין, קאפי, פשתן, סופאזעטוריס, טאבלעטן, טרויבן, קטניות, געבראקטס, מאשין מצות, שליסל חלות, קרעפלעך, געשלאגענע בארשט, געשטייסלטע זתים, שאור, צלי אש, מבושל נא, איינגעמאכטע שיבולת נרד, אויסגעמאכטע חלבנה, א פישיגער סעודה און א פישלאזער סעודה, אלץ איז אין סמעדריש, וכל אחד לפי דרגה דיליה טוט צוענדיגען זיינע לעצט מינוטיגע הכנות צום כל נדרי. דער מיט תפילת זכה, א צווייטער איז איצט טיף פארמישט אין א העפטיג מחילה-יאגד, א דריטער פארזיכערט זיך קאמפאני עד כי יפנה היום און דער וועטראן ווינטשער ווינטשט נאך יעצט.

עס הערשט א געפערליכן אנשטויס אינעם געגנווארג פון די בית כסא'ס אזש ס'איז פשוט שווער צו קאנצעטרירן דאס אפגיסן זאל נישט פארכאפן מער פון דער בלויזער האלבער האנט. צאללאזע טליתים, עולים ויורדים, זענען פארזאמעלט אין דעם קליינעם שטח ווי דאס בערגל שיך אינעם האליקאוסט מוזיאום און כאפן זיך נאכאנאנד אריין אין קנעפלעך פון בחורים ווי ס'זאל ווען זיין פון פאראויס פראגראמירט. מחנות ווייס-געקליידעטע מענער שטייען געשטראנדעט אין טראפיק ווי פליגער נאך א שטורעם — אלע מיט זעלבן איינעם ציל. גרייט פאר א יעדן פרייז וויל יעדער אראפלאדענען די מ' סאה מי סגולה וואס ער האט נישט לאנג צוריק אריינגעזויפט מיט א זעלטן הפקירות כפי הוראת החרטומים. דער בלאדאר מיט'ן בויך צוזאמען דראען פשוט צו גיין דזשיהאד אין יעדער ליאדער מינוט.

דער שוואכער עולם רייבט זיך אויף דער ערד מיט אויסגעוועלגערטע פאפאטשן מאכטלאז ווי שמשון הגיבור הארט נאכן ווערן ארונטערגעגאלט. מ'פאסט שוין נאך אלעם פאר לענגערע מינוטן – א שעה צו אפילו צוויי. טראץ דעם וואס בדרך כלל דרייען אט די חברה זיך ארום ביתר עז, איז יעצט פארט פארהאן א פארשטענדליכן אויסנאם. "רבונו של עולם! וואו נעמט מען כח" גייט א קרעכץ פונעם הארץ וועלכס פארשווערט דאס שי סגולות גע'טובל'ט אטעם.

שלא יאמרו אז איך בין אביסל סוביאקטיוו פארלאנגט זיך אנצומערקן א אנדער פאקטאר וואס טוט ביישטייערן צום אנגעשטויסענעם ביסקיסע געדרענג. הגם דאס מערהייט גייט טאקע אריין אל הקודש פנימה בלי שום נגיעות, נאר בלויז מיט דעם איינעם ציל אויף צו אפלאדענען די מים שאין להם סוף, זענען פארט אבער פארהאן סוחרים וועלכע זענען דא ווי מ'זאגט פאר ביזנעס צוועקן. אז מ'האט שוין יא געמאכט דעם לאנגן וועג אהער, נו, זאל מען שוין בענעפיטירן אויך.

ס'הייסט מ'שטייט שוין מילא מיט בלויז א טריט אוועק פון דעם טישו ארסענאל, איז דאך ממש אן עבירה אז מ'וועט מיט זאפאסן טישוס זיך נישט באוואפענען. והלא מה אני מקיים דעם "וחמושים עלו בני ישראל'. און ווען דען אויב נישט אין הייליגסטער נאכט פון יאר איז די פאסיגע צייט אויף אויסשטאפירן זיך מיט טישוס. קודם כל ברויך מען א שיין מספר טישוס מתורת א דורכשניטליכן שבת. און אז מ'איז אסאך לענגער אין שול מערט זיך אויטאמאטיש די צאל, ווענדט זיך אין די שעות. יום כיפור ווידער וועלן דאך אלע מודה זיין אז ס'פארלאנגט זיך א באזונדער צאל טישוס פשוט כדי צו נאכיאגן דעם דימענד. מ'טוט תשובה, פילע על חטא'ס און אידן לאזן זיך אויסבעטן אן קיין גבולים. דא קומט אבער חכמה אריין אינעם בילד. ס'פאדערט זיך א באדייטענד צאל טישוס פאר אן אייגענארטיגן צוועק אנבאלאנגט דעם הייליגסטן טאג פון יאר בלבד. נישט יעדער קען זאגן בפה מלא עשיתי מה שגזרת עלי, יא, כ'האב די טראדיציאנאלע לימענע געפאנצערט מיט בשמים שפיזלעך א שמעק געטאן, און איר געדרייט ארום מיינע נאז לעכער מלגב ומלבר כאטש א מנין מאל. די דורות פאלן, די געברויכן פארמערן זיך, און פארפאלן, מ'דארף עטוואס נאכגעבן. נו, לא אלמן ישראל, מ'נעמט גאנצע זעק מיט טישוס, מ'זאגט דערויף אפטראפן כלערליי זיסע, ביטערע און שארפע געווירצן, מ'ציט אריין א שנירל לופט ברוח אף שיקענדיג דערביי אויפוואכונג סיגנאלן ארום דעם פאר'תענית'ט-קערפער, און אלע ברעכן אויס ווי אין א כאאר "אהההה! א מחיה! איי ס'גוט צו זיין א איד".

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר