אשריך בעולם הזה?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3590 מאל

אשריך בעולם הזה?

שליחה דורך ברסלבער »

עס איז באקאנט די ווארט פון צדיקים אז ווען יעדער זאל אראפלייגן זיין פעקל צרות אין איין שטוב, וואלט זיך יעדער צוריק גענומען זיין אייגענעם פעקל, קיינער ברויך נישט יענעמ'ס פעקל צרות.
זאגט מיר איינער אז ווען ער זאל טרעפן אזא פלאץ ווי ער קען אראפלייגן זיין פעקל צרות, וואלט ער עס אראפגעלייגט און געהויבן פיס און אנטלאפן פון דארט, ווער עס וויל קען זוכה זיין דערין מן ההפקר, ער ברויך נישט זיין פעקל און ער ברויך נישט יענעמ'ס פעקל.
דער פראבלעם איז נאר אז דערווייל איז נאכנישט דא אזא פלאץ, דער פעקל קלעבט צום מענטש ווי דער הויקער צום רוקן פונעם קעמל, און מען קען דערפון נישט פטור ווערן. יעדער ליידט פון אנדערע זאכן, איינעם דרוקט פרנסה, א צווייטן קינדער, א דריטן די שלום בית, איינער ווארט גאר אויף זיין שידוך, אסאך מוטשען זיך נעבעך מיט געזונט פראבלעמען איינער פיזיש און איינער גייסטיש, און אזוי ווייטער יעדער מיט זיינע שוועריקייטן, הצד השוה שבהן אז קיינער לעקט נישט קיין האניג אויף דער וועלט.
דכורני ווען איך בין געפארן איין יאר קיין אומן אויף ראש השנה, בין איך געזעצן אויפן פליגער נעבן א איד, און פארשטייט זיך אז במשך די וועג האט זיך אנטוויקלט שמועסן צווישן אונז, איז עפעס אריינקומען איינמאל אין שמועס אז איך האב אים געזאגט אז יעדער מענטש אויף דער וועלט ליידט עפעס, קיינעם גייט נישט אלעס גוט. ער האט עס קאטעגאריש אפגעלייקנט, ער האט גע'טענה'ט אז אים גייט אלעס גוט, ער האט א שיינע משפחה א ווייב און קינדער און אייניקלעך, ער האט געלט בשפע, אלע זענען געזונט. אקיצור, אים פעלט גארנישט, ער האט א פיינע לעבן אן קיין שום צרות און פראבלעמען.
איך האב אים נישט געקענט אפפרעגן, ווייל איך האב נישט געקענט זיין פריוואטע לעבן, און איך ווייס נאך אלץ נישט ווער ער איז, איך האב אים נאר אזויפיל געזאגט אז אויב איז עס אמת וואס ער זאגט איז ער טאקע אן אויסנאם, אייביג איז דאך דא א יוצא מן הכלל, אבער בדרך כלל האט זיך יעדער זיינע שוועריקייטן און שטיינער אין לעבן.
למעשה ווען מיר זענען אנגעקומען אין קיוב, זענען מיר געוואויר געוואוירן אז אונזערע פעקלעך זענען געבליבן ביים סטאפ אין פראנקרייך, און דער איד וואס האט פריער נישט געוואוסט וואס עס מיינט א פראבלעם בכלל, איז פלוצלונג געווארן אויס מענטש, און נישט געוואוסט וואס צו טוהן קודם.
עכ"פ די מציאות איז אז יעדער מענטש אויף דער וועלט האט זיך זיין פעקל צרות, קיינער איז נישטא זיך אפצורוען מיט די פיס ארויף.
און אויב אזוי שטעלט זיך א שווערע קשיא: אם כן למה זה אנכי? אויב יעדער ליידט, צו וואס פעלט אויס די גאנצע זאך? דער אייבערשטער האט טאקע באשאפן די וועלט נאר צו ליידן? עס מוז זיכער זיין א וועג ווי אזוי א מענטש קען האבן א פרייליך לעבן אויף די וועלט מיט די אלע צרות וואס ער האט, טאקע כמות שהוא אזוי ווי עס שטייט און גייט.

דער תירוץ אויף דעם איז, אז דאס איז לגמרי נישט קיין סתירה, מיט די גאנצע פעקל צרות וואס יעדער האט, קען מען נאך אלץ האבן א צופרידענע געשמאקע לעבן.
לאמיר נעמען א משל א אינגערמאן ר' משה, ער האט ב"ה א ווייב און קינדער, און א גוטע פרנסה שטעלע וואו ער ארבעט שווער במשך דעם טאג. איין טאג ווען ער איז געווען אין די ארבעט איז אים עפעס אלעס געגאנגען קאפויער, וואס ער האט געוואלט טוהן האט ער נישט מצליח געווען, דער בעה"ב האט אסאך געשריגן אויף אים, אקיצור ער האט נישט געלעקט קיין האניג יענעם טאג. ער קומט אהיים ביינאכט, ער האט געהאפט אז אינדערהיים וועט ער זיך קענען אביסל אפרוען און קומען צו זיך, אבער נאך פון אינדרויסן פון די טיר האט ער געהערט די געשרייען פון זיין ווייב און קינדער, ער האט שוין געשמעקט אז עס איז ששון ושמחה אינדערהיים. ער קומט אריין, די הויז איז איבערגעדרייט, פיל מיט וועש און שפילצייג אויף דער ערד, דער דאך אויפן פלאר און די פלאר אויפן דאך, די סאפפער איז אודאי נאכנישט גרייט א.א.וו.
ער איז געווארן אזוי אויפגערעגט, ער האט געמיינט אז ער וועט אהיים קומען צו א שיינע רוהיגע הויז, זיין ווייב וועט אים שיין אויפנעמען און פרעגן ווי אזוי זיין טאג איז אדורך, און ער וועט זיך קענען אביסל אויסרעדן זיין שווער הארץ און קומען צו זיך פונעם שווערן טאג. אבער ווי וואס ווען, די הויז פארט אויף רעדער, גארנישט איז נישט אויפן פלאץ, גארנישט איז גרייט, און ער האט געהאט אסאך יסורים פון דעם.
שפעטער איז ר' משה געגאנגען דאווענען מנחה מעריב, אינצווישן באקומט ער מעסעזש אויפן פאון אז עס האט אויסגעבראכן א שרעקליכע פייער ביי זיין קארנער, א גאנצע משפחה איז פארכאפט אין די פלאמען, עטליכע שווער פארוואונדעט, מיט גאר גרויסע געלד שאדענס. "אוי רבש"ע, דאס איז דאך מיין הויז" ער לויפט אהיים מיט איין אטעם, אבער ווען ער קומט אן זעהט ער אז עס איז ברוך ה' נישט ביי זיין הויז, נאר אקעגן איבער די גאס, ער לויפט אריין אין זיין הויז און דאנקט דעם אייבערשטן אז זיין ווייב און קינדער זענען געזונט און שטארק און אז זיין הויז האט זיך נישט פארברענט.
יעצט אינטערעסירט אים שוין נישט צו די הויז איז שיין אויפגערוימט אדער נישט, צו די ווייב האט אים יא שיין אויפגענומען אדער נישט, צו עס איז יא דא סאפפער אדער נישט. דער עיקר איז אז יעדער איז געזונט, און די הויז איז נישט פארברענט.
וואס איז יעצט געשעהן פון א שעה פריער ביז א שעה שפעטער, אז זיין מהלך המחשבה האט זיך אזוי שטארק געטוישט? די נקודה איז אז יעצט האט זיך געטוישט זיינע "ערווארטונגען", פריער האט ער ערוואטעט אז ער וועט אהיים קומען און אלעס וועט קלאפן אויפן בעסטן און שענסטן אופן, און ווען ער האט געזעהן אז עס איז נישט אזוי האט ער זיך זייער אויפגערעגט. און יעצט האט ער ערווארטעט צו טרעפן זיין הויז פארברענט און זיין ווייב און קינדער אין שפיטאל און ווען ער האט געזעהן אז עס איז נישט אזוי האט ער זיך זייער געפריידט, און עס האט אים שוין נישט געשטערט די זייטיגע זאכן.
קומט אויס אז אלעס ווענדט זיך לויט די ערוואטונגען פונעם מענטש, ווען א מענטש ווייסט אז עס קומט אים גארנישט, קיינער איז אים גארנישט שולדיג. דער אייבערשטער איז קיינעם גארנישט שולדיג, מי הקדימני ואשלם, און מענטשן זענען אים אויך גארנישט שולדיג. ווען א מענטש טראכט אויף אזא וועג דעמאלט וועט ער נישט ווערן גערעגט ווען עס גייט נישט ווי אזוי ער וויל, ווייל ער האט בכלל נישט ערווארטעט אז עס קומט אים עפעס גוטס, און ווען עס גייט אים יא גוט, וועט ער נאר דאנקן דעם אייבערשטן און זיך פרייען מיט דעם, "אזוינס? אויף אזא גוטס האב איך זיך גארנישט געראכטן!". אבער ווען א מענטש פיהלט אז עס קומט זיך אים אלעס, דעמאלט וועט ער קיינמאל נישט זיין צופרידן, ווייל אייביג וועט זיין עפעס נישט ווי אזוי ער וויל, און דאס וועט אים אויפרעגן.

מיט דעם איז רבי נתן ברסלבער זי"ע מסביר די משנה אין אבות "כך היא דרכה של תורה, פת במלח תאכל ומים במשורה תשתה ועל הארץ תישן וחיי צער תחיה ובתורה אתה עמל, אם אתה עושה כן אשריך וטוב לך, אשריך בעולם הזה, וטוב לך לעולם הבא" מילא 'וטוב לך לעולם הבא' דאס קען איך נאך פארשטיין, אז דו וועסטיך מוטשענען אויף תורה וועסטו באקומען אויף יענע וועלט שכר, אבער 'אשריך בעולם הזה?' וואסע פשט פון דעם? ווי גליקליך קען מען שוין זיין אויף די וועלט מיט אביסל ברויט און זאלץ, אביסל מאגערע וואסער, מיט א דרימל אויף דער ערד?!
אבער דער אמת איז אז יא! "נאר" אזוי קען מען האבן א פרייליך לעבן אויף די וועלט! נאר ווען א מענטש מאכט אפ אז ער ערווארט נישט צו באקומען אויף די וועלט מער ווי אביסל ברויט און וואסער און ער וועט זיין צופרידן אפילו מיטן שלאפן אויף דער ערד, נאר דעמאלט קען ער האבן א גליקליך און צופרידן לעבן אויף די וועלט, ווייל וואס ער וועט נאר האבן עפעס מער פון דעם וועט דאס אים מאכן פרייליך. "איך האב נאך פוטער אויף די ברויט אויך? ממש א מחי'!" און ווער רעדט נאך ווען ער האט נאך א פיינעם סענדוויטש, איז ער אויסער זיך פאר פרייד. "איך דארף נישט שלאפן אויף דער ערד, איך האב נאך א מאטראץ צו שלאפן דערויף? ממש א מחי'!" און ווער רעדט נאך ווען ער האט נארמאלע בעט, איז ער דאך איבערגליקליך.
אבער ווען א מענטש ערווארט אז עס קומט אים אלע מעדנים, דעמאלט ווען עס פעלט אים נאר א קלייניקייט וועט ער שעלטן אלע רוחות, און ער וועט – פארשטייט זיך - קיינמאל נישט זיין צופרידן, ווייל אייביג וועט אים עפעס פעלן, און ווען ער וועט שוין יא האבן אלעס, וועט ער דארפן נאך מער, מי שיש לו מנה רוצה מאתיים, קיינמאל וועט ער נישט זיין פרייליך.

איזהו עשיר? השמח בחלקו!
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)

דער אשכול פארמאגט 46 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר