איך זוך א חבריא

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1090 מאל

איך זוך א חבריא

שליחה דורך חקרן »

איך זוך א חבריא

קודם כל, איך שעם זיך... ס'איז דאס ערשטע מאל וואס איך שרייב אצינד דא פאר אזא גרויסער ציבור אידן וואס גייען ליינען וואס איך האב געשריבן - ס'פחד און אימתא דציבורא... איך האף אז מען וועט מיר נישט אנקוקן פאני, איך האף אז מען וועט מיר אויפנעמען שיין און ענטפערן שיין.

אט איז מיין שאלה:
אזוי ווי איך מוף אין די קומענדיגע וואכן קיין מאנסי בעזה"ש, א פלאן וואס האט זיך געקאכט און געפלאנט שוין פאר עטליכע יאר, און אצינד וועלן מיר עס אויספירן אום גאט'ס ווילן. איך האב שוין פלאצירט די קינדער אין מוסדות, זיך מסדר געווען אין אלע אנדערע זאכן און מיר זענען שוין אט אט גרייט.

איין עיקר זאך וואס איך ברויך וויכטיג אין מיין לעבן, איז א קבוצה און א רב. איך וועל מסביר זיין פון וואו איך קום כדי מען זאל מיר פארשטיין: איך בין אויפגעוואקסן אינעם ירושלים דאמעריקא - וויליאמסבורג, וואו איך האב זיך אלס בחור צוגעקלעבט צו ר' טודרוס זילבער - חתונה געהאט אין בארא-פארק וואו איך האב געווייקט ביי ר' מאטיל זילבער'ן שליט"א, אינצווישן אלס בחור געלערט אין ירושלים א יאר און א האלב וואו איך האב זיך געדרייט ביי ר' חיים ווערנער (ווייניג ווייסן ווער דאס איז). אזוי אז מיין גאנצע לעבן איז אויסגעשטעלט צו לעבן אינאיינעם מיט א חבריא און א מורה-דרך אין שפיץ. איך שפיר אז איך בין שוין אזוי אריינגעגעסן און איינגעוואוינט אז איך קען נישט לעבן אנדערש - איך קען נישט זען מיין לעבן אין אן אנדערן סארט פארום, איך בין אזוי אויפגעצויגן, אזוי ליגט שוין ביי מיר אריינגעפראגרעמט מיין לעבן און איך דארף פון פריש געבוירן ווערן דאס צו טוישן. בקיצור, עס איז א ניד אין מיין לעבן וואס איך מוז האבן.

אצינד, אז איך מוף קיין מאנסי, א נייער שטאט און א נייער ארט, איז מיין שאלה צו די חשוב'ע ליינער:
וואו איז פאראן א פלאץ, א חבריא מיט א רב וואו איך קען זיך צוקלעבן אין מאנסי? - מיר איז נישט אזוי ווייט נוגע אויב ער איז מיט די שיטה פון רבי'ן זי"ע אדער אנדערע זאכן, מיר גייט נישט אן קיין סך אין אלע אנדערע זאכן, בלויז דער פאקט אז איך געהער צו אן ארט. ויזשניץ איז צו גרויס פאר מיר און ניקלשבורג איז נישט קיין אפשן, בכלל, איז איז נישט קיין גרויסע חילוק פאר מיר אויב זיי געהערן צו א געוויסע חסידות אדער נישט, פארט וואלט איך געוואלט א חסידי'שע פלאץ.

פאלגענד זענען די זאכן וואס איך זוך לכתחילה:
א געשמאקע פאראייניגטע קבוצה
א געלונגענע רב - נישט קיין מעקעלע
אן איבערגעגעבענע רב, וואס לייגט זיך אריין אין דער מצב פון דער יונגערמאן און העלפט ארויס אין וואס עס איז שייך
עבודת השם איז א פלאס, אבער נישט קיין מאסט

ביטע מיר ארויסהעלפן איידער איך מוף, איך שפיר אז דאס איז א וויכטיגע פאקטאר אין מיין לעבן.

יישר כח פאר אלע ליינער און ענטפערער.

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר