קנה לך א "בעסטע חבר"

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

קנה לך א "בעסטע חבר"

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[justify]אין די טעג בין איך נישט אזוי בקו פיזיש און גייסטיש, ס'מאכט זיך פון מאל צו מאל, בערך 4 טעג פון די וואך. מ'זאגט אז ס'מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות. – און צוגאב צו דעם, מיינע געוויסן טרייבט מיר אז עפעס גייט פאר דא אין שטיבל, איך זעה נישט קיין תגובות פון די לייבן, זעהט אויס אז זיי האבן גענומען די טאָו באב מיט אן ערנסקייט. אבער מ'מוז ווייטער אנגיין, מיט די רוהיג ווינקעל ווי איש את רעהו יעלוזו. לאמיר טאקע הויעך שמועסן איבער דעם ענין פון "בעסטע חברים".

מיינע מיידלעך – ווי אין אלע אידישע שטובער – זענען כסדר פארנומען מיט זייער "בעסט-פרענד"; אינגלעך זענען נישט אזוי פארנומען מיט דעם, אבער ווער ס'געדענקט פון ישיבה איז געווען אזא מושג ווי א גאר-נאנטע-חבר. אמאל איז דאס מער א בחינה פון להתעלס באהבים, און אמאל איז דאס א נאנטשאפט וואס קוואלט פון הערצה איינער צום צווייטען, ראובן זעהט איין שמעון'ס מעלות, און שמעון האלט אז ראובן איז באמת מער פון אים. מ'איז זיך מחשיב איינעם דעם צווייטען, מ'לערנט צוזאמען, מ'שמועס, מ'שפאצירט וכו'. אזא חברותא שאפט קען בעצם אנהאלטן יארן, אבער היות אין אונזער סאסייעטי איז מיטגעקומען פון דערהיים אז די חתן גייט וואוינען במקום הכלה, כדי זי זאל חלילה נישט זיין ווייט פון איר מאמעס פארטוך מער פון 700 פיס, ע"כ קען מען נישט פאראויס זעהן ווי ווייט דער חברותא שאפט וועט אנהאלטן.

און דאס פאסירט זייער אפט. ראובן קומט אן קיין וויליאמסבורג, און שמעון קיין מאנסי. – מענער האבן נישט די כוחות וואס פרויען האבן צו זיין אויפן טעלעפאון און איבערזאגן אלץ וואס זיי האבן גערעדט מיט א דריטע חברת'ע, אזוי אז מיט די צייט ווערט די נאנטשאפט א היסטוריה. יא, מ'טרעפט זיך אמאל אמאל, אבער ס'נישט דאס זעלבע.

בכלל, ווען א בחור האט חתונה, באקומט ער דאך א נייע חבר, זיין כלה. און ער פארגעסט פון זיינע חברים אביסל. נאכמער פאסירט דאס, ווען איינע פון די חברים האבן בעסער חתונה געהאט, און דער צווייטער, שמעון, קליקט נישט אזוי מיט זיין באשערטע, און ער לעכצט נאך זיין יוגענט-פריינט וואס איז אין עולם הדבש-ירח, ביז דער שמעון פילט אז ער האט נישט מיט וועם צו רעדן; א נייע חבר איז זייער שווער צו מאכן. די בעסטע חברים זענען די וואס מ'איז אויפגעוואקסן מיט. זאת ועוד, שמעון'ס שוועריקייט אין טרעפן חברים איז בכפלים, ווייל די וואס קענען אים נישט, זעהן אים נאר אלץ א נעגעטיווער און פארקראכענער, בעוד, זיינע אלטע חברים ווייסען אז "דאס איז נישט שמעון".

אויך קען זיך מאכן אז איינע פון חברים ווערן מער (וואס מ'רופט) לינקס, און דער צווייטער הייבט אן צו גיין (וואס מ'רופט) רעכטס.

-----
וואס איך רוף אויף דיסקאסיע, איז דאס פאלגענד:
1) איז בכלל וויכטיג צו האבן א "בעסטע חבר"?
2) וואס מיינט צו זיין "זייער נאנט" מיט די "בעסטע חבר"?
3) וואס טוט איר אויב דיין ווייב שמעקט נישט דיין חברותא שאפט מיט יענעם (למשל זי ווייסט אז יענעם'ס ווייב שטייגט איר איבער, און זי איז חושש אז דאס נאנטשאפט וועט נישט ברענגן קיין גוטס, ווי קנאה וכדומה)?[/justify]
Under influence

דער אשכול פארמאגט 66 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר