ישיבה תל-תלפיות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

ישיבה תל-תלפיות

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » פרייטאג יולי 26, 2013 1:01 pm

"ישיבה תלפיות", קווארטירט אין מאנסי, איז איינע פון די חידושים אין חינוך אויף וואס א סך פון אונז קוקן שוין לאנג ארויס. דער גרינדער און ראש ישיבה, הרב שמעון סעמפ, איז א חידוש פון א יונגערמאן, וואס האט דעם תמצית פון זיין אייגנארטיגקייט אריינגעגאסן אין דער ישיבה. דער יסוד פון דער ישיבה איז מחנך צו זיין חסידישע בחורים ניצנדיג א ריי מיט אוט-אוו-די-באקס טאקטיקן און מיטלען. די אטמאספער אין ישיבה אין ווארעם און חסידיש, מיט דרך ארץ, רעספעקט, און אחריות כלפי זיך און אנדערע. אויסרעכענען די פרטים איז אן אריכות, אבער פאלגנד איז א ווידעאו, וואס קען דינען ווי א שפאלט אין דער טיר, דורך וועלכן מען קען כאפן א שטיקל בליק אויף דעם רוח המקום. דער ווידעאו איז דירעקטירט דורך יואלי שטויבער (my vision studio) -- דער זעלבער וואס האט צוזאמגעשטעלט דעם "ויהי' רחמיך" פון אלי ביער.

אויב עס געפעלט אייך און איר גלייבט אין א מעגליכקייט צו פארבעסערן דעם חינוך-סיסטעם, און איר וואלט מיט עפעס צוגעהאלפן, באזוכט דער ישיבה'ס וועבסייט(!) -- http://www.yeshivatalpios.org/
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1357 מאל

הודעהדורך הוגה » פרייטאג יולי 26, 2013 1:13 pm

ביודעי ומכירי קאמינא. דער ישיבה איז געוואלדיג! אפשר ווען כ'וועל האבן צייט וועל איך שרייבן איבער דער ישיבה, ווען איך טראכט נאר פון תלפיות ווילט זיך מיר זינגען "יש תקווה"...

די געוואלדיגקייט פון זייער סיסטעם איז אז טראץ דעם וואס דער ספעציפישע ישיבה קעיטערט כהיום פאר בחורים וואס האבן/וואלטן נישט מצליח געווען אין אנדערע ישיבות דאך קען און זאל זייער סיסטעם אדאפטירט ווערן אין רעגילמעסיגע ישיבות, אפילו פאר א. ג. בחורים מצוינים. און יא, כ'בין א שטארקע שטיצער פון די ישיבה און די ראש ישיבה. כמותם ירבו בישראל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2850
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6558 מאל

הודעהדורך מ גפני » פרייטאג יולי 26, 2013 1:33 pm

דער ר' שמעון איז נישט אוועקצומאכן, א ווארימער חסידישער יונגערמאן וואס קומט ארגינאל פון ליטוויש'ן חדר אבער ברענט אין תורת חב"ד
באניצער אוואטאר
מ גפני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 978
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 463 מאל

הודעהדורך דעת תורה » פרייטאג יולי 26, 2013 1:41 pm

זייער א שטרענגע ישיבה אויב מיש איך נישט אויס מיט אן אנדערע. א טעראר רעזשים ממש, כאטש די סטראשע פון ארויסווארפן איז טאקע נישט דא. (עס איז די בחורים'ס מזל אז דער ראש ישיבה האלט נישט פון טיילן פעטש).

בכלל נישט פאסיג פאר רוב רובם פון בחורים.עס איז געמאכט פאר עקסטרעמע אויסערגעווענליכע פעלער ווען מען דארף נעמען א בחור און אויפבויען פון סקרעטש. א שטייגער ווי די אידן בשעת'ן ארויסקומען פון מצרים וואס מען האט זיי געדארפט אויסלערנען ווען און וויאזוי צו עסן.

עגעין, מעגליך איך מיש מיט א אנדערע ישיבה.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4621 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1750 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג יולי 26, 2013 1:48 pm

דער נאמען איז "תלפיות", נישט תל תלפיות (הושע נא).
איך בין נישט באקאנט, אבער לויט ווי כ'האב געהערט, מיין איך אז דעת תורה מישט אויס.
מפי השמועה, מען לערנט דארטן מער ווי בלויז תורה, מען בויעט אויף דעם בחור פארן טאג-טעגליכן לעבן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15143
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17867 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18159 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » פרייטאג יולי 26, 2013 1:49 pm

@דעת תורה איך ווייס נישט צי דאס הייסט "זייער שטרענג" (צי גאר "טעראר"); כ'ווייס אבער יא אז יעדער בחור איז דארט ווייל ער וויל דארט זיין. (איך האב שוין באזוכט דארט און גערעדט מיט זיי.) קענסט זאגן אז ס'איז א קולט :P
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1357 מאל

הודעהדורך דעת תורה » פרייטאג יולי 26, 2013 2:28 pm

איך האב שוין אויך גערעדט מיט זיי, איך ווייס אז זיי ווילן דארט זיין. ער נעמט צוקלאפטע צובראכענע בחורים און בויט זיי אויף זיין וועג, און אוודאי די בחורים גלייכן עס. אבער נאכאמאל, דאס איז פאר בחורים פון 13 - 15 וואס זייער צושטאנד איז אזוי ווי 8 - 10 יעריגע קינדער. נישט פאר רוב רובם בחור'לעך.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4621 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1750 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » פרייטאג יולי 26, 2013 2:52 pm

איך ווייס גארנישט וועגן די ישיבה פערזענדליך, אבער די ווידיאו מאכט מיך נאר טראכטען אז יעדע ישיבה וואלט געדארפט אזוי אויסקיקן. ווי @הוגה זאגט שוין
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5432 מאל

הודעהדורך הוגה » פרייטאג יולי 26, 2013 3:04 pm

דעת תורה האט געשריבן:איך האב שוין אויך גערעדט מיט זיי, איך ווייס אז זיי ווילן דארט זיין. ער נעמט צוקלאפטע צובראכענע בחורים און בויט זיי אויף זיין וועג, און אוודאי די בחורים גלייכן עס. אבער נאכאמאל, דאס איז פאר בחורים פון 13 - 15 וואס זייער צושטאנד איז אזוי ווי 8 - 10 יעריגע קינדער. נישט פאר רוב רובם בחור'לעך.


ביזט גערעכט דער ספעציפישע ישיבה איז אויסגעשטעלט פאר געוויסע סארט בחורים (וואס וואלטן מעגליך נישט געהאט א היים ווען נישט דער ישיבה) , און א בחור וואס פיט נישט אריין אין יענע קרייטיריע וואלט זיך נישט געפונען דאס פלאץ דארט.

למעשה וואלט אבער עני ישיבה געקענט אדאפטירן די וויכטיגסטע עלעמענטן פון זייער סיסטעם. עס איז נישט דא קיין שום תירוץ פארוואס א בחור - וואס האט די כישרונות צו לערנען גאנץ מסכת בבא בתרא אין איין יאר - זאל נישט אין צוגאב ערהאלטן א שטארקע דאזע זעלבסט זיכערקייט, זיך לערנען אחריות, פונקטליכקייט, הבנה אין די יסודות פון אידישקייט און די נויטיגע כלים צו קענען ארויס גיין אין די real world.

לדעתי איז די גרעסטע זאך דארט די שטארקע דיסיפלין. אויב איז שחרית אכט אזייגער שטייט א יעדע איינציגסטע בחור אכט אזייגער מיט די תפילין. אויב שיעור הייבט זיך אן די שיעור צען אזייגער, קענט איר זעהן בחורים ארום לויפן נאך 9:59,און פונקטלעך צען אזייגער איז טויט שטיל אין די גאנצע ישיבה, די שיעור איז אין פולע שוואונג. מיין חבר, וועמענס בחור האט דארט געלערנט זאגט מיר אז היינט - לאנג נאך זיין בחור האט גראדואירט פון תלפיות צו א געהעריגע ישיבה - איז ער מפליא ווי א בחור קען האבן אזא שטארקע זעלבסט דיסיפלין, און זיין אזוי פונקטלעך. ס'נישט דא א זאך וואס איז אזוי וויכטיג פאר הצלחה אין פרנסה ושלום בית ווי דאס.

דאס הייסט חינוך דאס מיינט צוגרייטן קינדער פאר די real world.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2850
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6558 מאל

הודעהדורך לאליפאפ » פרייטאג יולי 26, 2013 3:08 pm

אויך געהערט אז סאיז ממש טעראר אזוי ווי א האום. זיי קענען איינשפארן אין א שטוב פאר שעות ווייל זיי מעגן דאך באהאנדלען אזוי ווי מענטל קעיר. געהערט אויך אז סאיז דא א ליין א פאס וואס ווייזט די גרעניץ ביז וואו מען מעג גיין וואס טאמער טרעט מען דארט אריבער הייסט מען יענעם אויסטון די שיך און זאקן און שטיין אינדרויסן אויפן גאס... געהערט פון איינער וואס זיינס א ברודער האט מען דארט - נישט פאסיג - אריינגעשטעלט.
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 859 מאל

הודעהדורך chosen people » פרייטאג יולי 26, 2013 4:54 pm

ר' שמעון סעמפ איז א חשוב'ער אינגערמאן, די ישיבה איז א נייע געדאנק אין די חסידישע וועלט, ביי די ליטווישע איז שוין דא אזא ישיבה פון לאנג, פארגעסן די נאמען. אזוי ווי מען האט שוין געשריבן אויבן, יעדע נארמאלע ישיבה וואלט געמעגט האבן בערך אזא מהלך לגבי, אחריות, אחדות און סעלף עסטים.
ר' שמעון איז א תלמוד פון הר' ישראל שטיינווארצל, אגב ער איז א אינטערסאנטע בריא פאר זיך, אן אמת'דיגע חסידישע יוד, האט ליב צו טראכטן פון אידישקייט אביסל, האט ליב יעדן יוד, טראכט נישט קיינמאל ווי אזוי יענער גייט איהם אנקוקען ווען ער האלט אז עס איז ריכטיג צו טוהן, א פריילכער, ער לערנט אסאך, בקיצור א יוד וואס מען קען זיך אסאך ארויס נעמען פון איהם..
איך מיין הרב יאזעפאוויטש, איז די רב ביהיינד די סינס, ר' שמעון רעדט זיך אסאך אדורך מיט איהם.
די עצם געדאנק פון די ישיבה איז צו נעמען א בחור וואס אלע ישיבות האבן איהם נישט געוואלט אריין נעמען, (לויט די ניק שם טוב, ווייל די בחורים ווילן נישט לערנען אין קיין ישיבה), און מען האט אויף געגעבן אויף זיי. ער נעמט זיי אריין און נאך זיי גראדואירן, גיין זיי אריין און "אפיציעלע" נארמאלע ישיבה - פשוט צו קענען א שידוך טוהן.
די ישיבה האט א חסרון, עס קאסט אסאך שכר לימוד דארט, און נישט יעדער קען עס עפארדען.
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 383
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 1179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 351 מאל

הודעהדורך דעת תורה » פרייטאג יולי 26, 2013 5:07 pm

הוגה האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:איך האב שוין אויך גערעדט מיט זיי, איך ווייס אז זיי ווילן דארט זיין. ער נעמט צוקלאפטע צובראכענע בחורים און בויט זיי אויף זיין וועג, און אוודאי די בחורים גלייכן עס. אבער נאכאמאל, דאס איז פאר בחורים פון 13 - 15 וואס זייער צושטאנד איז אזוי ווי 8 - 10 יעריגע קינדער. נישט פאר רוב רובם בחור'לעך.


ביזט גערעכט דער ספעציפישע ישיבה איז אויסגעשטעלט פאר געוויסע סארט בחורים (וואס וואלטן מעגליך נישט געהאט א היים ווען נישט דער ישיבה) , און א בחור וואס פיט נישט אריין אין יענע קרייטיריע וואלט זיך נישט געפונען דאס פלאץ דארט.

למעשה וואלט אבער עני ישיבה געקענט אדאפטירן די וויכטיגסטע עלעמענטן פון זייער סיסטעם. עס איז נישט דא קיין שום תירוץ פארוואס א בחור - וואס האט די כישרונות צו לערנען גאנץ מסכת בבא בתרא אין איין יאר - זאל נישט אין צוגאב ערהאלטן א שטארקע דאזע זעלבסט זיכערקייט, זיך לערנען אחריות, פונקטליכקייט, הבנה אין די יסודות פון אידישקייט און די נויטיגע כלים צו קענען ארויס גיין אין די real world.

לדעתי איז די גרעסטע זאך דארט די שטארקע דיסיפלין. אויב איז שחרית אכט אזייגער שטייט א יעדע איינציגסטע בחור אכט אזייגער מיט די תפילין. אויב שיעור הייבט זיך אן די שיעור צען אזייגער, קענט איר זעהן בחורים ארום לויפן נאך 9:59,און פונקטלעך צען אזייגער איז טויט שטיל אין די גאנצע ישיבה, די שיעור איז אין פולע שוואונג. מיין חבר, וועמענס בחור האט דארט געלערנט זאגט מיר אז היינט - לאנג נאך זיין בחור האט גראדואירט פון תלפיות צו א געהעריגע ישיבה - איז ער מפליא ווי א בחור קען האבן אזא שטארקע זעלבסט דיסיפלין, און זיין אזוי פונקטלעך. ס'נישט דא א זאך וואס איז אזוי וויכטיג פאר הצלחה אין פרנסה ושלום בית ווי דאס.

דאס הייסט חינוך דאס מיינט צוגרייטן קינדער פאר די real world.


ס'איז א פוינט, נישטא וואס צו רעדן, איינע פון די חסרונות פון דעמאקראטיע איז דאס אז די לעצטערע דורות האבן פארלוירן דעם זעלבסט - דיסציפלין. אין די אמאליגע צייטן, אדער נאך היינט אין די מדינות מיט טאטאלירישע רעזשימען, וואס אויף יעדע קליינע ווייעלעישאן ווערט מען גאר הארב באשטראפט, איז טאקע דאס זעלבסט דיסציפלין סאך שטארקער. אזוי אויך איינער וואס גייט אין מיליטער, כידוע. ווען מען לעבט אין אזא מקום וואס איז כל מעשיך בספר נכתבים, און מען ערלויבט זיך נישט דאס מינדעסטע עובר צו זיין אויף א משהו, ווערט מען טאקע אויסגעפארעמט אזא סארט מענטש.

מען קען זאגן אז למעשה איז דאס א שטארקע מעלה, און איז דעפיניטלי א פלאס פאר סוקסעס אין לעבן. עכ"ז, מיין איך אז כמעט קיינער וואלט נישט געווען אינטערעסירט צו לעבן אונטער אזא רעזשים, און כמעט קיין איין בחור וואלט נישט געווען אינטערעסירט צו לערנען אין אזא ישיבה, און טאמער זאלן די ישיבות אדאפטירן אזא סיסטעם (ס'איז נישט אזוי שווער, אין חדר איז דער מצב זייער ענליך צו דעם, מען ברויך עס נאר ממשיך זיין אפאר יאר) וואלט דער עולם אזוי ליב געהאט - און זיך געבענקט - צו די ישיבה יארן ווי צו די חדר יארן... איין מעלה וואלט אויסגעקומען, דער עולם וואלט געגאנגען שיין ארבעטן אלס בחורים..
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4621 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1750 מאל

הודעהדורך chosen people » פרייטאג יולי 26, 2013 6:11 pm

דעת, עס איז דא א חילוק צו מיט די יראה, איז אויכט דא אהבה, אין חדר איז נישט געווען קיין אהבה.
נאך א זאך, רוב ישיבות האבן נישט קיין ראלס, נאר כדי צו ווערן באשטראפט, דארף אדער די משגיח זיין אין א שלעכטע מאד, אדער די הנהלה האט אפגעמאכט אז אויב מען ברעכט די ראל גייט עס זיין א שלעכטע נאמען פאר די ישיבה. די שטראף האט גארנישט מיט די תועלת פון די בחור.
משא"כ תלפיות האט ראלס, די ראלס איז געבעסיד אז די בחור זאל וויסן וואס מיינט אחריות. און אויב נישט באקומסטו א שטראף, און די שטראף איז אויכט נארמאל, דאס הייסט צו בויען די בחור נישט ברענגן $100 פאר די משגיח'ס טאש. למשל אויב א בחור צוברעכט עפעס פון די ישיבה, איז די "שטראף" אז מען ברענגט אראפ איינער וואס קען עס פארעכטן און יענער גייט אויס לערנען די בחור ווי אזוי מען פארעכט עס וכדו'.
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 383
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 1179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 351 מאל

הודעהדורך אביגדור » פרייטאג יולי 26, 2013 6:55 pm

למשל אויב א בחור צוברעכט עפעס פון די ישיבה, איז די "שטראף" אז מען ברענגט אראפ איינער וואס קען עס פאררעכטן און יענער גייט אויסלערנען די בחור ווי אזוי מען פאררעכט עס וכדו'.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יולי 28, 2013 12:26 am

איינס פון די גרעסטע מעלות פון די ישיבה איז אז מ'לערנט אויס דעם בחור צו זיין אחריות'דיג, און ממילא באקומט ער זעלבסט-זיכערקייט. אויך האב איך באמערקט אז מ'שפילט ספארטס, וואס איז זייער געזונט און בארואיגט די בחורים אז זיי זאללן איינזיצן ביי א שיעור. מ'וואלט אויך געמעגט איינפיהרן אין די ישיבה און אין אלע אנדערע ישיבות צו לערנען אידישע היסטאריע מימי תקופת חורבן בית שני ביז אונזערע צייטן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13304
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8508 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג יולי 28, 2013 1:44 am

פאמאגרענעט ספאנסערט א קרוז צי פאר א פאנדרעיזינג איווענט פאר די ישיבה
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3802
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4665 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג יולי 28, 2013 1:02 pm

נולד מאוחר האט געשריבן:פאמאגרענעט ספאנסערט א קרוז צי פאר א פאנדרעיזינג איווענט פאר די ישיבה

אז יעדער מיט פארער דארף צאלן 600 דאללער, וואס מיינט אז פאמאגרענערט ספאנסערט דאס?
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8496 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג יולי 28, 2013 1:24 pm

אז דו רעדסט פון זיי.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2557 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » זונטאג יולי 28, 2013 2:22 pm

@דעת תורה

איך בין ווייניג באקאנט מיט ספעציפישע פעלער פון יחידים וואס האבן דארט געלערנט. איך קען זיך נאענט מיט סעמפ און האב שוין באזוכט אין דער ישיבה עטליכע מאל און געשמועסט מיט די בחורים און אנגעשטעלטע. ס'איז נישט קיין טעראר און אויך נישט געמאכט פאר בחורים פון "צעקלאפטע שטיבער". דער סיסטעם איז באזירט אויף א געזונטן געמיש פון מסורה, חסידות, פסיכאלאגיע, און באפעפערט מיט א סך שכל/קאממאן סענס און א היפש-ביסל הארץ און געפיל. דאס איז בעצם דער רעצעפט פאר דעם תלפיות-סיסטעם.

איינער פון די תלפיות-חידושים איז דאס ערזעצן "קנס" מיט "קאנסעקווענץ". אנשטאט קנס'ענען א בחור, טרעפט דער בחור זיך האנדלען מיט די דירעקטע תוצאות פון זיינע מעשים. דאס הייסט, אנדערש ווי געווענליך, ווען א בחור טוט אן עוולה און באקומט א קנס, זענען אין תלפיות נישט פאראן קיין עוולות און במילא אויך נישט קיין קנסים. וואס יא, עס זענען פאראן "מעשים", און מעשים פירן צו תוצאות. אזוי ארבעט די וועלט. יעדער בחור מוז נעמען אחריות אויף זיינע מעשים, און אין אחריות איז אריינגערעכנט דאס האנדלען מיט די קאנסעקווענצן פון זיינע פעולות. דער חילוק צווישן קנס און קאנסעקווענץ איז סך מער ווי בלויז דעם נאמען. אויב איז עס קאנסעקווענץ, וועט עס אייביג זיין עפעס וואס איז ארויסקומען פונעם בחור'ס פעולה. ועוד, א קנס איז עפעס ווי א "נקמה" פונעם "שטארקערן" מגיד שיעור אויפ'ן "שוואכערן" בחור. א תוצאה איז אבער עפעס וואס די פעולה זעלבסט האט געברענגט. דער מגיד שיעור וועט געווענליך העלפן דעם בחור (בכל אופן וועט ער מיט אים סימפאטיזירן) זיך ספראווען מיט'ן קאנסעקווענץ פון זיינע מעשים. אבער דאס יא: דאס אחריות דערפון איז דעם בחור'ס.

דערפאר קענען אין תלפיות זיך מאכן מאדנע מצבים ווי
לאליפאפ האט געשריבן: הייסט מען יענעם אויסטון די שיך און זאקן און שטיין אינדרויסן אויפן גאס...


די משלים וואס דו ברענגסט זענען, דאכט זיך מיר, אביסל גוזמא'דיג. די גרעניץ וכו' איז לכאורה נישט אמת. אבער דאס אז א בחור זאל מוזן ארומגיין אן שיך, דאס שוין יא. איין בחור האט מיר דערציילט אז ער אליין איז איין טאג ארומגעגאנגען אין פאנטאפל. ער איז געווען א כראנישער שטויסער (א העכסט-נארמאלע זאך פאר א 13-יעריגער בחור). נאכ'ן דריטן אינצידענט, האט דער משגיח געכאפט א שמועס מיט'ן בחור. איז אויסגעקומען אז דער בחור ווערט זייער אין כעס ווען עמיצער רירט אן זיין כבוד און נעמט זיך שטויסן כמעט אימפולסיוו, אן טראכטן. האט דער משגיח אים געזאגט אז ער פארשטייט אים זייער גוט, אבער היות זיין שטויסן טוט למעשה וויי דעם געשטויסענעם, איז די איינציגע ברירה אז דער בחור זאל אנשטאט שיך אנטאן פאנטאפל; אזוי, ביז דער בחור טרעפט א מיטל זיך איינצוהאלטן פון שטויסן, זאלן זיי שטויסן כאטש נישט וויי טאן...

די זאכן הערן זיך מאדנע, אבער נאר אזוי לאנג ווי מען קוקט זיי אן ווי קנסים. איינמאל מען פארשטייט דעם מהלך, שטימט אלעס א מחי'. און חוץ מזה וואס עס שטימט, ארבעט עס אויך, און דער בחור וועט זיך נישט ארומדרייען מיט א שווער הארץ אויף זיין מגיד שיעור, ווייל ער אנערקענט אז דער מגיד שיעור פירט נישט דא קיין מערכות מיט אים, פרובירט אים נישט "אויסמענטשלען", פרובירט אים נישט "איינצונעמען" אא"וו. דער מגיד שיעור איז דא אים צו העלפן. דאס אלעס. און אלעס וואס דער מגי"ש טוט (אדער טוט נישט) איז "קאנסיסטענט" מיט דעם מהלך.

דעת תורה האט געשריבן:ער נעמט צוקלאפטע צובראכענע בחורים און בויט זיי אויף זיין וועג ... אבער נאכאמאל, דאס איז פאר בחורים פון 13 - 15 וואס זייער צושטאנד איז אזוי ווי 8 - 10 יעריגע קינדער...


קוק איבער דעם ווידעאו און זאג דו מיר צי ס'איז דארט דא איין נקודה וואס איז נישט שייך פאר יעדן בחור, אין יעדער ישיבה -- און ווי @ראשעקאל האט אנגעוויזן. דאס וואלט געדארפט זיין די נארמע, דער סטאנדארט אינעם עולם הישיבות. וואס עס פעלט ביי אונז איז א הכרה, awareness, אז דער עקזיסטירנדער חינוך-סיסטעם איז נאענטער צו דורכפאל ווי הצלחה -- אפילו די באן פארט ווייטער און עולם כמנהגו נוהג. ביים אויסקלויבן א ישיבה פאר זיין זון, וועט דער דורכשניטליכער טאטע ענדערש נעמען אין חשבון וואספארא נאמען א ספעציפישע ישיבה האט אויף דער גאס, ווי איידער ווי אויף וויפיל זיין קינד וועט דארט האבן א תכלית. (און באמת זענען רוב-רובם חסידישע ישיבות די זעלבע זאך; א קנייטש אהער, א בייג אהין -- קיין יסודותדיגע חילוקים זענען נישטא.)

וואס עס קומט דערפון ארויס, אז רוב בחורים אין תלפיות זענען אזעלכע, וואס האבן נישט געהאט קיין אנדערע ברירה ווי גיין אהין. פון אנדערע ישיבות זענען זיי ארויסגעווארפן אדער נישט אנגענומען געווארן; זענען זיי אנגעקומען קיין תלפיות, וועמענס ציל איז מחנך צו זיין בחורים -- נישט זיי אוועקשטעלן אין א שאו-פענסטער מיט'ן צאל אונטערצוהאלטן דעם אויפגעבלאזענען עגא פון דער ישיבה/ראש ישיבה. דער סיסטעם זייערער איז אבער א לכתחילה, און וואלט געדארפט זיין דער מאדעל פאר דעם ישיבה-סיסטעם בכלל.

און ווי הרב סעמפ האט מיר געזאגט: "תלפיות איז א ישיבה פאר גוטע בחורים פאר וועמען דער שוואכער סיסטעם ארבעט נישט."
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1357 מאל

הודעהדורך בדחן » זונטאג יולי 28, 2013 2:37 pm

איך קען די ישיבה פון די נאנט, @פשוט-קאמפליצירט אלמלא דו קענסט טאקע די ישיבה פארשטיי איך נישט דיין כוונה פון שרייבען פארקערט ווי די מציאות.

דער אמת איז אז די ישיבה פעלט אויס פינקט ווי יואל ראטה׳ס ישיבה פעלט אויס, עס איז נאך א הערליכע רינגעלע אינעם גאלדענעם קייט פון ישיבות, עס איז א הכרח פאר די קיום הדור, אבער צו זאגען אז זייער סיסטעם ווייזט עפעס אויפן עווריטיש ישיבה איז ראנג, זיי דילען מיט אנדערע מצבים ווי רוב ישיבות, און זייער חינוך מעדאטען איז נישט עפעס אפצולערנען אדער א מוסטער אדער באשלדונגוס באנק פאר אנדערע ישיבות, זיי זענענן זייער גוט מיט וואס זיי טיען איך קען עטליכע מעשות פון דארט, אבער מפני צניעות הפרט האלט איך נישט אז עס איז א תועולת צו שרייבען ווייל ווער ווייסט ווי די אשכול וועט נאך אלץ אנקימען, געלויבט השי״ת פאר יענע גלונגענע טיעם אבער לאמיר לאזן זייער מהלכים דארט ווי עס פעלט זיך אויס.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » זונטאג יולי 28, 2013 2:47 pm

מיין פריערדיגע תגובה איז נישט געווען מיט א ניגון פון "ממשמע שנאמר"/שטימט דאך נישט/אלא מאי רוב ישיבות זענען נישט גוט. איך זאג א סטעיטמענט: דער אלגעמיינער חינוך-סיסטעם אין רוב ישיבות טויג נישט, אדער, וואלט געקענט נוצן פארשידענע תיקונים. געענדיגט מיט איין שמועס. דערנאך, זאג איך אז תלפיות איז יא גוט, און בעסער פאר'ן דורכשניטליכן בחור ווי רוב-רובם ישיבות. דאס זענען צוויי סטעיטמענטס און יעדער פון זיי שטייט אויף די אייגענע פיס אן זיך אנלאנען אויפ'ן אנדערן.

כ'ווייס נישט וואספארא מפני-הצניעות'דיגע מעשיות דו קענסט (יתכן אז אזעלכע זענען פאראן); כ'ווייס אבער יא אז אין דער דורכשניטליכער ישיבה איז די שהצניעות-יפה-להן טעמע געווענליך אן אינטעגראלער טייל פון דעם טעגליכן הלוך ילך.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1357 מאל

הודעהדורך בדחן » זונטאג יולי 28, 2013 2:56 pm

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:וואס עס קומט דערפון ארויס, אז רוב בחורים אין תלפיות זענען אזעלכע, וואס האבן נישט געהאט קיין אנדערע ברירה ווי גיין אהין. פון אנדערע ישיבות זענען זיי ארויסגעווארפן אדער נישט אנגענומען געווארן; זענען זיי אנגעקומען קיין תלפיות, וועמענס ציל איז מחנך צו זיין בחורים -- נישט זיי אוועקשטעלן אין א שאו-פענסטער מיט'ן צאל אונטערצוהאלטן דעם אויפגעבלאזענען עגא פון דער ישיבה/ראש ישיבה. דער סיסטעם זייערער איז אבער א לכתחילה, און וואלט געדארפט זיין דער מאדעל פאר דעם ישיבה-סיסטעם בכלל.

און ווי הרב סעמפ האט מיר געזאגט: "תלפיות איז א ישיבה פאר גוטע בחורים פאר וועמען דער שוואכער סיסטעם ארבעט נישט."."


נישט ריכטיג, אבער ווי איך האב שוין געזאגט פריער: עס איז זייער גוט פוואס עס איז גוט.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג יולי 28, 2013 3:02 pm

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן: כ'ווייס אבער יא אז אין דער דורכשניטליכער ישיבה איז די שהצניעות-יפה-להן טעמע געווענליך אן אינטעגראלער טייל פון דעם טעגליכן הלוך ילך.

הפך בה והפך בה שכולה בה.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8496 מאל

הודעהדורך בדחן » זונטאג יולי 28, 2013 3:21 pm

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:זיי זענענן זייער גוט מיט וואס זיי טיען איך קען עטליכע מעשות פון דארט, אבער מפני צניעות הפרט האלט איך נישט אז עס איז א תועולת צו שרייבען ווייל ווער ווייסט ווי די אשכול וועט נאך אלץ אנקימען.
כ'ווייס נישט וואספארא מפני-הצניעות'דיגע מעשיות דו קענסט (יתכן אז אזעלכע זענען פאראן); כ'ווייס אבער יא אז אין דער דורכשניטליכער ישיבה איז די שהצניעות-יפה-להן טעמע געווענליך אן אינטעגראלער טייל פון דעם טעגליכן הלוך ילך.


לאמיר אייך אייך מסביר זיין, איך ווייס פון צוויי דריי פעלער ווי אזוי זיי האבן געשטעלט פראבלעמאטישע זאכען אין פלאטץ, אבער וויבאלד נישט איך און נישט דו ווייסען ווי די אשכול גייט נאך אלץ אנקימען און ווער עס גייט עס נאך ליינען מעגליך אז דער באטרעפענדער אדער זיין משפחה וועט עס ליינען און עס וועט מעגליך וויי טיען, דער רעדט מען דאך נישט פון א ישיבה פון טויזענטער בחורים, דערפאר איז בעסער נישט צו שרייבען מפני צניעות הפרט.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג יולי 28, 2013 3:28 pm

לויט ווי איך פארשטיי מיינט בדחן צו זאגן אז דער ישיבה איז יא בעיקר פאר 'געוויסע' בחורים און נישט פאר די כלל בחור. צוליב דעם וויל ער נישט אריין גיין אין פארציילן די פרטים וואס ער ווייסט אויס מורא אז איינער וועט כאפן פון וועם ער רעדט, היות עס איז א קליינער ישיבה. (נישט ח"ו אז ס'דא דארט צניעות פראבלעמען.) בין איך גערעכט?

די נקודה וואס אנדערע האבן ארויסגעברענגט (ובתוכם אני) איז נישט אז דער ישיבה איז אויך פאר א. ג. נארמאלע בחורים, נאר אז געוויסע יסודות און סיסטעמען קענען און זאלן אדאפטירט ווערן אין אנדערע א. ג. געהעריגע ישיבות און דאס וועט לעהזן אסאך פראבלעמען.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2850
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6558 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט