סאטמאר, איר מהות און איר אייגנארטיגקייט.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

סאטמאר, איר מהות און איר אייגנארטיגקייט.

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג יולי 28, 2013 12:22 am

אזוי ווי כ"ו אב געפאלט אויס די וואך פרייטאג וועלן מיר ווידמען דעם וואכענדיגן חמין-במוצאי-שבת פאר א קורצע אנאליז איבער סאטמאר איר מהות און איר אייגנארטיגקייט, און איינוועגס וועלן מיר פרובירן פושט זיין די אלטע שאלה וואס די לעצטיגע פוסקים פלאגן זיך שוין ארום צענדליגע יארן, דהיינו, ווער איז דער ריכטיגער סאטמאר? ס'איז דאם עפעס א מדרש תלפיות וואס כ'האב אמאל געזעהן בימי חורפי, ס'שטייט עפעס אזוי: בדבר זה נחלקו מדת הדין עם מדת הרחמים, מדת הדין טוענת: אהרונים הם סאטמאר, ומדת הרחמים טוענת כנגדה: הזלונים (נ"א בני יואל) הם סאטמאר, ואין מי שיכריע ביניהם, עד שבא בנימין ונעץ חרב בבית המדרש ואמר לא נזוז מכאן עד שנקבע מסמורת בדבר.

דער אמת איז אז צו שרייבן אן אנאליז אויף סאטמאר איז א בחינה פון "הדיו יכלו והם לא יכלו" מ'קען עס באשרייבן פון אזויפיל מיני אספעקטן און פון אלע מיני ענגעלס און עס קען אפשר זיין גאנץ אינטערעסאנט אויך. בימי חורפי האב איך געפלאנט צו מאכן מיין P.H.D. אויף סאטמאר דהיינו די רבי, די שיטה, די חסידות, אבער לעת עתה בין איך נישט ביי די כוחות צו שרייבן א גאנצע בוך אבער פטור בלא כלום אי אפשר, בפרט ווען די גאנצע וועלט שטייט מיט אנגעשפיצטע אויערן און אפענע מיילער צו הערן דעם פסק דין ווער איז באמת סאטמאר, וועל איך אנהייבן מברר זיין די פארפלאנטערע שאלה און איינוועגס אנרירן דעם סאטמארער מהות אויפן שפיץ מעסער ואם שגיתי ה' הטוב יכפר.

וזה החלי בעזרת צורי וגואלי:

יעדער וואס שטויסט זיך אן סאטמארע חסידים ווייסט אז הגם זיי קוקן אויס גלייך צו אלע אנדערע חסידים זענען זיי אבער ווייט א מהלך פון ת"ק שנים פון יעדע אנדער סעקטע אין חסידות. כ'וואלט זיך ווען געטרויט צו זאגן אז די חילוק למשל, פון דעם וויזשניצער און דען סאטמארער איז כמעט גרעסער ווי די חילוק צווישן דער פרומער און חילוני.

אויב סאטמאר האט עפעס און איינקלאנג מיט נשים איז דאס אז ביידע זענען א "עם בפני עצמן" א פאלק פאר זיך, און ביידע זענען אויך געשאנקען געווארן מיט א "בינה יתירה": די פרויען, ווי אזוי צו טעראזירן דעם מאן, און די סאטמארע, ווי אזוי צו טערראזירן אלעס און אלעמען, און בעיקר וועם עס דאכט זיך זיי אז ער שטייט זיי אין וועג.

און יא, נאך אזאך וואס א סאטמארער איז ענליך צו א פרוי איז אז ביידע פארמאגן דעם טאלאנט פון פארנעמען סתירות. א דבר והפיכו בנשימה אחת פאר א סאטמארער, ווי פאר א פרוי, איז ווי זויער-שטאף צום לעבן; נעמטס למשל א פרוי זי קען פייגרן פאר ליבשאפט צו איר מאן און אים האסן צום טויט באותו רגע ובאותה נשימה ממש. פון איינזייט פירט זי זיך אויף ווי א קליין קינד און מאידך גיסא איז זי געווענטליך מער מעטשויר ווי איר מאן, זי איז ערליך און קען וויינען ביי די לעכט אבער אויב עס זאל זיך עפעס מאכן מיט פייער דארט וועט זי זיין די ערשטע צו גיסן וואסער, זיי קען גיין אנגעטוען ווי א שיקסע אבער פאר סימס און א אפגעגאלטן קאפ וועט זי זיך אויסשטרעקן איר האלז. אור וחושך, טומאה וטהרה, אהבה ושנאה, משתמשין בערבוביא אחת .

א סאטמארער אין דעם הינזיכט איז די זעלבע, פון קינדווייס אן לערנט ער זיך אויס צו פארנעמען צוויי קעקגנזייטיגע דעות מיט א מדת ההשתוות שלא מצינו דוגמותו אפילו אצל בטלני בעלזא; מ'דארפ ליב האבן יעדע איד, אבער מ'דארף האסן און פיינט האבן א יעדע אגודה'יסט; בחירות איז ערגער ווי עבודה זרה, אבער מוניצפול בחירות איז מותר לכתחלה; רעדן היברעיש איז ערגער ווי זיך ביקן צו א צלם, אבער מיט א "תימן'ע" איד מעג מען רעדן און פארברענגן אין א פליסיגע עברית (ווייל סאיז נישט עברית ס'איז תימנ'יש!); ס'איז שוין פון לאנג נשתכח תורת הבעל שם, אבער מען הארעוועט אין נועם אלימלך און תניא; ציונים זענען ערגער ווי די נאציס, אבער ווען עס טרעפט א מלחמה און א"י, פארגלייזט מען זיך די אויגן און מען איז מתתפלל אז ס'זאל חלילה נישט שאטן קיין איין אידיש נפש.

אפילו דער מער אויפגעקלערטער סאטמארער -בעסער געזאגט,דער סאטמארע באם- לעבט אויך מיט גאנץ געשוואלענע סתירות; ער קען זיין א פייערעדיגער חסיד פון לעדי גאגא, אבער א געשווירענער פיינט פארן קלויזענבארגער; א שטארקע אנהענגער פון זשוסטען ביבער אבער א דם-שונא פארן בעלזער; ער וועט ליינען ערליך דעם פאסוט א יעדען טאג אבער אויפן המודיע וועט ער שפייען כדי שיעור גרוגרת, וכהנה וכהנה.

דער סאטמארער קען אפלאכן פון אלע חסידות'ער איבער זייער איבערגלויבן אין רבי'ס, ומאידך גיסא איז נאך נישט געבוירן געווארן אזעלעכע שוואנצאנים בני שוואנצאנים ווי די סאטמארע מיט די רעבע זיכרונע לברכענעס; דע רעבע האט זיך צו שמייכעלט, דע רעבע האט זיך אויסגעדרוקט, דע רעבע'ס פנים האט געלאכטען, דער רבי האט משתין געווען (איך מיין אז עס איז דא אפילו א בילד ווי דער רבי איז משתין בקיר), מ'קען נישט רעדן מיט א סאטמארער מער ווי צוויי מינוט, -נישט קיין חילוק צו פון אייז קרים אדער פאפ-קארן-, און אאופס די רבי איז אין בילד.

אבער כולי עלמא מודי אז דער עיקר יסוד פון סאטמארע חסידות איז תורת התבדלות, ס'נישטא קיין איד וואס זאגט דעם תפלה פון "והבדלנו" מן התועים ונתן לנו תורת אמת מיט אזא טיפע איבעצייגונג ווי דער סאטמארער חסיד, ער איז באמת איבערצייגט אז די גאנצע תכלית הבריאה איז ראדני מיט הופער; אהרונים און זאלונים; בני יואל און בני משה; קנאים און סיקריקם, און אלעס אויסער דעם איז נסיונות און סטרא אחרא.

דאס וואס אין בעלזא האט מען אמאל געזאגט פאר א משל אז מען האט נישט קיין שגץ אין שטעטל אויף וועם מוחה צו זיין ברויך מען אימפארטירן איינס, וואלט שטארק געפאסט מיטן היינטיגן סאטמאר.

לאמיר דאס מער מסביר זיין , יעדע חסידות האט זיך זיינע שטריכן און יסודות אויף וואס עס איז געבויט, למשל, חב"ד איז געבויט אויף לימוד ספרי חסידות בעיון, עניני חכמה בינה דעת; אין ברעסלב איז מען עוסק אין דעם ענין עבדו את השם בשמחה; אין קלוזענבורג איז עס בלעטער גמרא; און וויזשניץ, פרומקייט און חניוקישקייט; און אין סקווער איז עס גארטלעך וואס איז עביו ורחביו טפח, און ציצית שיש בו כדי להמית (להחניק). הצד השוה שבהן אז עס איז עפעס פאזאטיוו אדער בעסער געזאגט עס איז אין דעם "עשה-טוב" אפטיילונג.

סאטמאר, אבער, האט אוועקגעשטעלט זייער ליניע אויפן רעסלן פון "סור מרע", און פארשטייט זיך נישט סור מרע פון זיך זעלבסט, נאר סור מרע פון "יענעם", מלחמה מיט ציונות; מלחמה מיט מזרח'יסטן; מלחמה מיט אגודה'יסטן; מלחמה מיט אלעס און אלעמען אויסער מיטן אייגענעם יצר הרע (ח"ו נישט ממש כ'טרייב איבער).

יעצט ווילאנג סאטמאר רב ז"ל האט געלעבט, און איז ער געווען א עמוד האש ההולך לפניהם יומם ולילה, איז די חסידות נישט באשטאנען נאר פון סור מרע; ס'געווען א הושענה רבה; ס'געווען א שמיני עצרת און א יום כיפור; ס'געווען א שבת; א קידוש; און וואס נישט? ס'געווען וואס צו זעען ס'געווען וואס צו מיט האלטן, און וואס זיך צו קאכן.

אבער נאכן תשל"ח-עטרת-ראשנו, איז סאטמאר געבליבן היבש אויסגעשפילט, מיט א רעבע וואס איז נישט געווען אויפן מדרגה פינעם דברי יואל, איז די איינציגסטע וואס איז זיי געבליבן איז געווען חזרה אויפ שלש סעודות תורה פון תשי"ד ווען די רבי האט זיך געקאכט אין גזירות גיוס בנות, אדער תורות פון תשכ"ח ווי די רבי האט פייערט און ברענט, ביי מלחמת ששת הימים, ווען אידן האבן געהאלטן אז עס איז אתתחלתא דגאולה ממש. יענע צייטן זענען שוין לאנג פארביי, סאיז שוין דעווען זינט דאן א מלמחת יום הכיפורים מלחמת לבנון, דריי אינטיפאדאס, דער אתחלתא-דגאולה געדאנק האט אויסגעוועפט און סאיז עבר עליו הכלח אפילו ביי דעם גרסטען מזרחי'סט אבער אין סאטמאר קלאמערט מען זיך נאך אין די תורות פון תשכ"ח כאילו כלל ישראל איז ממש אין א געפאר א יעגע רגע פון ווערן אפגעשמ"ד פינעם עבודה זרה פון ציונות.

ס'וואלט נישט געווען איבערגעטריבן צו זאגן אז די גרעסטע פאטש און דורכפאל ופאר א סאטמארע חסיד וועט זיין אויב ציונות וועט בטול ווערן. ער וועט אויסקוקן אזוי ווי די אידן וועלן אויסקוקן נאכן שעכטן די יצר הרע לעתיד לבא, אדער ווי א שוחט מיט א מעסער אן א קוה צו שחט'ן. כ'מיין מיט וואס וועט ער זיין אנדערש ווי דער קלויזענברגער? ער וועט נאך אפשר זיין ווייניגער! דער קלויזענבורגער האט דאך זיינע בלעטער גמרא, ער האט עפעס אן אגענדע פון עשה טוב, אבער ווען איינער האט א אגענדע פון סור מרע, אויב דער רע איז מער נישטא, בלייבט ער אן א פאך אין דער האנט און אן א שטאך ארבעט.

לפי זה נמצינו למידים אז דער סאטמארער זאגט נישט אזוי ערליך דעם "ולמינים אל תהי תקוה", און די סבה איז זייער פשוט: ווייל ער ווייסט אז נאכן ביטול פונעם מדינה הציונות האט ער נישט קיין זכות קיום, משא"כ דער קלויזענבערגער און וויזשניצער מיינען עס יא ערנסט, ווייל דער קלויזענבורגער וועט נאך אלץ בלייבן מיט זיינע מורינו'ס און בלעטער גמרא, און דער וויזשניצער מיט זיין חניוקישקייט.

ממילא ווען איז זאגט דעם קומענדיגן מאל פארן דורכשניטליכן סאטמארער אינגערמאן אז די גאנצע ציונות איז שוין נישט רעלעוואנט, ס'איז עבר ובטל מן העולם, זאלט איר וויסן פארוואס די פנים ווערט אים ווייס כשלג לבן און די האר שטעלן אים זיך אויף אפילו אויף די אויגן ברעמען: ווייל איר האט אים ארויסגעצויגן די פאדלעגע פון אונטער זיין פיס זיין גאנצע יוניקנעסס האט איר צובלאזן.

השתא דאתינא להכי, קען מען מכריע זיין דעם באקאנטן מחלוקת פון מדת הדין און מדת הרחמים הללו אומרים אהרונים סאטמורים האמיתיים, והללו אומרים זאלונים סאטמורים האמיתיים, איז לאמיר א קוק טאן אויף די היסטאריע און רעקארדס פון די צוויי אימפעריעס, וועלעכע פון זיי שטומט בעסער מיט די סאטמארע שיטה און מהלך פון סור מרע און התבדלות און אזוי פושט זיין דעם אור-אלטן איבעי'.

די אהרונים, זייט די חלוקה האבן כמעט נישט געטוען אין דעם ענין פון סור מרע; זיי האבן נישט באשמיצט קיינעם; נישט נאך געשריגן קיינעם; נישט באגאסן קיינעם מיט קיין צואה רותחת. וואס זיי האבן יא געטוען איז געווען: געבויט א מהודר'דיגע שלאכט הויז און קרית יואל; געברענגט ווייץ אן חשש מצומחות פון אריזאנע; זענען בודק עופות פון צומות הגידים; געמאכט חתונה תקנות און אזוי ווייטער, די אלע זאכן זענען טאקע גאר גאר שיינע אויפטוען, אבער זיי האבן נישט קיין שום שייכות מיט סאטמאר, ס'פונקט גוט פאר באבוב אדער פאפא.

יעצט לאמיר א קוק טוען אויף די רעזעמעי פון די זאלונים, אה! זיי האבן שוין וואס צו ווייזן, זיי האבן א רייכע היסטאריע, קודם מלחמה אקעגן דעם עירוב, נאכגעשריגן, טעראזירט וכו'; מלחמת קודש א קעגן שחוטה מונחת; מלחמה א קעגן ווייץ פון אריזאנא; מלחמה א קעגן דעם פילטער פאר די וואסער; מלחמה א קעגן לולבים פון א"י; מלחמה א קעגן שלום מאכן מיט בעלזא; און איין ווארט זייער גאנצער אידענטעטי איז וואס ער איז אלץ "נישט", און וואס ער טוט "נישט", און איין ווארט "התבדלות מיט מלחמות". אפילו א פילטער פארן אינטערנעט קען זיי נישט טיילן מיט, די רשעים די אגודיסטן, זיי די שקצים האבן : טעג, דשעי נעט, ווייט פעזשעס, יעשיבע נעט, וכל שם וחניכא דאית ליה, אבער מיר סאטמערע האבן אן אנדערע פילטער, מיר האבן "משומר", איי וואס איז משומר אנדערש ווי אנדערע פילטערס? די תירוץ איז ווייל עס איז "נישט" פון זיי, מיר שערן "נישט" איין פילטער מיט זיי, איינמאל ס'האט עפעס א "נישט" איז שוין אלעס פארענטפערט. א קיצור סאטמאר בתפארתה.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 644
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2458 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2740 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג יולי 28, 2013 12:25 am

איך בעט דעם עולם זאל עס נישט מאכן פאר קיין צימעס אשכול. עס איז א אשכול וואס איז געאייניגט מברר זיין און מלבן זיין וואס איז דאס, וואס פאנידערשייד צווישן סאטמאר און אנדערע חסידות'ער. ווער עס וויל מגרע זיין אדער מוסיף זיין און דעם ענין איז העפליך געלאנדענט.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 644
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2458 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2740 מאל

הודעהדורך נאר,,פרייליך » זונטאג יולי 28, 2013 12:44 am

ס'איז אינטערסאנט אז די האסט אינגאנצען אויסגעלאזט די רייכע היסטאריע פין פילע ארגענעזאציעס און אישי החסד וואס סאטמאר שטעלט מיט זיך פאר
כ'וועל אנכאפען בלויז איין דוגמא אחת מני אלף
דא אין ק''ש איז לעצטענס אסאך ארומגערעדט געווארען איבער די טעמע פון בחורים אויפען גאס
להוי ידוע הרב בענדזשעמין אז אין די נושא איז פאראן אן אפיס עזר לישיבות וואס העלפט ארויס בגוף ובממון אויף א אומגלויבליכע פארנעם בראשות פין עטליכע סאטמארע עסקנים וואס געהערן דייקא נישט צו די כת מהר''א וואס לשיטתך ווייסען זיי נאר פון ''נישט''
די ארגענעזאציע העלפט יעדן דראופ אוט און שווערע קעיס פון ''גער'' בעלז ''וויזניץ'' קלויזענבורג וכו' וכו'
דאס אז סאטמאר רב האט איינגעפלאנצט מסי''נ פאר א צוויטען יוד דאס איז אויך ''נישט'' ''נישט''??????
איר זענט א פאלנער אויסגעשפראכענער שונא פאר סאטמאר איי קענט העלפ יו
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

הודעהדורך לאליפאפ » זונטאג יולי 28, 2013 12:44 am

יוי איז דעיס :like , ממש שפתיים יושק, א הערליכע שפראך, און שטארקע פוינטס!
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 859 מאל

הודעהדורך chosen people » זונטאג יולי 28, 2013 12:47 am

די צוגלייך צום אשת חיל איז מיך די מערסטע געפאלן.
בדרך אגב, איך ווייס נישט צו עס איז טאקע ממש אזוי ווי אזוי די לייגט עס אראפ, אבער רוב דרויסנ'דיגע האבן אזא בליק אויף די סאטמערע פארטיי.
chosen people
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 1111 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 326 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג יולי 28, 2013 12:50 am

סארי בענזשאמין, אבער זינט דו האסט אוועקגענומען דיין חתימה אז מיין לייק איז חלילה נישט קיין הסכמה אויף דיינע לעכערליכע פיגול'דיגע דעות, האב איך מורא צו לייקן.

דאנט געט מי ראנג, כ'האב זיך געשאקלט פאר געלעכטער פון דיין ארטיקל, עס האט ליידער אסאך אמת'דיגע (און דערפאר ווייטאגליכע) פונקטן... אבער! אזוי ארויסצוברענגען נאר די שלעכטע זייט פון א ריזיגע קהלה פון ערליכע אידן האב איך נאך נישט געליינט. מען קען מיינען אז די סאטמארע - אפילו די מדת הדינ'יקעס זאליס - האבן נישט קיין בלעטער גמרא, בשעת ביידע פראקציעס פון סאטמאר האבן פראגראמען וועלכע טויזענטער (אקעי, לכה"פ הונדערטער) אידן לערנען טאג-טעגליך, (סאטמאר האט שוין ארויסגעבעבן תלמידי חכמים ורבנים עני טיים וויפיל אנדערע חסידות'ער), די איבערנאטורליכע צאל פון חסד ארגאניזאציעס וועלכע קומט רובו ככולו נאר פון סאטמאר, אנגעהויבן פון הצלה ושומרים און (נישט) געענדיגט ביי ביקור חולים און הונדערטער סארטן הילף בעת צרה, דאס אלעס איז ניטעמאל ווערד כקליפת השום? דו ווייסט וויפיל צדקה וחסד עס גייט ארויס יעדן איינציגן טאג פון אלע סאטמארע צענטערן?

און אויך איז וויכטיג צו באטאנען, אז ליידער האט טאקע סאטמאר דעם "אימעדזש" אין די אויגן פון אסאך דרויסענדיגע, און אפשר זענען זיי זיך ווערד דאס געלט, אבער וויפיל אויפגעקלערטע סאטמארע זענען פאראן וואס טוט זיי וויי דער מצב, און פרובירן יא פאזיטיווע אידישקייט, און טשעפען נישט קיינעם, נאר גייען בתמימות אין די וועגן פון זייער רבי'ן און מאכן זיך נישט סתם נאריש מיט יעדן שמייכל און פינטל מיט די אויג. מען טאר נישט בא'לעבל'ען א גאנצע קהילה מיט אזויפיל אנשים יראים ושלימים מיט אזא ביטול.

און איך האב נאך אפאר נקודות אויסצושמועסן, אבער עס קען מאכן א צימעס אטמאספערע. אפשר אין אישי.

---

דערוילעם האקט ענליך.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15097
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17804 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

הודעהדורך לאליפאפ » זונטאג יולי 28, 2013 12:50 am

יא סאיז ממש און אפשר נאך מער, און די פראבלעם איז אז זיי האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט, און זיי ציען אויף זייערע דורות אויך אויף דעם דרך
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 859 מאל

הודעהדורך נאר,,פרייליך » זונטאג יולי 28, 2013 1:00 am

הרב בענדזשעמין ס'איז א פלא וויאזוי א מייסד פין א חסידות זאל בויען נאר אויף ''נישט'' און אנקומען צו אזא מצב אז ביים יארצייט קומען אלע סארט יודען פין אמעריקא צום ציון אין מונרו
ווי קען מען אנקומען צו אזא דרגא פין בויען בלויז אויף ''נישט'' לכאורה וואלטען די מורינו'ס פין קלויזענבורג און חניוקישקייט פון וויזניץ געדארפט האלטען סך העכער דערווייל זעהט נישט אויס אז די וועלט זאל אזוי האבען אפגעלערנט די מהות פון סאטמאר
איר ברויכט בעסער אנאליזירען די זאך
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג יולי 28, 2013 1:07 am

קען אפשר זיין ,אבער פון די אנדערע זייט ווייסט יעדער אז די סאטמארע זענען די ערשטע צו לויפן צו יעדע טייני נייע רעבעלע און מקובל ברחבי תבל טויטע צו לעבעדיגע ,און דאס איז א דירעקטע תוצאה פון פילן אז ביי זיך איז נישט דא גארנישט ממשתדיג צו פארקויפן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7700 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2544 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג יולי 28, 2013 1:09 am

נער,, פרייליך, פארשטיי, אז פאר די מאדארענע מענטשן פארציילט מען נאר די שיינע פאזעטיווע מעשיות, פון זיין געלט טיילן וכו...

יש להעיר, אז בענדזשאמין רעדט בכלל נישט פון א איד א צדיק, רבי יואל ט"ב זצ"ל, וואס זיין טיטול איז ליידער געווען "סאטמארע רב". בענדזשאמין פראבירט צו דערגיין פון וואס די סאטמארע חסידות באשטייט.

פאר מער מקורית'דיגע מעשיות, זעה ספר יואל ב'.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8466 מאל

הודעהדורך newkave » זונטאג יולי 28, 2013 1:10 am

איך שטוין ווי די סאטמארער ניקס האבן נישט געלייקט די תגובה.
ער שרייבט שקר?
ער זאגט נישט אז עס איז נישט דא קיין גוטס.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

הודעהדורך יואליש » זונטאג יולי 28, 2013 1:12 am

בנימין, כ'מיין האסט אנגערירט בלויז איין אספעקט און געמאכט דערפון א תורה שלימה, און אביסעל בייעסד דערביי אויך.

ס'איז דא א היסטאריע פראפעסאר דוד מייערס, זייער א צוגעלאזענע קאנסערוואדאקס איד, וואס שרייבט היצט א בוך אויף ק"י. אין מיין שמועסן מיט אים האט ער מיר געזאגט קורץ גערעדט איז סאטמאר אייגענארטיג מיט די פאלגענדע: איר וויזיע, כוחות וואס זי לייגט אריין און ארגענעזאציע און אינפארסטרוקטור, פאליטישע חוש און סוקסעס, אנאפאלאזשעטיק און פחד'לאז צו ערייכן אירע צילן. ער טרעיסט די אייגענארטיגע חלקים צום אלטן רבי'ן זעלבסט. ער האט אסך אנדערע און מער אריגינעלע געדאנקן פון ווי דאס קומט וואס כ'וועל נישט דערמאנען אויס מורא אז כ'האב נישט אזוי גיט פארשטיינען (און באמת האב איך זיך געדינגן מיט אים און ער האט מיר צוגעזאגט אז ער גייט שפענדן די צייט עס מיר אויפווייזן.)

ס'איז מיר געווען א חידוש ווי ער האט פיין ארויס די הו-איז-הו פון סאטמאר, סיי היינט און סיי פון אמאל.

בנימין, אייל דיך צו מיט די פי.עיטש.די פאר דער פראפעסאר פארלויפט דיר די וועג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יואליש אום זונטאג יולי 28, 2013 2:33 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2498
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3838 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג יולי 28, 2013 1:15 am

שמעקעדיג, ווי גרעסער א קהילה אלץ מער דיינים און שקצים. והוא מחוקי הטבע.

בנוגע חסד, הצלה דורך דער סקולענע חסיד ר' הערשל וועבער , און שומרים דורך ר' משה האפמאן, א פאפא חסיד.. נישט קיין נפק"מ. אבער כ'האב שוין אמאל געשריבן דא, אז די איין קליינע ביקור חולים באס קען נישט דעקן די פעסער בלוט וואס סאטמאר האט פארגאסן.

שוין, א גוטע נאכט.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8466 מאל

הודעהדורך נאר,,פרייליך » זונטאג יולי 28, 2013 1:21 am

די העיט וואס די גאס האט צו סאטמאר איז אומביישרייבליך
ספעציעל איז דאס היי יאר ווען פילע טראכטען אז מעגליך איז סאטמאר רב יא געווען גערעכט ווען ער האט אזויפיל פארפירט איבער די ממשלת הציוני ובפרט איבער זיין שטייפע שטעלונג פון בלויז בויען מוסדות און אידישקייט אין אר'י אויף אייגען געלט און נישט מכספי המדינה

פילע אידען פון אנדערע קרייזען טענה'ן מען וואלט בעסער געשטאנען ווען מען הארכט ווען און מען בינדט זיך נישט אהן מיט אזעלכע עבותות של אהבה צום מדינת הציוני
טא זעהט אויס אז דאס קענען פילע יודען ובתוכם די שרייבערלעך דא ניט דערהייבען פרובירען זיי אפצומאלען א שווארץ בילד אויף סאטמאר
איי קענט העלפ יו
זעהט אויס אז סאטמאר רב האט געוויסט וואס ער רעדט מיט א פופציג זעכציג יאר צוריק איר האט די ברירה איינצופאקען
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג יולי 28, 2013 1:27 am

ביסט גערעכט יו נעילד איט! יו דע מען!
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7700 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2544 מאל

הודעהדורך DotCom » זונטאג יולי 28, 2013 1:45 am

נאך איין זאך מיט וואס א סאטמארער איז אנדערש פון אנדערע און אסאך דא וועלן עס נישט גלייכן צו הערן, א סאטמארער געבוירענער באקומט די "סאטמארער פלעק" און דאס גייט קיינמאל נישט אראפ, איך האב רחמנות אויף חברה אסאך מאל זיי פרובירן צו גיסן פעך און שוועבל אויף סאטמאר ווייל זיי ווילן זיך פילן גוט אבער א סאטמארער בלייבט ער להכעיס צו ער וויל יא צו נישט, ולולי דמסתפינא וואלט איך געשטעלט מר. פרענקלין אלס א סאטמארער ראדני איד פון 3 דורות.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 11:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 728 מאל

הודעהדורך משה געציל » זונטאג יולי 28, 2013 1:47 am

אייער פעדער איז אויסצוקושען הרב בנימין!
לגוף הענין, איך ווייס נישט צו אייער אנאליז איז כל כלו בדרך מליצה, אבער אויפ'ן צד אז נישט, וואלט איך מיך געטרויט צו זאגן אז די צד מהר"א איז נישט אזוי אינטערשטעלונג.
נעמט לדוגמא אזא כינוס כלל ישראל (דארט ווי מיכאל און גבריאל זענען געזעצן...) וויפיל חומות'ן מען האט אוועקגעשטעלט ח"ו נישט צו צומישט ווערן אינעם גרויסן שמעלץ טאפ. צו אפילו דער חלק העשה טוב לדוגמת; אריזאנא ווייץ, שחיטה מהודרת, וויפיל שמיץ האט מען באגאסען אויף אנדערע נאר זיך צו קענען בויען? אפגע'טרפה'ט אלע אנדערע שחיטות, מחמיץ געווען אלע אנדערע מצות, אלעס זיך צו קענען בויען.
אה"נ, קין טאקע זיין אז צד מהר"א איז אביסל מער רעפארמיסטיש, אבער נאכנישט גענוג צו זאגן אז דאס איז נישט סאטמאר.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2735 מאל

הודעהדורך דעת תורה » זונטאג יולי 28, 2013 2:09 am

די משלים איבער די א. ג. סתירות במשנת סאטמאר, זענען סתם געווארפן זאמד אין די אויגן, די אגודיסטן לעבן מצד עצמם אין סאך א גרעסערע סתירה קיומית, אנטי ציונות מחד והשתתפות בחיי המדינה מאידך. סאטמאר זענען פונדאמענטאליסטן וואס פארנעמען נישט עכט קיין סתירות.

בכלל איבער יעדע נקודה פון דעם ארטיקל (נישט קיין חמין - פרישע סחורה, נאר ממש יעדע נקןדה איז ישן נושן עלטער ווי דעם שרייבער'ס טאטע) קען מען אסאך מאריך זיין, טייל זענען אמת און טייל מופרך. מען ברויך נאר האבן געדולד.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2130
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4558 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג יולי 28, 2013 2:13 am

דא זע איך אז סאטמער האט ביתכסא'ס אין די שויערס
failedmessiah.typepad.com/failed_messiahcom/2013/07/a-health-notice-from-a-satmar-mikva-678.html
בילד
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3779
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1860 מאל

הודעהדורך לאליפאפ » זונטאג יולי 28, 2013 2:21 am

נאר,,פרייליך עצה טובה קמ״ל זאלסט טוישן דיין ניק און דיין צוגאנג כדי איינער זאל נאך קוקן אויף א תגובה וואס דו שרייבסט... הער אויף צו זיין אזוי בלינד מיט דיינע שיטות..
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 859 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג יולי 28, 2013 3:06 am

שמעקעדיג האט געשריבן:סארי בענזשאמין, אבער זינט דו האסט אוועקגענומען דיין חתימה אז מיין לייק איז חלילה נישט קיין הסכמה אויף דיינע לעכערליכע פיגול'דיגע דעות, האב איך מורא צו לייקן.

דאנט געט מי ראנג, כ'האב זיך געשאקלט פאר געלעכטער פון דיין ארטיקל, עס האט ליידער אסאך אמת'דיגע (און דערפאר ווייטאגליכע) פונקטן... אבער! אזוי ארויסצוברענגען נאר די שלעכטע זייט פון א ריזיגע קהלה פון ערליכע אידן האב איך נאך נישט געליינט. מען קען מיינען אז די סאטמארע - אפילו די מדת הדינ'יקעס זאליס - האבן נישט קיין בלעטער גמרא, בשעת ביידע פראקציעס פון סאטמאר האבן פראגראמען וועלכע טויזענטער (אקעי, לכה"פ הונדערטער) אידן לערנען טאג-טעגליך, (סאטמאר האט שוין ארויסגעבעבן תלמידי חכמים ורבנים עני טיים וויפיל אנדערע חסידות'ער), די איבערנאטורליכע צאל פון חסד ארגאניזאציעס וועלכע קומט רובו ככולו נאר פון סאטמאר, אנגעהויבן פון הצלה ושומרים און (נישט) געענדיגט ביי ביקור חולים און הונדערטער סארטן הילף בעת צרה, דאס אלעס איז ניטעמאל ווערד כקליפת השום? דו ווייסט וויפיל צדקה וחסד עס גייט ארויס יעדן איינציגן טאג פון אלע סאטמארע צענטערן?

אויפן לייק וועל איך דיר מוחל זיין דאס מאל, כ'האב באמת נישט ערווארטעט צו באקומען צופיל לייקס אויף אן ארטיקל וואס באשרייבט סאטמאר נישט גענוי ווי ר' סענדר דייטש וואלט עס באשריבן.
אויפן דיין טענה איבער די איבערנאטוליכע צאל חסד ארגאניזאציעס פון חסד וועלכער קומט ארויס פון סאטמארע קהילה, קען זיין ביזט גערעכט אבער כ'האב מער פרובירט אפצולערנען דעם סאטמערע "מהות", מיט וואס זיי זענען אנדערש ווי אנדערע חסידים, ווי צו באשרייבן זייער אינפארסטרוקטר(יואליש, לתשומת לבך)און חסד ארגאניזאציעס. אבער קען זיין ביסט גערעכט מיט דעם אז די אלע חסד פעולות קומט ארויס טיף פון זייערע גענעס און איז א טייל פון זייער תוך און מהות. און אויב אזוי איז עס טאקע א טעות פון מיין זייט עס נישט צו באהאנדלען און מסביר זיין ווי עס שטימט טאקע מיטן סאטמערע מהות פון... אפשר טאקע איז דאס נאך איינע פון די סתירות וואס זיי לעבן אלץ, אולי קומענדיגע וואך מוצאי שבת, אדער זאל 'דעת תורה' אפיר-ברענגן "אלטע" חמין ווי עס איז שוין באשריבן געווארן, און מיר פארשפארן ארבעט.
און צו הרב 'דאט קאם' מיט 'נאר פרייליך' גראדע בין איך נישט קיין סאטמארער, און אויך נישט קיין שונא פאר סאטמאר, עכ"פ נישט מער ווי עני אנדערע חסידות.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 644
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2458 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2740 מאל

הודעהדורך chosen people » זונטאג יולי 28, 2013 7:22 am

נאר,,פרייליך האט געשריבן:הרב בענדזשעמין ס'איז א פלא וויאזוי א מייסד פין א חסידות זאל בויען נאר אויף ''נישט'' און אנקומען צו אזא מצב אז ביים יארצייט קומען אלע סארט יודען פין אמעריקא צום ציון אין מונרו
ווי קען מען אנקומען צו אזא דרגא פין בויען בלויז אויף ''נישט'' לכאורה וואלטען די מורינו'ס פין קלויזענבורג און חניוקישקייט פון וויזניץ געדארפט האלטען סך העכער דערווייל זעהט נישט אויס אז די וועלט זאל אזוי האבען אפגעלערנט די מהות פון סאטמאר
איר ברויכט בעסער אנאליזירען די זאך


איר זענט נישט גערעכט עשה טוב איז א וועג אסאך שווערער ווי סור מרע, זיין א מורינו איז שווערער פאר רוב מענטשען ווי זיין א סור מרע, און חוץ פון דעם הרב פרענקלין האט געשריבן אז די סור מרע איז יענעם'ס רע נישט דיין.
סאטמאר, אבער, האט אוועקגעשטעלט זייער ליניע אויפן רעסלן פון "סור מרע", און פארשטייט זיך נישט סור מרע פון זיך זעלבסט, נאר סור מרע פון "יענעם",
chosen people
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 1111 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 326 מאל

הודעהדורך נאר,,פרייליך » זונטאג יולי 28, 2013 11:26 am

רב בענדזשעמין באמת דאס וואס איר זענט אזויפיל פארנימען צו באשולדיגען סאטמאר מיט ''נישט'' ''נישט'' בעצם דער גאנצער יסוד פינעם עם הנבחר מאז היתה ישראל לגוי איז געבויט אויף דעם ''ואבדיל אתכם מן העמים'' די ערשטע ברכה וואס יעדער יוד הייבט אהן די וואך איז ''המבדיל'' ווידער ''נישט'' מיר שטויסען זיך כסדר אהן מיט דעם נישט
ביים ערשטען תפילה אנהייב וואך ווי מיר בעטן אויף דעת איז די ערשטע הוספה וואס חז''ל לייגען צו הבדלה ווידער ''נישט'' וואוט העפען חז''ל און די גאנצע יסוד אומה הישראלית באשטייט אויף סאטמאר פילאסאפי פון ''נישט''??
אבער דער אמת איז אם אין דעת הבדלה מנין ס'איז תלוי הא בהא ווען איר האט נישט קיין דעת קוקט איר אלעס אהן אלס ''נישט'' אבער אז איר וועט זיך אביסעל מתבונן זיין אינעם ברכת המבדיל און אין די פסוקי הבדלה ווי ס'ווערט כסדר איבער געחזערט דעם יסוד פון עם ישראל מיטען הבדלה בין ישראל לעמים וועט איר פארשטיין אז דאס אפזינדערן יודען פין כוחות הרע און כוחות הטומאה איז גאר א יסודות'דיגע און טיפער ענין מער ווי בלויז איבערקייען צען מאל ''נישט'' ''נישט''
און צו דיין אינפא. ברויכסטו וויסען אז דאס וואס מהר''א טוט אין הידור און כשרות איז בעצם מיסודו נאך פין סאטמאר יארען צוריק ווען סאטמאר רב האט געלעבט זענען אלע סארט אידען געקומען קיין בראדוויי איינצוהאנדלען כשר'ע מהודר'דיגע מצה ווי אימער א פרימער ערליכער מדקדק וויל אהערשטעלן א פרימע חבורה אויף כשר'ע מצות קימט ער ווידער קיין סאקמיר
און נישט צוליב די סיבה וואס טרינקער וכדומה געבן אהן צוליב געלט מעשיות וואס מען האט זיי פארקויפט אלע יארען
נאר צוליב וואס די יודישע גאס אין אמעריקא האט געוויסט אלע יארען אז סאטמאר שטעלט אהער פעסטע און שטארקע פונדאמענטן אין אלע יודישקייט הינזיכטען
בענדזעמין טייערע ס'פעלט אייך גאר אסאך אינפא אינעם פולען פיקטשער אויף סאטמאר
אדער ווילט איר גאר אויסקלויבען די חלקים אהערצושטעלן אייער בילד צו באפרידיגען אייער העט און שנאה געפילען
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

הודעהדורך בן תמליון » זונטאג יולי 28, 2013 11:39 am

שוין לאנג נישט טועם געווען אזא אומגעלונגען שטיקל חמין. בנימין נישט פערזענליך, ווי איר שרייבט אליין איר קענט נישט סאטמאר פון אינווייניק נא האט עס אזא פנים. דער סאטמאר נושא איז שוין אויסגעדראשן א שאד צו באמוטשען דעם ציבור , אבער בנוגע די פראגע וואס סאטמאר איז יא, דער ענטפער איז קלאר איין ווארט, "מאכן געלט". דא איז ווי ר' יואליש האט געהאט א וויזיע. אין סאטמאר איז דער איינציק פלאץ ווי א בעל הבית איז ארויפגעקוקט און א כולל מאן פארקערט. ווען ער האט ווען זיין וועג וואלט נאך היינט אין סאטמאר קיין כולל געווען ווען נישט זיינע יונגעלייט האבן אנגעהויבן גיין צו ליטווישע און פרעמדע האט ער נישט געהאט קיין ברירה.


איבער וואס @קאווע טרינקער רעדט איבער סאטמאר'ס בלוטיקע היסטאריע, דוכט זיך, נאך אלץ גאלד קעגן ווי די אנדערע האבן זיך באגאנגען מיט די אייגענע מורדים, אדער מאכניפקע און ווי נידריק מען איז געגאנגען צו אינטערברעגען דעם מער געלונגענעם ברודער פון בארא פארק. נאר וואס? בעת וואס פאפא האט זייטן קריג די זעלבע 500 קינדער עס איז נישט צוגעקומען קיין איינס, וואקסט סאטמאר ווי משוגע ממילא מוז זיין עס איז צוליב וואס זיי האבן יענען טערעראזירט וואס איז צום לאכן.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1876 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג יולי 28, 2013 11:44 am

@נאר,,פרייליך,
בענזשאמין איז נישט אינגאנצן גערעכט, אבער דו אויך נישט.

עס זאגט זיך אזוי שיין אז מען איז נאר ביזי מיט "נישט" אלס ואבדיל אתכם, אבער איז דען נישט אמת אז מען איז כסדר ביזי מיט "יענעם"?, און מען טעראריזירט ווער עס גייט נישט אין שפאן?
למשל די זאלונים היינט מיטן עירוב, די ארונים אמאל מיט בני יואל, און בני יואל מיט די גאנצע וועלט, מען האלט נאר פון זיך און מען בארימט זיך אליינס אין די אייגענע אויסגאבעס (אלע 3 פראקציעס האבן אייגענע אויסגאבעס זיך צו קלאפן אין בייכל),
סור מרע איז טאקע זייער א חשוב'ע זאך, אבער מען קען נישט בויען א גאנצע חסידות נאר אויף נעגאטיווע חלקים, עס איז שוין היינט אביסל בעסער מיט די פראגראמען הנ"ל, חבורות פון גמרא, בעסערע מלמדים, אבער עס איז נאך א ווייטער געוויין (קרעדיט: געפילטע) פון צו זיין א פאזיטיווע קהילה וועלכע זאל צוציען נייע מענטשן מיט א חשק אנשטאט אזויפיל ארויסגעפאלענע,

און וועגן דעם קומען צום ציון, האט דאך שוין בענזשאמין טאקע מודה געווען אז אין רבי'נס צייטן איז נאך געווען וואס צו זעהן,
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:יעצט ווילאנג סאטמאר רב ז"ל האט געלעבט, און איז ער געווען א עמוד האש ההולך לפניהם יומם ולילה, איז די חסידות נישט באשטאנען נאר פון סור מרע; ס'געווען א הושענה רבה; ס'געווען א שמיני עצרת און א יום כיפור; ס'געווען א שבת; א קידוש; און וואס נישט? ס'געווען וואס צו זעען ס'געווען וואס צו מיט האלטן, און וואס זיך צו קאכן.


און באמת בעפאר די מדינה איז געגרינדעט געווארן איז סאטמאר בכלל נישט געווען דאס זעלבע, קוק נאר צב"ש די פרק שמועסן פונדער אלטערהיים, מען האט גערעדט פון פשוט'ע עבודת ה', לערנען און דאווענען, מדות טובות און צניעות, נישט געווען תמיד פארנומען צו האקן אויף יענעם, נאר נאך די התייסדות פון די מדינה האט דער רבי גע'טענה'ט אז דאס איז זיין מישען אויף דער וועלט צו מגלה זיין דעם אמת, און דאס האט סאטמאר די מערסטע אפגעקויפט, ווארום די גרינגסטע חלק פון 'אידישקייט' איז האקן אויף יענעם, אוי וויפיל אידן האבן שוין געליטן צוליב דעם,

צוריק צו בענזשאמין, דער חלק אז דער עולם איז היינט סטאק מיט די תש"?? תורות איז בעיקר נאר ביי די בני יואל, זיי פילעווען אין רבינ'ס ספרים, כאילו בעל השמועה עומד לפניו און ער וואלט נארוואס געזאגט די הייליגע תורות, און ציונות פארבלייבט די פירצת הדור ביז משיח קומט, די גאנצע סמארטפאון איז נאר א פראבלעם ווייל מען קען דערויף שרייבן עברית, זיי רעכענען זיך נישט מיטן מציאות, און האקן אויף אלץ און אלעמען מיט אזא וויסטע שנאה, כאילו נאר די הייפעלע גייען מקבל זיין משיח מיט א שטאלץ; אבער די איבריגע סאטמארע אידן מיט די רבי'ס (ביידע זייטן) זענען נישט אזוי פארביסן אקעגן די וועלט, נאר מער איינער אקעגן צווייטן.

און צום הונדערסטן מאל אין שטיבל: סאטמאר רב האט קיינמאל נישט געזאגט אז רעדן עברית איז ערגער ווי זיך בוקן צום צלם!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15097
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17804 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט