סאטמאר, איר מהות און איר אייגנארטיגקייט.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 1:55 am

מורינו הרב האט געשריבן:סאטמאר רב איז באמת געווען א הייסער ציוני און געהאלטן אז מען דארף שטיצן די מדינה און דער ראיון הציונות. פארקערט; ער איז גאר געווען פון די הויפט פלאנירער פון די מדינה. ער איז געווען א באהאלטענער אגענט צו האלטן די קנאים אין די ראמען, דורך דעם וואס ער וועט זיי פירן און זיי עטוואס צוריקהאלטן.

דאס זעלבע איז געווען מיט די רביצין ע"ה. זי האט באמת געוואלט אז דער ברך משה זאל זיין רבי און באהאלטענערהייט האט זי אים געשטיפט, נאר זי האט געוואלט האלטן די מתנגדים אין די ראמען, האט זי זיך געמאכט...

און באותה מידה זענען די בני יואל עכט חסידים פון ברך משה און פון ר' אהרן. נאר מחמת חשש פון אן עין הרע ח"ו, מאכן זיי זעך ווי זיי זענען שטענדיג מקטרג אויף זיי. עכט זענען די קיטרוגים און קנטרים לימודי זכות און מעשים טובים וד"ל וצ"צ ודפח"ח ואכמ"ל. :roll: :oops: :evil: :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13186
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14671 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8381 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » זונטאג אוגוסט 11, 2013 12:40 am

איינער שטויבער איז יעצט אויף זאב ברענער, פארסמאקעוועט זיך מיט סאטמערע אלד טיים פאליטיק... נייס.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4859
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9820 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9482 מאל

הודעהדורך boxcover » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 8:45 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:שמעקעדיג, ווי גרעסער א קהילה אלץ מער דיינים און שקצים. והוא מחוקי הטבע.

בנוגע חסד, הצלה דורך דער סקולענע חסיד ר' הערשל וועבער , און שומרים דורך ר' משה האפמאן, א פאפא חסיד.. נישט קיין נפק"מ. אבער כ'האב שוין אמאל געשריבן דא, אז די איין קליינע ביקור חולים באס קען נישט דעקן די פעסער בלוט וואס סאטמאר האט פארגאסן.

שוין, א גוטע נאכט.

לויב דעם באשעפער אז דו ביזט נאך קיינמאל נישט געווען א פאציענט אין שפיטאל. ווען יא ח״ו, וואלסטו נישט געזאגט איין קליינע ביקור חולים באס.
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 2557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 8:52 pm

ב"ה.
ווען כ'וואלט ווען יא הנאה געהאט פון זיי, וואלט איך געווארן א סאטמארע חסיד, ע"ד כוח הפועל בנפעל.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8467 מאל

הודעהדורך מנשה לוסטיג » זונטאג אוגוסט 18, 2013 6:38 pm

http://www.youtube.com/watch?v=GbXqOOPY ... 97&index=1
די נאבעלע חסד פון סאטמאר.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 666 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 3:33 pm

די סקווערע אמבאסאדאר דא אין שטיבל, דער חכם מחוכם מנשה ליסטיג האט ארומגעשיקט צו זיין אימעיל ליסט @בענדזשאמין פרענקלין'ס ארטיקעל, פארשטייט זיך אהן שרייבן די מקור און ווער עס האט עס געשריבען. געוויסע מענטשען וואס האבן באקימען די אימעיל האבן געמיינט אז מנשה האט עס אליינס געשריבען.

איינער וואס ריפט זיך "השוכן" האט געענטפערט אין אימעיל אזוי:

בס״ד

מנשה (משה מרדכי לאופללער) לוסטיג סליט"ע

איך ענטפער דיין נארישן געשרייבעכץ וואס מ'קען לייענען גראד נאך מיינע ווערטער.

מנשה'לע, איך האב געלייענט וואס דו שרייבסט אויף סאטמאר. א קהילה קדושה בישרא', געבויעט דורך א צדיק און אפילו א צדיק הדור. אבער לאמיר נאר רעדן דיין נוסח, ווען דו וואלסט נישט געבוירן געווארן אין סקווירא, ווען דו וואלסט נישט געהאט דיין איינגערעדטן "מופת" פון דיין רעבע שביעי של פסח.. איך קאן נישט פארשטיין פארוואס יענץ איז א מופת ווען דו ביזט יעצט געבליבן מיט צופיל צייט און ענערגיע צו באשמיצן דיין אייגענעם ארויסקום. זאג ער זאל דיר אויפרעכטן דיין לעבן אויב איז ער טאקע א בעל מופת, אדער כאטש א וואוילער איד נאכדעם וואס דו נעמסט דיך אן פאר זיין פארשטונקענעם כבוד.

יעצט מעג איך רעדן אויף סיק-ווער און דיין רעבע דער געספוילטער און פארדאבענער דאוועדעל! אוי ווארט ענק נאך אפ אסאך עקשען. נאך אביסעלע. דיין רעבע באקומט א סטרויק און סיז לעבעדיג. נאכן זיין פאלן דער אטעיריס רשע׳ייכעם וועט זיין געשפליטערטע פייטס! ס'וועט זיין לעבעדיג. מנשה'לע לעפעלער וועט זיין פארנומען אויף אלע פראנטן, נישט קענען באגרייפן וואס איז געשעהן די רעעבע דערלעבט נישט משיח'ן?!!? און נאך און נאך. מנשה געב אכט וואס דו שרייבסט. אלע ענקערע אייגענע פארווייטאגטע וועלן ארויסקריכן פון די וואדווערקס! ענקער אייגענע וועלן באשמירן דייו רעעבע דער קאזאק דעם רוסישער חי'ה. און דיינע ווערטער וואס דו האסט דא געשריבן וועט דיר אקעגן גיין דיך פאטשן אין דיין קאמעדיע פארדרייטן פנים. דיינע אייגענע ווערטער דא וועלן דיר נאך וויי טאן דאס מערסטע.

נאך איין געוואלדיגער פונקט נעם דיר אריין אין קאפ (אויב עס איז בכלל דא עפעס פלאץ פאר עפעס שייכעל'דיג). די עקשען אין סיקווער וועט מאכן די סאטמארע זיין די איידעלסטע און די מערסטע געוואונטשענע. מענטשן וועלן זאגן די סאטמארער זענען מענטשן מיט הארץ און עפעס בעסערס, זיי האבן נישט געהאט וואסער צרות סיקווער האט. סאטמאר איז נאך אלס אמת און קלוגער, בעסער און שענער. סאטמאר אזא גרויסער פארנעם און זיי האבן זיך שיין אויפגעפירט. קוק וואס באבוב טוט, און זיי זענען נישט די סאטמארע ווארימע בלוט. אז באבוב האט געמוזט ארויס שפריצן רשעות נאכדעם וואס זיי זענען געווען דער סימבאל פון זיין נייס און שלום. באבוב זענען אסאך קלוגער פון סיקווער. העפענס טא בי באבוב זענען פון די גאר קלוגע, סיקווער זענען אויפן אנדערע עק. דו מנשה'לע ביזט א ביישפיל. דער פאקט אז סיקווער לאזט דיך זיין א גרויס מויל פאר זיי, אפילו נישט אפיציעל, ווייזט שוין ווי חכמים זענען דא דארט. דו וועסט איינזען אז די סאטמערערס זענען נישט אזוי פארדרייט און נישט אזוי געפערליך.

יעצט נעם דיך צו שעלטן מיט דיינע קללות נמרצות ווייל מ'זאגט דעם לויטערן אמת וועגן דיין יויזעלע דארט. שעלט ווייל דיין רעעבע איז דער הייליגסטער און אנדערע חסידות'ער און רעגן דיך פשוט אויף. אדער געב א 'קלוגע' הסברה פארן גאנצן אוילעם מיט דיין געשליפענעם פענע אין אלע 3 שפראכן. אויך איז א גוטע עצה צו מאכן א שיינע קאמעדיע יאאטאאב. אלע וועלן קוועלן פון דיר.

דיינע אייגענע ווערטער וועלן דיר/דיך אזוי פאטשן אין פנים. מארק מיי ווארדס מנשה'לע. ביזט א געוואלדיגער טאלאנט, נאר א שאד ס'וועט געפירט פון א 11 יעריגער שייכעל.


נאכדעם איז געקומען א אנדערע מענטש וואס רופט זיך S T, און ער האט געשריבן:

איך שרייב וועגן די דברי נבלה וואס איך האב באקומען, איך ווייס נישט קיין 1 שריייבער ווער ענק זענען, איך ווייס נישט פארוואס איך האב באקומען די אימעיל (אויף מיין אנדערע אימעיל אדרעס)

קודם וואס מנשה שרייבט איז זייער נישט שיין, אראפצורייסען א גאנצע קהילה קדושה ווי סאטמאר, חוץ דעם רעדט ער סתם שטותים, כאילו ביי יעדע חסידות איז די עיקר עשה טוב, לויט וויפיל מיין רבי האט מיך אין חדר אויסגעלערנט אביסל חסידות, איז די עיקר געווען ביי חסידות סור מרע, איז נישט יעצט יעדע אבער יעדע רבי פארנומען צו מאכן גדרים וסייגים קעגן אינטערנעט, און קעגן טאקע בלאג'ס וואס שרייבן די אלע שטותים וואס איינער האט דא ארום געשיקט פאר אפאר ערליכע אידן וואס זיצען נישט אויף די אלע בלאג'ס.

לערנען אין חב"ד ספרי חסידות בעיון, וואס לערנט מען דארט אין די ספרי חסידות, מען לערנט דארט שטותים, אדער מען לערנט סור מרע ועשה טוב, יראת ואהבת ה', אהבת ישראל זיך נישט פייטען ווי די קליינע קינדער דא, ברסלב עבדו את השם בשמחה און נישט קיין סור מרע וואס עצבות קען צוברענגען, קלוזענבורג בלעטער גמ' איז נישט קיין בלאט גמ' די גרעסטע סור מרע אז די מח איז פול מיט תורה נישט מיט שטותים, וויזשניץ פרומקייט חניוקישקייט דאס איז די גאנצע וואס וויזשניץ איז פארנומען, מען לערנט אויס אין חדר ישיבה כולל די רבי ביים טיש ביים דאוונען שוכן עד אלעס נאר זיי א חניוק, איז נישט די וויזשניצער רבי פון מאנסי די גרעסטע לוחם קעגן פירצות ביי כלל ישראל, סקווער דאס איז די עיקר דיקע גארטל מיט ציצית, לערנט מען נישט דארט אויס נישט זיין פארנומען מיט מחלוקת ווי די שרייבער, פון די תגובה קוקט אויס אז די שרייבער איז א סקווערער, אויב יא פארשעמט ער די מערסטע סקווער מיט די ארטיקל אז גאנץ סקווער באשטייט פון גארטעל ציצית, אגב שטייט נישט ביי די מצוה פון ציצית וראיתם אותו וזכרתם את כל מצוות.

און וואס דו שרייבסט צום סוף אלעס וואס קהילה קדושה סאטמאר ברשות הגאון מהר"י מלחמות קעגן, קען איך נישט אריין רעדן ווייל ב"ה איך ליג נישט אין די אלע פאליטיק, איך בין נאך ב"ה קיינמאל נישט געווען אויף די אלע בלאג'ס, וואס יעדע בלאג לייגט צו נאך א בלאג צו די גיהנם.

יעצט צו דיר חכם המגיב, אויב יענער טוט א אומרעכט און פארשעמט א קהילה קדושה, איז נישט קיין היתר אז דו זאלסט צוריק שרייבן אזעלכע דברי נבלה, בפרט די קללות וואס דו נוצט אויף א מנהיג ישראל, עס איז נישט קיין חילוק צו ער איז די גרעסטע צדיק צו די קלענסטע, אויף א מנהיג ישראל רעדט מען נישט, און מען שעלט נישט קיין 1 איד, דער אייבשטער זאל העלפן ער זאל מאריך ימים זיין און פירן זיין עדה, קיינער הייסט דיך נישט (חוץ טאמער דו ביסט אויך א סקווערע און דו ביסט פון ענקערע אייגענע פארווייטאגטע וואס וועלן ארויסקריכן פון די וואדווערקס ווי דו שרייבסט), אבער זיין עדה זאל ער פירן ביז משיח'ס טאג, וואס גייט דיך אן אז ביי 1 עדה איז נאך דא שלום, איז עס פאלשע שלום, ווי אזוי דו ווילסט, למעשה איז בעסער 100 פאלשע שלום ווי 1 אמת'ע מחלוקת.

יעצט וויאזוי דאס קוקט אויס פון די סוף קומט די ארטיקעל פון עפעס א בלאג, זיצט א אפגעפרעגט אינגערמאן, וואס עס איז נישט קיין חילוק פון וועלכע חסידות ער קומט, לאזט עם נישט זיין רבי זיצן אויפן אינטערנעט, און ער נעמט זיך רעדן בשליחות פון א חסידות כאילו ער פארטרעט די חסידות, אין רייסט אראפ יענעם און פארענפערט זיין חסידות, איינער האט דיך געבעטן, קענסט זיין זיכער מיט דעם אליין וואס דו שרייבסט אויף אזעלכע בלאגס ביסטו אויסגעשפיגען פון דיין חסידות, עס איז נישט קיין חילוק צו וועלכע חסידות דו געהערסט, איך מיין עס איז נישט דא קיין 1 רבי וואס זאגט פאר זיינע חסידים זיצט אויפן אינטערנעט ווי מער, שרייבסט בשבחי רייסט אראפ יעדעם, אפילו מהר"א מסאטמאר וואס איז נישט געווען ביי כינוס כלל ישראל, האקט פריוואט פאר זיין חסידות אויף אינטערנעט א סור מרע, בכלל איז ער אייביג פארנומען קעגן אלע פרצות, א ריכטיגע סור מרע, און יא ער רעדט נאך קעגן ציונים.

איך בעט מחילה פון ביידע שרייבער'ס, עס איז דאך אלול, איך מיין קיינעם פון ענק נישט, עס האט מיך פשוט וויי געטון צו באקומען די שמוץ, לאזט עס אויף די שמוציגע בלאג'ס וואס כל באיה לא ישובון, און שיקט מיך נישט די זאכען, און געט אייך אכטונג פון רעדן אויף יעדע מנהיג ישראל, זאל עס זיין סאטמאר סקווער ברסלב וויזניץ באבוב חב"ד, עס איז נישט קיין חילוק, אויף א מנהיג רעדט מען נישט, און פארגעסט נישט איר פארטרעט נישט אייער חסידות, אין איך מיין יעדע חסידות האט זייער אייגענע צייטונגען צו טעלפאן ליינ'ס, און דאס איז עס.


נאדעם האט איינער "דון שטערן" געשריבן:
מיין טייערע ברודער "החושן"
סאטמאר ארויף, סאטמאר אראפ, סקוווירא ארויף, סקווירא אראפ, עס איז דא א באשעפער אויפן וועלט, גלייבסט אין אים? פיין. דער גרויסער הייליגער באשעפער זאל דיר שומר ומציל זיין פון די שרעקליכע עונש וואס ווארט דיר!
שומר פיו ולשונו, שומר מצרות נפשו!
פאר א קליין שטיקל פארטייאישן ציפ האסטו אזוי געשאלטן און מיאוס אראפגעריסן א מנהיג און כלל ישראל! איך פארשטיי אז דאס איז נישט דיין שולד, דאס איז די חינוך וואס מען האט אריינגעלייגט, אבער דו האסט דיך אביסל פארלוירן און גארנישט פארדינט!
פון שווייגן האט קיינער נישט דערלייגט, פון רעדן אויף א צדיק האבן זייער אסאך דערלייגט - ביידע וועלטן און זייער ביטערליך!!!
איך בין נישט ברוגז אויף דיר פערזענליך, כאטש עס טוט מיר זייער וויי וואס די האסט געשריבן אויף מיין הייליגן רבי'ן, אבער, דו ביזט דיך דאך מיין ברודער, בלייבט מיר איבער אזויפיל דיר צו וואונטשן אז ווען מען וועט דיר אפיר-האלטן אויפן יום הדין דאס יאר זאלסטו זוכה בדין זיין און דו זאלסט האבן א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר!!!
ברודער קריגען זיך אמאל, אבער א טאטע האט אייביג ליב זיין קינד. אונז זענען מיר טאקע אלע ברודער במילא קריגט מען זיך דא און דארט, אבער דער הייליגער באשעפער איז אונזער טאטע און ער האט אונז אלע ליב!!!
זייטס מיר אלע געזונט און שטארק. א גוטע נאכט!!!


נאכדעם האט "דבי גרובייס" געשריבן.....

what the hell guys???? can you please delete my e-mail adress?????


נאכדעם האט לעזער טארים געשריבן:

ביטע נעמט מיך אראפ פון אייער ליסט
גייט'ס ארבייטן, פראבירט צו פארמערן שלום אויף די וועלט, נישט ח"ו חרוב מאכן די וועלט, אונזער טאטע אין הימל וויל מיר זאלן זיך ליבן האבן "אלע" אידן, אויב דאכט זיך פאר איינעם אז א צווייטע איד קען זיך פארבעסערן, אדרבה נעמט אים אין א זייט און קלערט אים אויף, ווי אויך זייט מתפלל צום אויבערשטן יענער (און איר אליין אויך) זאל זיך פארבעסערן, אבער ח"ו מצער זיין א צווייטן איד, עס איז מצער אונזער ליבן טאטן אין הימל, עס זאל ח"ו נישט ברענגן קיין חרון אף. אונזער הייליגער בית המקדש איז ליידער חרוב געווארן צוליב דעם, מיר פארברענגען שוין אין דעם ביטערן פארצויגענעם גלות אזויפיל יארן צוליב די שנאת חנם,

טייערע ברודער לאמיר זיך נישט לאזן פון די יחידים מחריבים, לאמיר פארמערן אהבת ישראל, אוודאי דארף מען געדענקן דאס אלטע ווארט, מען דארף זיין גוט 'צו' יעדן אבער נישט 'מיט' יעדן
הכו"ח המשתתף בצרות ישראל
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5430 מאל

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:26 pm

בנימין, א לייק האסטו געקריגן פארן מיך מאכן לאכן. אן קיין בושה דיסאגרי איך מיט געוויסע זאכן.

ס'דא אסאך צו ענטפערן אבער דאס וועט שוין מיזן זיין אין א אשכול אין צימעס...

בדרך כלל, נישטא וואס צו רעדן אז סאטמאר האט דאמענירט וויליאמסבורג, און ס'איז גאנץ פשוט, סאטמאר זאל זיך צוטיילן צווישן אלע קינדער פונעם ברך משה בלייבן זיי איינציגווייז נאך אלע באלד טאפעלט פון די נעקסטע קהילה. יעצט אפגערעדט אז זיי זענען געווען איינס.

איבערן סאטמאר'ן "נישט" איז ניטאמאל אינטערסאנט פריש איבערצוקייען אז אין פאקט זענען כמעט אלע חסד ארגענעזאציעס געגרינדערט געווארן, אדער קא-פאונדעד ביי סאטמארע. דאס וועט דיר כמעט יעדע מוסד צו יחיד באשטעטיגן אז טאקע פון די נעגעטיווע סאטמארע גייען ארויס די מערסטע צדקה.

וואס דארפסטו מער? קוק ביי די מחלוקות פון כמעט אלע אנדערע חסידות'ן, וואס האבן די אנדערע מענטשן מרוויח געווען? נאדא! זילטש! זערא!  פון די אנדערע זייט, נעם אפילו די לעצטע פאר יאר און קוק ארום וואס סאטמאר האט דערליווערט, צו איז דאס חתונה תקנות, צו איז דאס בר מצוה תקנות וואס הייבט אן צו שלאגן ווארצלן ביי אנדערע אויך. דער אלגעמיינער ציבור האט כאטש נהנה געווען. גיי א שטאפל ווייטער און נעם אריין די קאנטערוועשאל זאכן ווי ווייץ, שחיטה מונחת, שחיטה מהודרת, אא"וו וואס געוויסע קהילות און פריוואטע מענטשן (כ'רעד נישט סאטמארע)  האבן דאס אקצעפטירט.

איבערן אפטייטלען אז אין סאטמאר לערענט מען נישט וכו', איי מין קאממאן, סאטמאר ב"ה האט זיך נישט צו שעהמען מיט זייערע גדולים, זייערע דיינים זענען גאנץ פיין אנגענומען איבעראל, זייערע בעלי בעתים האבן נאך אזא שיעור (ספעציעל מיטן חבורת רבינו-יסודי התורה), זייערע כולל אינגעלייט געבן נאך ארויס אזעלכע שיינע ספרים ווי אנדערע קהילות, פון זייערע ישיבות קומען נאך ארויס אזעלכע בחורים ווי פון אנדערע ישיבות ענדענדיג יורה דעה ח"א צו הלכות שבת צו אריבער טויזענט בלאט גמרא, אז מ'רעדט שוין, פערצופאל ביי די נייע מסגרת תורתך שעשועי (א שטייגער ווי דרשו) זענען אפילו זאלי'ס אנגעשלאסן, און ביי די ערשטע בחינה האבן זיי ס'ערשטע מאל געזעהן 14 הופפער...
(בענין די אויפטוהן פון די זאלי'ס זאל איינער שרייבן, איך בין פשוט נישט באהאווענט)

נישט אז כ'דארף פארענטפערן די טויזענטע אידן, נאר פשוט אויסצוקלארן געוויסע פאקטן און אראפנעמען דעם פלעק וואס מע"כ האט פרובירט זיי אפצושטעמפלן.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3365 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:27 pm

"השוכן" האט געשריבען נאך א אימעיל:

To all who read my response to Menashe Listig (Moishe Mordche L.).

What I wrote then was just written in response to (your friend) Menashe Listig(Lustig) after what he wrote about (against) Satmar and the previous Satmar Rebbe's sheeteh. It was not meant against the Skvere Rebbe Shlita. It was only showing him that in how way of writing, that's how it would be written against his own rebbe. Anyone can write and dismiss anyone with a pen. It was a call out to all of you to stop him because he is only bringin shame to all of all. He sen that email to most of you. No one answered him.
שתיקה כהודאה דמיא
מדשתקי רבנן שמע מינה דניחא לי׳
You all let Menashe Listig (Moishe Mordche Loefler) go on on with his writing bad against other Jews. You are all guilty of it. No one stops him in Square. You all know who he is. Someone from you should take him aside and educate him that it is very wrong, and te same holy as he thinks of his (your) rebbe others think just the opposite but think that their way is the best. He got 'angry' at the Satmarers and he wrote a whole article. Why did no one really speak up against his writing here or there in Square?. Don't tell me you don't know? It's a shame for all of you in Square who let this go on. Again, I didnt say against square as a real perspective. I was writing it to show that the same as Moishe Mordche (Menashe Listig) can write, same nissech and attitude can be used against anyone even HIS rebbe. I was saying imagine if MENASHE would NOT be a Skverer Chosid how HE would write.

Now, I am happy I made you think another way.

The Slverer rebbe is a ehrlich we yid and a manhig of an wida kdoisha! There are lots of Talmidei chachomim and real chasiddishe yidden that are loving and living with Hashem every minute of their life. Chesed. Yiras shomayim in Skver is big. Nothing to be ashamed for anyone. The rebbe himself is more than the usual person and a real big rebbe with so many higher madreigos. Like we saw by so many groise tzadikim.

Again, I was just turning things around so Menashe Should see how it can be done in the opposite direction.

(Interesting no one here spoke up against speaking so cheap of the Satmar Rebbe Hatzadik R' Yoel Teitelbaum ZT"L. Should I say shame in you all?)

והוא רחום יכפר עוון ולא ישחית.
ואתכם הסליחה.
I apologize to all of you and to the Skvere rebbe shlita.
Hakoton Hasho Chen
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5430 מאל

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:39 pm

און נאר א קלייניקייט צו דיר @נאר,,פרייליך, כ'ווייס נישט ווי דו באלאנגסט, און ס'אונטערסירט מיך נישט, אבער שטעקן צו בלייבן ביי די בעלזא פרשה, ווען מ'האט פונעם בעלזא'ן רבי'ון געבעטן ער זאל מפייס זיין און ער האט עס געטוהן, איז די פראוו פאר בנימין'ן אויף זיין באשרייבונג!

דאווענען אין א חב"ד שוהל, אן קיין מאטיוון פון חב"ד איז קיין עוולה נישט! כ'דענק נישט אז דער אדמו"ר הזקן זי"ע זאל זיך האבן אויסגדריקט דערקעגן.

האדמו"ר מהר"א גייט נאך אזוי אין לעבן די ציונות אישו (עכ"פ ער שפילט א גוטן געים...) טראץ וואס ער איז א איידעם ביי וויזניץ, מהר"א האט נאך אזויפיל גערעדט קעגן ציונות, האט נאך אזויפיל פראטעסטירט, ער (אפפס סאכדעס..) האט נאך געמאכט אזא געלונגענע פראטעסט. שיקט נאך אזויפיל געלט אהין, און זיינע מוסדות נעמען נישט קיין געלט פון די מדינה און גייען נישט אין בג"ץ!
דעריבער האק נישט קיין טשייניק מיטן דיינע איצטיגע פארווייטאגטע אתרא קדישא גארביטש, ווי דו האסט נאכנישט געהערט קיין ווארט פון האדמו"ר מהר"א, פוו איינע פון זיינע דיינים, צו אפילו א ווארט זאגער, אפילו נישט דער בלאט! (פון דיינע געהיימע אינפארמאציע ווייסעך נישט, ואתך המחילה)
ביזסט יעצט אבסעסט מיט עפעס א מערכה מיט דעקונג אויף ביידע צדדים און זעהסט נאר סקאלפס ווען דו שרייבסט.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3365 מאל

הודעהדורך נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:02 pm

שעפטל'ע ב''ה אז די קענסט נאכניש די מנהיגי ה'בלאט אבער גיי פרעג ווער אימער ס'קען זיי נאר וויפיל מאל זיי האבען שוין געשריבען מאמרים פיל מיט גיפט איבער די עדה החרדית מיטען בייזוויליגען ציל איר צו עלימינירען לגמרי היל''ת
אז איר ווילט געבן גערעכט פאר בנימין קענסט אים געבן רעכט און קענסט האסען אויף סאטמאר ווי יעדער ווי אימער האסט איר ס'העט גארניש פאסירען פאר סאטמאר אז נאך איינער העט ווערן א שונא צו סאטמאר

אבער עז אף נאו איז כ''ק אדמו''ר מהר''א ליידער מוקף מיט שלענג וואס זיכען צו בויען דאס הויף אויף זייער נארישע אינטערעסן
געדענקט איר דען ניש פאר ניש זויפיל יארען צוריק איז דער פריערדיגער אדמו''ר האמצעי נעבעך אויך אויסגעשטאנען ביטערע צרות און רדיפות פון זיינע שרייבערליך נעבעך וואס האבען אים דערנידערט עד שאול תחתי' ס'חזר'ט זיך סך הכל איבער דאס זעלבע
מה שאירע ליעקב אירע ליוסף
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:18 pm

ר' נאר (אדער גאר, מיט א דזשיממ'ל) פרייליך. ווי ס'זעיט אויס האסטו קיינמאל נישט געליינט דעם בלאט. אדער דו מאכסטעך נישט וויסנדיג אז דער בלאט, אלס דער אפיציעלער ארגאן פון מהר"א שליט"א איז געוועין פון די ערשטע און גרעסטע שטיצער פונ'ם גאב"ד און געמאכט א גרויס'ן צימעס פון זיין הכתרה. נאר דער תירוץ איז אז מהר"א שליט"א האט אין זעך מענטשליכקייט און איז נישט קיין היפאקריט אזוי ווי... כ'וויל נישט זאגן וער. וועלכער שטייט אין שפיץ פון מבזה זיין תלמידי חכמים גאוני ארץ און שלעפן זיי אין די בלאטע דורך פאשקווילן וועלכע וערן געווארפן בראש כל חוצות. ואין פוצה פה ומצפצף. יענער אדמו"ר ניצט דעם אלטן תירוץ פון ר' סענדער זכתו יגון עלייו אז "ס'נאר א פאר עזות-פנים'ער". כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א איז מחנך זיינע תלמידים וחסידים צו תורה און יראת שמים. נישט זיין ביזי יומם ולילה וואספארא שייגעץ א יעדער רב און רבי איז. דו וועסט אוודאי זאגן אז א פאר שרייבערלעך אין קאווע שטיבל האלטן אזוי. אבער דער אמת איז אז רוב מנין ובנין פונ'ם ארטאדאקסישן , חסידיש'ן עולם האלט אזוי. ס'טוט זיי שטארק וויי דער בזיון ת"ח וואס ס'גייט פאר אין דיין פארטיי. :oops: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13186
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14671 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8381 מאל

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:28 pm

ווייטער האקסטו אויפן צד מהר"א אן קיין שום דעקונג! כ'בעהט דיך צום הונדערטסטן מאל, דעקונג ביטע! ברענג פראף איבער אלע מיטונגס און באשרייבונגן וואס דו ווייסט, ביז דאן איז דיין געשריי אומזינסט און אן קיין האפט.

יא וואלסט ווען שטארק געוואלט אז דער בלאט זאל זיך צולאזן מיט א לענגס און א ברייטס, איך האב אויך געוואלט, אבער לדאבונינו (דו מיט מיר מיט אנדערע רעזאלטאטן) האט דאס נישט פארסירט. וועסטו אראפלייגן דיין געווער פון א גאנצע וואך? וואס עפעס? לאמיר מאכן אז אלע בלאט שרייבערס שרייבן דא אויף ק"ש, לאמיר פראקעלעמירן געהיימע זיצונגן, און לאמיר פארקויפן צואה רותחת פאר די שטירן און מיט דעם אילי ואילי וועט אתרא געווינען...

עניוועיס, דעס איז נאר געווען אן ענטפער אויף דיין זינלאזע תגובה וואס האסט תיכף אריינגעהאקט מיט קברים און ציונות.

מיין פריינט, דו ווייסט אז ספה"ק ויואל משה איז איין באנד? על הגאולה אויך נאר איינס, אבער די ספה"ק דברי יואל עה"ת, מועדים, שו"ת, סיגיות זענען צענדליגע בענדער, מיינסט טאקע אז די איין איינציגסטע אישו פון רבי'ן ז"ל איז נאר געווען ציונות? ער האט מער געארבייט אז מ'זאל לערנען, דאווענען און טוהן חסד כידוע די אלע מעשיות. זעה נישט קיין ביינער (וואס קיינער האט נאכנישט געזעהן) און נעם דיך צו דיינע ביינער.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3365 מאל

הודעהדורך נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:01 pm

שעפטל ווען ניש איך האב רחמנות אויף פילע פון מיינע טייערע פריינט משפחה ידידים שכנים וואס געהערן פאלי צו דעי קהלה נאה וחסידה וואלט איך ארויפגעלייגט עטליכע רעקארדירונגען וואס כ'האב געקריגען די לעצטע יאר צוויי איבער די פינסטערע פארשוינען בבחי' סביב רשעים.. די האר פון קאפ העלן זיך דיר אויפשטעלן פין וועלכע מאנסטער'ס מ'רעדט דא
גלייב מיר בנאמנות וסהדי במרומים אז כ'וואלט מיר ניש מטפל געווען בכלל מיט די נושא אין די ימי האלול ווען ניש מיין הארץ גייט אויס פאר רחמנות אויף די טויזענטער אלפי תשב''ר און חסידים ואנשי מעשה וואס ווערן נתגדל אין אזא הייליגע קהילה
און ווערן נעבעך געניצט ווי קאנאנען פלייש פאר עטליכע טינקעלע פארברעכער וואס זענען אלעס מוכן צו פארברענען פאר כבוד תאוה ושררה
די בוכ''ע זאל געבן אסאך כוחות און שטארקייט פאר'ן רבי שליט''א צו פירען ווייטער די קהילה ע''ד המסורה און די אלע בייזע נחשים ועקרבים זאלען זיך אפשאקלען פון די הייליגע קהילה ווי אמשנעלסטן בלי שום צער ונזק ליהודים
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:13 pm

שוואך שוואך! פינטל! כ'פארשטיי מיט א ליידיגן פיסטל קען מען נישט שיסן
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3365 מאל

הודעהדורך נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:21 pm

שעפטל האט געשריבן:שוואך שוואך! פינטל! כ'פארשטיי מיט א ליידיגן פיסטל קען מען נישט שיסן

ברענג מיר א היתר פון איינע פון די רבני ק''ק דאס ארויפצולייגען העל איך דיר צוליב טון
דערווייל באגנוג כ'מיר מיט די תגובות ווער ס'גלייבט גלייבט און ווער ניש זאל עס אליין כאפען מיט נאך עטליכע יאר שפעטער ווען ער העט ניש ברויכען צוקומען צו מיין דעקונג און דאקומענטן און הארד סטאף.
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

הודעהדורך מנשה לוסטיג » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:03 pm

דער השוכן איז צו פלאך אז איך זאל זיך אפגעבן מיט עהם, אבער דאך פליסן אריין גוטע תגובות אין מיין אימייל, ווי איינער האט מיך געשריבן מיט א נאטורליך פרייד.
מנשה כ'האב מיך ממש באלעקט די פינגערס, כ'ווייס אז ס'נישט דיינס, אבער יענער האט גוט מכוון געווען, ס'צייט פארן באלאן צו צייגן איר אינהאלט..
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 666 מאל

הודעהדורך שעפטל » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 3:17 pm

נאר,,פרייליך האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:שוואך שוואך! פינטל! כ'פארשטיי מיט א ליידיגן פיסטל קען מען נישט שיסן

ברענג מיר א היתר פון איינע פון די רבני ק''ק דאס ארויפצולייגען העל איך דיר צוליב טון
דערווייל באגנוג כ'מיר מיט די תגובות ווער ס'גלייבט גלייבט און ווער ניש זאל עס אליין כאפען מיט נאך עטליכע יאר שפעטער ווען ער העט ניש ברויכען צוקומען צו מיין דעקונג און דאקומענטן און הארד סטאף.

פון שוואך צו שוואכער! ניטאמאל א וואסער גאן פארמאגסטו?
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3365 מאל

בנוגע ק''ק מהר''א ואשריך שעטך כ''כ מפואר ומרווה נפשות ישראל

הודעהדורך גאלד » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 11:09 am

פריוואטע שמועס מיט שמועס @נאר,,פרייליך

איך בין עס פשוט מפיץ ווייל ס'מיר נישט ווערד געווען די ענערגיע צו רעאגירן אויף זיינע פראגעס אויב מיין אדיענס איז נאר איין מענטש (איך געב נישט קיין שיעור פאר בלויז איין מענטש)

גאלד האט געשריבן:
נאר,,פרייליך האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:
נאר,,פרייליך האט געשריבן:גאלד:

ביטע ערקלער מיר חוו'ד אין די פאלגענדע

חטוטי שכבי וואס גייט פאר מיט די שטיצע פאר די קעגנער פן אתר''ק
כבר אמרתי אין לי שום ידיעה ומושג בעסק זה,
און טאקע פארדעם אינטערסירט מיך נישט דער עסק ווייל איך זעה לגמרי נישט די שייכות צו מגין זיין א פאלנער ארגנזציה געפירט דורך בשר ודם צו שיטת סאטמאר, איז עפעס אתרא קדישא אימיונד פון קריטיק, זענען זיי עפעס מלאכי השרת, לאן הגענו?


פ''ו חנפע'ט מען חב''ד
ווי זעהט איר "חנופה"? (פאר איר ענטפערט זייט אייך מתבונן אינעם פירוש המלה פון די ווארט "חנופה")

ספרדישער ש''ס פארטיי
אין לי מושג מה זה?

בעלז ווי אימער מ'קען נאר
מהיכי תיתי ווי אימער "מ'קען" אפשר איז עס ווי אימער "מ'דארף", ולכו נא ונוכחה


עס טוט מיר באמת וויי פון טיפען הארץ היות איר זענט א גאר געראטענער שכל הישר המשתייך יותר לקהילת מהר''א
און עס טוט מיר באמת וויי אז ס'זענען פארהאן אין סאטמאר מענטשן מיט פארקרומטע קעפ, וואס בלי ספק דער רבי ז"ל וואלט זיי פארשענדעט בכל חומר,

אנא שאו ידיכם שרייבט מיר עפעס אן ערקלערונג אויף א זאך וואס באדערט מיר באמת מעומק הלב איך געהער דירעקט ניש אהן צו די שונאים פינעם אדמו''ר מהר''א איך בין פון די וואס גייען מפעם לפעם צו א ברכה און קוויטעל להאדמו''ר איך ווייז מיינע קינדער זיינע טישען און איך לערן פילע מאל בבית מדרשם של הקהילה

ביטע טו מיר א טובה ערקלער עפעס פון די אויווענדערמאנטע ענינים

שכוח ושכרך הרבה מאוד


מיין שאלה איבער די קברים איז צווואס פירט מען אהן ביליגע ליצנות הן אין די בלאט א לענגערע צייט ביז'ן פרשת בית שמש גאר גאר נידריגע ליצנות און זלזול באתר''ק הגם ניש מגין זיין אבער לכה''פ ניש טון וואס די אלע שונאי כל טהרה בארה''ק טיען
הן די מערכת פון קול סאטמאר האט געהאט א גרויסע יד בליצנות של אתר''ק און דער קונטרס בשם די קונים קעגן אתר''ק האבען זיי מחבר געווען די טעיפ'ס דערפון האבען געהערט עטליכע ממחנינו
נאכאמאל: סאטמאר האט קיין שום שעובד צו אתרא קדישא! זערא! ביי מיר זענען זיי פונקט ווי משביע אין בארא פארק,
.................

ובנוגע חונף זיין חב''ד מ'האט עד היום אין ערגעץ ניש געמאכט א אויפנאמע און וויזיט פון חב''ד פארטרעטער אזעלכע סארט שריט קוקט אויס ווי חנפענען די גאס היפוך מ'דעת ה'דבר''י
זעהסט האסט מיך נישט געפאלגט, איך בין ברוגז אויף דיך, זיי מוחל גיי און זיי חוקר וואס די ווארט "חנופה" מיינט,
ווען ס'דיר קלאר וועסטו קומען צו די הכרה מעצמך אז דיין קשיא איז קיין קשיא

..........
בנוגע ספרדים האט מען פון די גבאי'שע הענט דעליווערט פאר די אינטערנעט א קאפי פון רב עובדי' און זיי האבען געמאכט דערפון צימעס צו וואס פעלט אויס אזעלכע שטיק פאר סאטמארע אידען
יו גאט דו בי קידינג מי!!!! דאס האסטו געמיינט מיט "ש"ס פארטיי"??? א פיקטשער פון א חתימה אויף די וועב??? ס'טוט מיר באמת וויי אז א ערוואקסענע מענטש קען אפי' קאנסידרן אזא שטות ווי א אישו
.................

מה שנוגע ל'בעלז האב איך געהערט פון אדמו''ר מהר''א די דרשה איבער א באזיך וואס דאס האט א פנים פארוואס
וה''ה רבי ש''ש האט עס מסביר געווען אז עס מיינט נישט שלום.

אבער צו וואס פעלט אויס אזא קירוב ווי מהאט געטון אין לאנדאן מאכען גאנצעטע כיבודים פאר זיי און דער בעלזער הייסט זיין ציבור קומען צום טיש.
כ'מיין וויפיל איז דער שיעור פון מ'דארף?
אלו דברים שאין להם שיעור, ווען א מענטש קומט צו דיר ווארפט מען איהם נישט ארויס, קיינמאל,


ביטע ס'עגבערט מיר באמת זייט מסביר צו וואס רביה''ק האט'ס ניש גורס געווען אזעלכע דברים פשוטים



נאר,,פרייליך האט געשריבן:יישר כוח פאר'ן אוועק געבן פון אייער טייערע צייט עדיין לא הבנתי ווען די האסט עפעס קלארער און בעסערע רייד ביטע שיקט מיר עס אריין

תזכו למצוות
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 4:33 pm

SKA מיידלעך.. האט איר שוין געהערט דערפון? איך אויך נישט. ביז די וואך האב איך געלייענט אין די "בינה" מאגאזין איבער זיי - זיי שטאמען פון א גאר מאדערנע בעקגראונד, און זיי האבן זיך לעצטנס ארויסגעלאזט אויף א "טור" פאר א 2-3 טאג איבער די הייימשע אידישע צענטערן, סיי חסיד'ישע, ליטווישע, און נאך, און זיי געבן איבער א קורצן רעפארט פון יעדע פלאץ ווי זיי האבן באזוכט, און זייערע אימפרעשאנס.

דא האט איר דעם אויסשניט פון דעם באזוך אין סאטמאר, וומסב"ג:

.
בייגעלייגטע פיילס
BINAH.jpg
BINAH.jpg (152.59 KiB) געזען געווארן 906 מאל
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15112
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18114 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 4 געסט