'אסר' בשביל שתתעשר

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

'אסר' בשביל שתתעשר

שליחה דורך הוגה »

[justify]כ'בין געווען ביי א חבר מיינע, האב איך געזעהן ביי אים די נייע ספר/בוך פון רבי בן ציון מ'באבוב. פארציילט ער מיר אן אינטערעסאנטע עובדה פון דער בוך. (כ'פארצייל עס אזוי ווי איך האב עס געהערט.)

איין יאר פאר פסח האט איינער אימפארטירט קיין גאליציע בלוט מאראנצן. היות די בלוט מאראנצן זענען מער אפעטיטלעך ווי די געהעריגע מאראנצן פונעם מארק, בנוסף צום פאקט אז ס'געווען א נייע ערשיינונג, האט זיך דער עולם שטארק צוגעפאכעט דערצו. די לאקאלע מאראנצן סוחרים - וואס האבן געזעהן אז זיי שטייען פאר א גרויסע פארלוסט - האבן מעלה געווען א חשש אז די בלוט מאראנצן האבן ערהאלטן זייער שטארקע רויטע קאליר, דורכן אינדזשעקטען א רויטע פוד-קאלערינג וואס קען האבן א חשש חמץ אדער קטניות וכדומה.

מען איז געקומען צום קדושת ציון בעטן אז ער זאל אונטער חתמ'נען אויף א קול קורא אז די עולם זאל חושש זיין נישט צו נוצן די בלוט מאראנצן, עכ"פ אום פסח. נאך א לענגערע שמועס הלוך ושוב האט ער געזאגט אז ער זעהט נישט קיין שום פראבלעם מיט די בלוט מאראנצן, מען דארף נישט חושש זיין אז מען האט אינדזשעקטעד קאלארינג אין הונדערטער טויזענטער מאראנצן. דערנאך האט ער מוסיף געווען אז אסאך מאל זענען מענטשן מקיים עשר בשביל שתתעשר, זיי אסר'ן עפעס נאר כדי זיי זאלן ווערן רייך. (באציענדיג זיך דערביי צו זיין סברא אז די לאקאלע מאראנצן סוחרים זענען אויפגעקומען מיט די חשש רחוק, כדי צו ראטעווען זייער פארמעגן און זייער אייגענע אוצר פון פשוט'ע מאראנצן.) עד כאן המעשה.

א שיינע מעשה, נישט שלעכט. אבער דאס האט מיך געמאכט טראכטן (און ווען הוגה טראכט איז נישט גוט....). וויפיל מאל האבן מיר געזעהן אז עס איז ארויס געקומען אן איסור, א תיקון אדער א קול קורא, און נישט צו לאנג דערנאך זעהט מען אז איינער איז מרויח (נתעשר) דורך דער איסור ותיקון. סטראבעריס זענען מלא תולעים, א טאג שפעטער פארקויפט א קאמפאני "כשר'ע" סטראבעריס. ווערים אין וואסער, א קאמפאני פון פילטערס מיט א הכשר פון א רב. קברי ישראל, מיט אפאר (אסאך) דאלער וועלן מיר עס מאכן מתים-פריי. סעלפאונס זענען די חורבן הדור, וועט מאכן אלע אונזערע קינדער otd, מארגן איז דא (פלוצלינג) כשר'ע סעלפאונס. באלד נאך די געוואלדיגע מעמד הצלת הדורות כינוס כלל ישראל זענען געווען פילטערס, משגיחים, טעג, וועד ה'פישער ד'מאנסי וכו' וכו', פארשטייט זיך אז אלעס קאסט געלט!

איך וויל נישט מאריך זיין, כ'וועל לאזן אנדערע ברענגן נאך דוגמאות (אדער מיך אפפרעגן). אבער איך ווינדער מיך. איז דאס א coincidence? אדער זענען די געוואלדיגע ארגעניזאציעס און מאני-מעיקינג ביזנעסעס געווען די סיבה ומטרת האיסור והמכשול? איך ווינדער מיך אויב דא אויך איז געווען 'אסר' בשביל שתתעשר. Who knows?



.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר