פראטעסטירט נישט אייער שמוץ וועש אינדרויסן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:24 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4108 מאל

פראטעסטירט נישט אייער שמוץ וועש אינדרויסן

שליחה דורך קופערניקוס »

איך האב געהאט א דיעל מיט א געוויסע קאמפאני מיט עטליכע שותפים, איבער גראבן א שטח און בויען דארטן א גרויסע דעוואלאפמענטס. נאך א שטיק צייט האט דער פרעזידענט און דער סי-אי-או פון די קאמפאני זיך צעקריגט איבער די דיעל וואס איך האב געהאט מיט זיי, נאכדעם וואס דער סי-אי-או האט אפגעמאכט אז די דיעל איז נישט אויסגעהאלטן עטיש און רעליגיעז, ווייל אויף יענע שטח האדעוועט זיך א געוויסע סארט פייגל וואס וועט פארלירן איר מקום מנוחה, און דעריבער ווילן זיי ברעכן די דיעל. דער פרעזידענט האט אבער געהאלטן אז די דיעל איז יא גוט. מען האט גערופן א באורד מיטינג, אבער די מאורי הגולה האבן זיך נישט געקענט אייניגן, עס זענען דא אויף די באורד ליבעראלן און קאנסערוואטיוון, און האבן נישט געקענט קומען צו א פאראייניגטע החלטה.

דער שעף עקזעקוטיוו אפיסער האט געבלאזן אויפן פרעזידענט פארוואס ער זעהט נישט די זאך אזוי ווי אים. דער סי-אי-או האט געהאט אסאך פרעשור פון ראדיקאלע ליבעראלע גרופעס אז ער מוז ברעכן די דיעל, אבער די פירמע שטיצט עס נישט און דער פרעזידענט שטעלט זיך עפענטליך ארויס מיט זיין זעלבשטענדיגע דעה אז מען זאל ווייטער גראבן.

דער סי אי או איז געווארן זייער פרוסטרירט, און אנשטאט משכנע זיין דעם פרעזידענט אז מען מוז דראפן די דיעל, האט ער נישט גערעדט צום פרעזידענט, און אנשטאט אנגעהויבן מיר, דעם דעוועלאפער, שאנטאזשירן אז איך זאל נישט פאלגן דעם פרעזידענט פון זיין אייגענע פירמע, איך זאל ברעכן א קאנטראקט פון וואס איך וועל ווערן זייער רייך, טראץ ואס איך האב די בעקינג פון זיין פרעזידענט און עטליכע פון זיין באורד.

דער סי אי או איז געווארן זייער פארווייטאגט אז ער געט זיך נישט אן עצה, מיט זיין אייגענעם פרעזידענט און טייל פון די באורד רעדט ער אליין נישט, אין קאורט קען ער נישט גיין סיי ווייל זיין קאמפאני איז נישט לעגאל און סיי ווייל ער קען זייער מעגליך פארלירן היות אז זיין פרעזידענט איז זיך חולק מיט אים, האט ער אין א לעצטע ברירה איינגעשפאנט אפאר פון זיינע ארבעטער, ווילדע חברה, און געמאכט א פראטעסט אין פראנט פון מיין אפיס מיט שילדן "גראבט נישט אויס די מנוחה פון די פייגל" . אנדערע ארבעטער זענען געגאנגען צו די קאנסטרוקציע סייט און זיך ארויפגעווארפן מיט א ווילדע פאנאטיזם אויף די טראקטארן מיט זייערע שמונה בגדים, שטערנדיג פיזיש די גראבונגען. די ווילדע האבן אנגעהויבן האקן שויבן און פארפירן, איך האב גערופן פאליציי, און די פאליציי האט זיי פארשיקט, זיי זענען געווארן ברוגז אויף די פאליציי און אנגעהויבן פראטעסטירן קעגן די פאליציי.

אז אפאר ארבעטערס זענען געווארן ארעסטירט, האבן די איבעריגע קאלעגע ארבעטערס אנגעהויבן פראטעסטירן קעגן די פאליציי אז מען זאל אראפנעמען די בלוטיגע נאצישע הענט פון זייערע חברים, און די סומאטאכע האט אנגעהויבן גיין כאדאראם, א פיליאלע פון די פירמע אין די ווייטע האנג-קאנג האט אנגעהויבן פראטעסטירן אין פארנט פון די אמעריקאנער קאנסולאט אין האנג קאנג אז מען זאל ארויסלאזן זייערע חברים, ויהיה כל הגולה כמדורת אש.

זעענדיג אז די זאך גייט ארויס פון די גבולים, עס איז שוין ממש גלאבאנציש, האב איך זיך אוועקגעזעצט מיטן שעף עקזעקיוטיוו אפיסער און אים געזאגט דברים כהוויתן: טייערער רבי יצחק טובי', די האסט א פראבלעם מיט דיין אייגענע פרעזידענט און דיין אייגענע באורד, איך וויל די דיעל ווייטער, אבער אויב דיין קאמפאני וואלט געווען דערגעגן וואלט איך געהאט אן ערנסטן פראבלעם, אבער למעשה, זעכציג פראצענט פון דיין אייגנע פירמע שטיצט מיר, טא וואס קומסטו צו מיר מיט טענות? און נאכמער, צו וואס לויפט מען צו די פאליציי, וואס זענען זיי שולדיג, נעם אפיר דיין אייגענעם פרעזידענט, טענה זיך גוט אויס מיט אים און נאכדעם ווען די ביסטו פאראייניגט מיט דיינע חברה קום צוריק צו מיר און טריי צו שתדלן ביי מיר, אבער ווי לאנג ביי דיר איז ממש תוהו ובוהו קום נישט הענגען דיין שמוץ וועש נעבן מיין אפיס.

דער סי אי או, א פארמאטערטער פון די קאפ ווייטאג און פארצויגענע מערכה האט מיט צארן מיר געענטפערט "דער פרעזידענט איז פון יוהאנעסבורג דרום אפריקע, ער פארשטייט נישט די מענטאליטעט און ער האט נישט קיין שום פאטריאטישע געפילן, ער איז דא ממש ביי עקסידענט און ער וואלט פונקט אזוי געקענט זיין א מזרחיסטישער ראש ישיבה", איך האב רחמנות געהאט אויף דעם אלטן, האלב דעזערטירן סי אי או, און אים גארנישט געענטפערט, אבער איך האב אים געוואלט זאגן "טייערער גאב"ד, איר זענט פון אנטווערפן בעלגיע, און איר וואלט געקענט זיין א גערער דיין און א חבר וועד הרבנים לעניני עתון המודיע",

אבער, למעשה, וואס זאל איך יעצט טון? אויפהערן גראבן? און וואס זאלן די פאליציי טון, אויפהערן באשיצן, אדער מוז דער פרעזידענט, סי אי או און די באורד זיך צוערשט אייניגן?

דער אשכול פארמאגט 167 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר