מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
גלעזעלע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן

שליחה דורך גלעזעלע »

א מאדנע ערשיינונג:

איך ערהאלט א בריוו פון מיין קינד'ס מוסד ווי פאלגענד: אזוי ווי מיר האבן באשלאסן איינצופירן געוויסע תקנות, בעטן מיר אייך איר זאלט אנצייכענען אין דעם בייגעלייגטן פראגע בויגן וועלכע פון די תקנות איר פילט איז וויכטיג איינצופירן פארן וואוילזיין פון אייערע קינדער און לויט וואס די מערהייט וועלן פארלאנגען וועט אי"ה ווערן איינגעפירט אין דעם מוסד.

מאדנע, הא? אייגענטליך פיקטיוו. דאס קען נישט ווירקליך פאסירן, אז אייערע קינד'ס מחנכים זאלן אייך ערלויבן א ווארט האבן ווי אזוי צו ערציען אייער קינד.

איז דאס נאך אייער קינד? איר האט געזוכט צו לעזען א פראבלעם, אז איר קענט זיך נישט אפגעבן מיטן קינד דורכאויס אייער ארבעטס שעה'ן. האט מען בסך הכל געדינגען דעם מוסד אלס שטעלפארטרעטער פאר די פאר שעה. אבער ערגעץ אונטערוועגנס האבן זיי ערקלערט אונזערע קינדער אלס זייערס אן אייגנטום. עפעס א רכוש מיט וואס עס איז זייער וויכטיג צו קענען שטאלצירן מיט. עפעס וואס מען דארף קנעטן און פארעמען און טוען וואס אימער עס פעהלט אויס זיכער צו מאכן אז זייער מוסד קוקט נישט אויס אויף א שוואכערע סטאנדארד ווי זייער קאנקורענץ. און פאר אט די גאר וויכטיגע צוועק דארפן מיר אויפגעבן אונזערע געבורטס-רעכטן אלס אונזערע קינדער'ס ווארט-זאגער.

נו, אז מען לאזט כאפן רעכטן, פארוואס זאל זיין א פראבלעם אז זיי ערקלערן מיין פריוואטע שטוב אויך זייער טערעטאריע. האבן זיי אפיציעל ערקלערט אז מיין שטוב איז געווארן איינע פון זייערע פילע דארמיטאריעס וואו זיי קענען איינטיילן מיט א פונקטליכקייט א יעדע ריר, וואס מען קען האלטן אין שטוב, וואס מען עסט, וויאזוי מען גייט אנגעטוען, און אויך וויפיל אזייגער עס ווערט נאכט. עס קוקט אויס פון זייער צוגאנג ווי עס וואלט בעסער געווען אז דאס קינד זאל זיין אונטער זייער השגחה 24/7, נאר אזוי ווי עס איז נישט פראקטיש און נישט מעגליך, איז בלית ברירה געטרויעט מען אונז צו אויפזעהן אויף די קינדער פאר די פאר שעה. אבער פארשטייט זיך אז נאר נאכן אהיימשיקן כסדר פונקטליכע און שטרענגע היים אנווייזונגען, כדי די השפעה פון דערהיים זאל נישט צוגרינד לייגן די "שווערע ארבעט" וואס די מחנכים לייגן אריין.

איך שפיר ווי איך האב א שטוב מיט אדאפטירטע קינדער. ווי נאר א קליינע פירונגס אדער ערציאונגס פראגע קומט אויף, און איך וויל מיר אנטאן דעם טאטע הוט צו דן זיין דערויף, גלייך קומט דערויף אן ענטפער פונעם פוסק אחרון, די מנהל/מנהלת האט געזאגט יא אדער ניין. איך האב איינגעזעהן אז דער איינציגסטער החלטה וואס מען האט איבערגעלאזט פאר מיר איז אין וועלכע ערציאונגס פאבריק זיי אריינצושטעלן. פון דארט און ווייטער איז שוין אלעס אויף אויטא פיילעט.

כדי צו בארעכטיגן אריינצורעדן און אריינצוקלעטערן אין א יעדן דעטאל נוצט מען דעם ברייט-פארשפרייטן תירוץ אז מיינע קינד'ס רעכטן וועלן האבן אן השפעה אויף אנדערע קינדער. נעמליך, דער מוסד דינט נישט מער ווי דער הויכהילכער ווי די עלטערן פון מיין קינד'ס חברים וועלכע שרייען בקול אחד אז מען קען נישט ערלויבן: אז מיין קינד זאל פארן מיט א בייציקל, די ברילן וואס ער טראגט, די שיך וואס זי טראגט, די פלעיס וואס מען גייט צו. די לעכערליכקייט פון די טענה איז קלאר בולט ווען מען מאכט תקנות וואס רוב פון די קינדער האלטן נישט איין, וואס דאס מיינט אז די עלטערן ווילן דאס נישט. און די מוסדות שטופן דאס ווייטער, און זיי באקלאגען זיך גאר אז דער עולם קאאפערירט נישט, מען שטעלט זיך נישט צו. און דאס איז די סיבה פארוואס מען שיקט נישט אהיים פאר די עלטערן א פראגע בויגן, ווייל דער מוסד קען נישט לעבן מיט וואס די מערהייט וועט זאגן.

אלא מאי זיי האבן פשוט מחליט געווען אז מען קען אונז עמך-אידן נישט געטרויען. מיר פארשטייען נישט וואס עס איז וויכטיג פאר אונזער קינד'ס חינוך. און מן הסתם איז פאבריצירט געווארען עפעס אן אראמיש לשון עס זאל קלינגען ווי עס קומט במסורה גלייך פון מר בר רב אשי'ן אז מען קען זיך אויף אונז נישט פארלאזן. אבער גאט האט אונז יא געטרויעט מחנך צו זיין אונזערע קינדער. א קינד ביים געבורט האט גאט צוגעשטעלט צום בעטל א טאטע, מאמע, און טאקע נאר דאס. ס'לעצטע מאל איך האב געקוקט האב איך נישט באמערקט דארט קיינע מנהלים און מחנכים. איז פארוואס זאל איך פארלירן מיינע רעכטן צו איבערלאזן א שטיקל חותם, אן איינדרוק אין מיין קינד, אז איך האב אמאל געלעבט? אז איך האב גענוצט גאט-געשאנקענע כוחות צו מאכן אייגענארטיגע אויסגעהאלטענע חינוך החלטות?

און צוגאב צום אומרעכט צום יחיד, איז דאס אן ערנסטן סאציאלע פארלוסט פאר דעם כלל. מיר פארלירן די שיינע אייגענארטיגקייט פון א יעדע משפחה, מיט זיינע אייגענע חומרות און קולות, סטיילס און משוגעת'ן. דאס איז די שיינקייט פון א ציבור וואס איז פילפארביג. אבער מיר טוען דאס שטייטעלעך איינטוישן אין א "מאסן-פראדוקציע חינוך סאסייעטי". און אנשטאט וואס מען פלעגט דערקענען אז דאס איז א קינד פון משפחת קליין, שפיטצער, גרין, אדער שטיין , ווערן אלע קינדער אויסגעפארעמט אויף עטליכע משפחה שניטן: "סאטמאראוויטש, פאפאוויטש, נייטראוויטש, קאשויוויטש, מונקאטשאוויטש, א.א. וו. אנשטאט האבן א געשמאקע געמיש פראבירט מען צו פאבריצירן הונדערטער קארבען קאפיס פונעם זעלבן פראדוקט. און לכבוד דעם ליידט דאס קינד אויך, אז מען פארעמט זיי מיט איין קיכל שניידער, אונטערדרוקט מען זייערע אמת'ע פאטענציעל.

לעצנטס האט די עפעדעמיע באקומען נייע פיס. עס איז גאר געווארן וויכטיג אז נישט נאר די מנהלים נאר אויך די רבנים זאלן מייקרא מענעדשען דעם ברייטן ציבור. א גוטער ביישפיל פון די וואקסענדיגע פראבלעם איז דער "שטערן/שפאקטיוו שערוריה". אן נעמען קיינע זייטן צו עס איז גוט פאר א קינד אדער בעסער אז נישט, זעהט יעדע רעכט-דענקיגער מענטש אז מען רעדט אין ערגסטען פאל פון דקות'דיגע לפנים משורת הדין'דיגע חינוך פראגעס. גענוג דקות'דיג אז איין רב קען גאר האלטן אז עס גוט און איינער אז נישט. וואלט דאס נישט געווען נארמאל אז מען זאל אונז כאטש געטרויען אויף אזעלכע קליינע טעמעס אז מיר וועלן מחליט זיין וואס עס איז ריכטיג פאר אונזער קינד? איז עס נישט לכתחילה אז אין איין שטוב זאל דאס זיין בבל יראה און ביים חבר'ס שטוב זאל מען עס פארלערנען ביים שבת טיש? און אויב איז איינער פערזענליך צומישט וועגן דעם ענין קען ער דאס איבערשמועסען מיט זיין פריוואטן רב. ברויך איך האבען א חתימה פון 20 רבנים מיט 4 טיטלען פאר זייער נאמען צו מיין קינד זאל ניצן א ציין בערשטל אדער דענטעל פלאסס?

ע"כ אונזערע חשוב'ע ארבעטערס, מיר זענען אייך באמת מכיר טובה פאר אייער שווערע ארבעט. אבער מיר בעטן אייך, ארבעטס אייך נישט איבער. לאזט איבער אונזער פריוואטן חינוך אינדערהיים צו וועם גאט האט עס געשאנקען, אויב מיר וועלן זייער ליב האבן אייער פריוואטען חינוך וועלן מיר אייך נעמען אלס מחותן. און אויב איר וועט נישט ליב האבן אונזער פריוואטן היים חינוך, דאן זאגט הויך מיט כוונה ברוך שפטרני אז ווען כלל ישראל האט אייך אויפגענומען איז דאס נישט געווען א חלק פון די דזשאב דעסקריפשאן.

.

דער אשכול פארמאגט 108 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר