בלאט 1 פון 1
"ווייל ס'פאסט נישט" ווערט אפיציעלע תקנה

פורסם:
פרייטאג אוגוסט 16, 2013 2:55 pm
דורך שיטה מקובצת
מיר ווייסן דאך אז אונזער דור איז געשלאגן מיט די מגיפה פון קאנפארמיטי, פון זוכן צו געפעלן יעדעם, און נאכצוטאנצן יעדעמ'ס משוגעת'ן. פון דעם איז ארויסגעוואקסען די ווארט "ס'פאסט נישט" ווי א תירוץ אויף זאכן וואס געפעלן נישט די תקנה מאכערס ווען זיי האבן נישט ווי אזוי מסביר צו זיין זייערע משוגעת'ן.
עס האט גענומען 50 יאהר, אבער ענדליך איז דער טאג אנגעקומען. "עס פאסט נישט" איז מער נישט וואס מאמעס זאגן פאר זייערע טעכטער, און וואס מלמדים פאר די תלמידים - עס איז שוין אפיציעל מטעם די מוסדות הקדושים אז געוויסע זאכן "פאסן נישט".
בנות ציון דבאבוב האט קלאר אנגעזאגט די עלטערן אז זיי זאלן מסביר זיין די טעכטער אז מ'טאר נישט גיין מיט לעדערנע אויסזעהן קליידונג, "ווייל עס פאסט נישט"...

פורסם:
פרייטאג אוגוסט 16, 2013 4:09 pm
דורך קאווע טרינקער
לעדער קומט פון די נידריגסטע פון אומות העולם?
דוכט זיך אז דער ערשטער אפעצילע מלבוש אין היסטוריה, איז געווען פון "עור".
אפשר אין באבוב נעמט מען אן די גירסא, ווי ר' מאיר, "אור".
אה, פון דארט קומט זייער "חן"?

פורסם:
פרייטאג אוגוסט 16, 2013 5:16 pm
דורך אביגדור
על פי דרכו.

פורסם:
פרייטאג אוגוסט 16, 2013 6:57 pm
דורך רויטע וואנצעס
באבוב איז די נייע סאטמער. איך זאג נישט אויב ס'גוט אדער נישט, אבער אזוי איז עס.
קודם אידיש, נאכדעם איסור אויף שיינ'עדיגע מיידל שיך, לעצטענס די גלעזער, און יעצט מיט לעדער.

פורסם:
פרייטאג אוגוסט 16, 2013 7:09 pm
דורך שיטה מקובצת
אגב, פון ווי האט הרבנית דבורה לאה גאלדבערגער באקומען דעם שיינעם בילד פון דעם מאטארציקליסט? פון דעם אינטערנעט? זיכער נישט. פון א לייברערי בוך? קען נישט זיין. עס מוז זיין אז זי האט עס אליינס געכאפט ווען יענער איז איינמאל דורכגעפארן איר הויז. נו, דארף מען איר דאך קאמפלימענטירן פאר אירע פאטאגראפי סקילס.

פורסם:
מוצ"ש אוגוסט 17, 2013 10:30 pm
דורך לעיקוואד
שיטה, איך מיין דו האסט נישט ריכטיג געטייטשט דער ווארט 'עס פאסט נישט' אין דער קאנטעקסט. די באבובער סקאל זאגט נישט אז מען זאל נישט גיין אזוינע קליידער וויבאלד איינער וועט קוקען און עס וועט עם נישט געפעלן, ווי איינער סאגט עס פאסט מיר נישט צו פארען מיט א בייק, נאר ווי איינער וואס זאגט עס פאסט נישט אז א אידישע טאכטער זאל גיין מיט אזא סטייל. דהיינו לפי דעתם איז דאס נישט איידל אדער אידיש צו גיין אזוי, און דאס מיינט ער אז א גרויסער חלק פון די באבובער חינוך איז געבויט אויף דעם כלל. אז א אידיש קינד דארף קוקען אויף זיך מיט אנדערע גלעזער נישט זיין פראסט און גאסענדיג.
דו קענסט זיך דינגען אויב איז ריכטיג אוועקצושטעלן אזוינע כללים פון צניעות און לבוש וואס זענען געבויט סתם אויף בויך פילינגס און מאכען פון זיי עיקרי תורה, וכו' וכו', אבער דער אטאקע דיינע וועגן 'פאסט נישט' איז נישט אין פלאץ.
אגב, דער בילד פונ'ם מאטארציקל איז טאקע אביסעל פאני, ווי קומט עס אריין אין אזא צעטל, און עס ברענגט מיר צו א מחשבה וואס איך האב שוין פון לאנג, אז די אלע אוסרים פון אזוינע 'גויישע' זאכען און סטייל'ס מוזען גאר גוט פארשטיין און ארויסהאבען אלע ניאונסען פון די גויישע גאס, כדי צו זיין א ריכטיגע קנאי מוז מען ליגען אין די אלגעמיינע גאס און פארשטיין יעדער טרענד וואס עס מיינט און פון וואו עס קומט, און דערנאך אסר'ן יעדער זאך וואס שמעקט פון דעם. משא"כ א תמים וואס ליינט נישט קיין גויישע צייטונגען און דרייט זיך נישט אין די וועלט וועט עפ"ר נישט פארשטיין בכלל וואס איז די פראבלעם. דאס עפענט אויף א טאץ מיט שאלות ווי פארדרייט די גאנצע זאך קען דא ווערן. ואכמ"ל.

פורסם:
זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:23 am
דורך איחוד פעלד
לעיקוואד
די זאגסט גוט, אבער די באבאווער זענען גראדע מיוסד שטארק אויף דער ס'פאסט נישט כלל, לויט דער אנדערע פשט, איך גיי א שיינע הוט, שיינע פרנסה, שיינע ווייב, אלעס ווייל ס'פאסט מיר נישט אנדרעש.

פורסם:
זונטאג אוגוסט 18, 2013 2:28 am
דורך רויטע וואנצעס
די הייליגן מקור פונעם בילד:
http://www.shutterstock.com/s/harley/se ... qQCMw-1-91פולישע הארלי דעוועסען פארעד.

פורסם:
זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:36 am
דורך לעיקוואד
איחוד פעלד האט געשריבן:לעיקוואד
די זאגסט גוט, אבער די באבאווער זענען גראדע מיוסד שטארק אויף דער ס'פאסט נישט כלל, לויט דער אנדערע פשט, איך גיי א שיינע הוט, שיינע פרנסה, שיינע ווייב, אלעס ווייל ס'פאסט מיר נישט אנדרעש.
איך דינג זיך נישט אויף דעם, אבער דאכציך אז דער גאנצע התייסדות פון באבוב אויף דער כלל איז מער לויט מיין פשט, עס איז נישט געבויט אויף קאנפארמיזם ווי שיטה טענה'ט, נאר אויף די עצם געדאנק אז מען דארף זיין מכובד'יג און '"ווי עס פאסט". אמת אז די גרעניץ צווישען טוהן ווי ס'פאסט בעצם און ווי ס'פאסט כלפי דער שכן איז נישט אזוי קלאר, און עס איז תלוי זה בזה דאך איז די ווארט נישט נאר קאנפארמיזם נאר זיך האלטן מכובד'יג וכו'.
(לסבר את האוזן, אויף 'חברון', ווי די שיטה זאגט אויך אז מ'דארף גיין א שיינע הוט וכו', זאגט מען א ווערטל, אז א אמת'ע חברונ'ער איז איינער וואס ווען ער שטייט אויף אינמיטען די נאכט גיין אין ביהכ"ס טוהט ער זיך אויך א הוט און א שניפסל.. דאס הייסט ער פוצט זיך ווייל ער איז זיך אליינס מכבד, נישט וועגן יענעם, ועד"ז קען מען דא צושטעלן)

פורסם:
זונטאג אקטאבער 13, 2013 12:52 am
דורך חד גדיא
.