בלאט 3 פון 3

פורסם:
זונטאג אוגוסט 18, 2013 11:08 pm
דורך big joe
consistency is a trait for weak minded people, I can handle two contradicting opinions

פורסם:
זונטאג אוגוסט 18, 2013 11:22 pm
דורך big joe
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:איז דאך א מורדיגע סתירה???????????????
אלא מאי מוז מען זאגן הא לן והא להו. דארט רעדט מען פון זיך און דא רעדט מען פון יענעם.
דאס איז דאך א דבר פשוט!!! וואס פאר א גדול וואלט איך געווען אויב וואלט איך נישט געהאט קיין 'דאבל סטאנדארט'
בענדזשאמין, דו ביסט מיינע א מתנגד מיום שדרך רגלי על אדמת ק''ש, און אויף דעם קומט דיר א שכוח עס איז גוט צו ווערן טשעלינזשיד פון צייט צו צייט. אבער עס איז צייט פאר איינער אויף מיין לעוועל דיר איבער צונעמען.
נ.ב. אדער האסטו א ריזן חוש הומור, אדער ביסטו א פארווייטאגטע רחמנות.

פורסם:
זונטאג אוגוסט 18, 2013 11:36 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
big joe האט געשריבן:בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:בענדזשאמין, דו ביסט מיינע א מתנגד מיום שדרך רגלי על אדמת ק''ש, און אויף דעם קומט דיר א שכוח עס איז גוט צו ווערן טשעלינזשיד פון צייט צו צייט. אבער עס איז צייט פאר איינער אויף מיין לעוועל דיר איבער צונעמען..
קען מען קלערן אזוי ווען איר זאגט 'אייער לעוועל' מיינט איר: ווייל איר זענט נידריגער, אדער: ווייל איר זענט העכער? דער אמת איז אז מסתמא איז עס תלוי וועלכע אין וועלעכע קאנטערדיקטיוו דעה איר האט געהאלטן יענע מינוט, זענט איר געווען אין די גוסטע פונעם זשאו הגדול הגבור והנורא דעמאטלטס וכו' ואידך זיל גמור.
בנוגע התנגדות אויף אייך, חלילה וחס, דאכט זיך אז איך בין געווען דער ערשטער אייך צו געבן א לייק, נאר עס איז פשוט נישט מענטשליך צו רעדן אזוי אויף א ניק מיט אזא געמיינהייט בדבר שנכנשל בו אותו צדיק עצמו.

פורסם:
זונטאג אוגוסט 18, 2013 11:47 pm
דורך big joe
אם בארזים נפלו שלהבת...
אויב אינז גרויסע קענען נישט נעמען א דזשאוק מה יגידו קטני המוחין?!?!
א''כ הרי אין כל בריה יכולה לעמוד ...

פורסם:
זונטאג אוגוסט 18, 2013 11:54 pm
דורך קופערניקוס
בענזשאמין, איינער, נישט סתם איינער נאר זאגאר דער גרויסער, ריז מטיל ספק אין דיין עצם חושש ההומאר. נפלה עטרת ראשנו!
די חובת השעה איז אז די זאלסט אוזר זיין כגיבור חלציך ווי שווארצנעגער ווען איינער קווענקלט אין זיין כח גברא, דערלאנג דעם יוסף הגדול א הומאר שויער אז ער זאל ענדליך שפירן דעם טעם פון פריזינג קאלטע הומאר אויף א נאקעטן קערפער אין א חשוון נאכט אין סאמע סיביר.
גאו בענדזשי, גאו, ברענג צוריק דיין פארשוועכטן כבוד!

פורסם:
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 12:05 am
דורך big joe
רעדענדיג וועגען כופרים דערמאן איך זיך א סיפור
אין וויזשניץ אינדערהיים איז געווען א באוויסטער אלטע כופר. איין טאג איז געקומען א יונגע אפיקורס איינשטיין ביי אים, אזוי רעדענדיג זאגט די יונגע אפיקורס צום אלטן
איך וועל זיין דיין ממלא מקום
אלטע: גוט, אבער איך האב א שווערע זוהר אפשר קענסטו מיר ארויסהעלפן?
יונגע: איך בין א אפיקורס!!! כ׳קען נישט קיין זוהר.
אלטע: אפשר א שווערע ירושלמי?
יונגע: איך בין א אפיקורס!!! כ׳קען נישט קיין ירושלמי.
אלטע: א שווער שטיקל בבלי?
יונגע: איך בין א אפיקורס!!! כ׳קען נישט קיין בבלי.
אלטע: א פסוק חומש?
יונגע: איך בין א אפיקורס!!! כ׳קען נישט קיין חומש.
זאגט דאס אלטע ״הער מיר גוט צו אינגערמאן, דו ביסט נישט קיין כופר, דו ביסט א פראסטע עם הארץ!!!!

פורסם:
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 12:14 am
דורך לעיקוואד
אה,אנטשולדיגס, כ'האב מיר טועה געווען, כ'האב געמיינט אז איך רעד דא מיט גרויסע קינדער, אזויווי נארמאל דא אין קאווע שטיבל. זעה איך אז נישט. זייטס מיר געזונט און שטארק. וכאילו לא אמרתי כלום.

פורסם:
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 12:19 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
קופערניקוס האט געשריבן:בענזשאמין, איינער, נישט סתם איינער נאר זאגאר דער גרויסער, ריז מטיל ספק אין דיין עצם חושש ההומאר. נפלה עטרת ראשנו!
די חובת השעה איז אז די זאלסט אוזר זיין כגיבור חלציך ווי שווארצנעגער ווען איינער קווענקלט אין זיין כח גברא, דערלאנג דעם יוסף הגדול א הומאר שויער אז ער זאל ענדליך שפירן דעם טעם פון פריזינג קאלטע הומאר אויף א נאקעטן קערפער אין א חשוון נאכט אין סאמע סיביר.
גאו בענדזשי, גאו, ברענג צוריק דיין פארשוועכטן כבוד!
און די מייסט טאקע אז פאר יעדע שמויגער וועל איך באוויזען מיינע ווינדער, גא'ט ברוך הוא האט אויך נאר איינמאל באוויזן זיינע ווינדער און פון דארט און ווייטער פארלאזט מען זיך אויף מסורה כמבואר ברמב"ן הידוע, און מיר זיינע קינדער פרואוון גיין אין זיינע וועגן.

פורסם:
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 12:39 am
דורך לעיקוואד
סתם אויב איינער איז אינטרעסירט אין אביסעלע היילגיע דעות פון ראשונים כמלאכים:
ראב"ע בהקדמה לתורה:
וכן האומרים שבראו להראות גבורתו לאדם, שהוא שורש יצירתו, והנה שמו תשובתם האמולה חלק קטן מהשאלה הגדולה, כי יש ראיות גמורות, לאשר עיניים להם ולא עוורות, כי היישוב חצי שישית הארץ באמונה, וכולה כנקודה אל המסבה אשר אליה נתונה,ואף כי המסבה העליונה.
ספר מורה נבוכים - חלק ג פרק יג
הרבה נבוכו דעות השלמים בבקשת תכלית זה המציאות מה הוא...דע, שאין דרך לבקש תכלית לכלל המציאות..
וכן יחשבו שתכלית המציאות כולו - מציאות מין האדם לבד, לעבוד את האלוה, ושכל מה שנעשה אמנם נעשה בגללו, עד שהגלגלים אינם סובבים רק לתועלותיו ולהמציא צרכיו, וקצת פשוטי ספרי הנביאים יעזרו זאת המחשבה הרבה, "לשבת יצרה", "אם לא בריתי יומם ולילה - חקות שמים וארץ לא שמתי", "וימתחם כאהל לשבת". ואם הגלגלים היו בעבור האדם, כל שכן שאר מיני בעלי החיים והצמחים. וזה הדעת כשיחקר, כמו שצריך למשכילים שיחקרו הדעות, יתבאר מה שבו מן הטעות. והוא שיאמר למי שיאמין זה, שהכל מפני זה התכלית, כלומר, מציאות האדם, האם הבורא יכול שימציאהו מבלתי אלו ההצעות כולם, או אי אפשר שימציא אלא אחריהם? ואם יאמר שאפשר ושהאלוה יכול להמציא אדם מבלתי שמים, על דרך משל, יש לשאול, אם כן מה תועלתו באלה הדברים כולם, אחר שאינם התכלית, אבל הם מפני דבר שאפשר המצאו מבלתי אלה כולם? ואפילו אם היה הכל מפני האדם ותכלית האדם - לעבוד האלוה, כמו שנאמר, השאלה קימת - והיא, מה התכלית בהיותו עובד, והוא ית' לא יוסיף שלמות אם יעבדוהו כל מה שברא וישיגוהו תכלית ההשגה, ולא ישיגהו חסרון אם לא יהיה זולתו נמצא כלל? ואם יאמר, אין זה לשלמותו, אבל לשלמותנו, כי הוא הטוב לנו והוא שלמותנו - התחיב השאלה בעצמה, ומה תכלית מציאותנו בזה השלמות? אי אפשר בהכרח מבלתי שיגיע הענין בנתינת התכלית אל "כן רצה האלוה", או "כן גזרה חכמתו", וזהו האמת. וכן תמצא 'חכמי ישראל' סדרו בתפילותיהם באמרם, "אתה הבדלת אנוש מראש ותכירהו לעמוד לפניך, כי מי יאמר לך, מה תעשה? ואם יצדק מה יתן לך?". הנה בארו שאין שם תכלית, אלא רצון לבד. ואחר שהענין כן, ועם אמונת החידוש, אי אפשר מבלתי שנאמר, שיכול היה להמציא בחילוף זה הנמצא, סיבותיו ומסובביו - תתחיב ההרחקה להמצא כל מה שנמצא זולת האדם ללא תכלית כלל, אחר שהתכלית האחד המכוון, והוא האדם, אפשר המצאו מבלתי אלה כולם

פורסם:
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:42 am
דורך איינגעמיירעט
לעיקוואד איך האב דיר שוין געשריבען אז יעדער ווייסט פון דיע מורה האסט נישט ערפינדען אמעריקא, און איך האב דיר שוין געשריבען אז דאס איז נגד הונדרעטע חז״לן,און מקרא,און טאקע וועגען דעם טרעפ מיר נישט קיין איינע פון די ראשונים און אחרונים עס אראפברענגען,און בעליוו מי זיי האבען אוכט געוואוסט פון דיע מורה.
שנית טרעף מיר איינער פון די ראשונים וואס זאגען אז און די מין אנושי איז נישט די יודען די עיקר.
לעיקוואד אונז בוי מיר שיטות אויף תורת חז"ל און טאקע און פירוש המשניות וואו די רמב״ם פארט נאר מיט חז״ל שרייבט ער אנדערש.
ווען איך וועל האבען מער צייט וועל איך צוברענגען מער.
כמעט איעדע הקדמה פון די ספרי ראשונים והאחרונים פאנגט זיך אהן מיט ארויסברענגען אז די תכלית הבריאה איז ישראל והתורה,און גיין שרייבען אזאך נגד כל גדולי ראשונים ואחרונים,און שרייבען אז גאט גייט נישט אהן דיע תורה ומצוות פון אונז יודען איז ריכטיג כפירה. און אויב די האלטסט אזוי ביסטו א כופר און תורת משה,און איך האף אז מיינע קינדער דרייען זיך נישט און דיינע ד׳ אמות.

פורסם:
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 10:57 am
דורך לעיקוואד
גיי שריי אויף דער רמב''ם אז ער איז א כופר, וואס ווילסטו פון לייקוואד האבען?

פורסם:
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 12:40 pm
דורך big joe
חקירה מיט סייענס זענען צוויי זאכען וואס אינז קענען זיך נישט פארלאזן אויף פריעדיגע, ווייל אינז ווייסען מער פון זיי. (אינז ווייסען אלעס וואס זיי האבן געשריבן, און זאכען וואס מ'איז שפעטער אויפגעקומען מיט)
ממילא לערנען ראשונים בעניני חקירה איז גוט, אבער אויב האט אינז די רמב''ם געלערנט עפעס איז דאס אז מ'דארף אויך אליין האבן critical thinking

פורסם:
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 1:03 pm
דורך לעיקוואד
איך האב נישט געזאגט מ'דארף גלייבען וואס דער רמב"ם האט געזאגט ווייל ער האט עס געזאגט, נאר אז עס איז נאריש און עמאראציש צו שרייען אפיקורס אויף איינער וואס האלט סך הכל ווי דער אב"ע און דער רמב"ם.

פורסם:
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 1:26 pm
דורך big joe
@לעיקוואד איך בין מסכים %100
די מושג 'כופר' מיינט היינט אז מ'טראכט אנדערש ווי די היינטיגע איסטעבלישמענט הייסט טראכטן
לענ''ד איז די היינטיגע חורבן א תולדה פון נישט לערנען crtical thinking די מנהיגים האבן שוין אויך מורא צו טראכטן out of the box