חרדים און עטיקעט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2320 מאל

חרדים און עטיקעט

שליחה דורך נהורא נפישא »

ווי באקאנט זענען חז"ל זייער מפליג איבער די וויכטיגקייט פון זיך פירן בדרך ארץ ד"ה לויטן נימוס פון די געזעלשאפט אין וואס מיר געפונען זיך דערפאר וואלט אפשר געווען כדאי אויסצושמועסן עטליכע פונקטן איבער די אויפפירונג פונעם טיפישער חרדי וואס מאכט דערמיט הייבן אפאר אויגן ברעמען אדער מאכט גלאט אזוי פון זיך געלעכטער ווען געפונענדיג זיך אין עפענטליכע פלעצער ווי אין באנק אירפארט פליגער וכדומה
מיר אלטץ א קאלעקטיווער געמיינדע האבן זיך נישט וואס צו שעמן מיט אינזער גוטהארציגקייט און אינזער גרייטקייט צו צושטיין איינער דעם אנדערן אין פאל ס'פארלאנגט זיך עכ"ז איז אין די זעלבע צייט וויכטיג אויפמערקזאם מאכן וויאזוי מקען זיך לערנען צו פארבעסערן זיך אויפצופירן אין איינקלאנג פון א נארמאלן ציוויליזירטן געזעלשאפט
די סיבות צו אינזער נאכגעלאזטע אויפפירונג איז פארשטייט זיך פילפאכיג אריינרעכענדיג דעם פאקט אז מהאט אינז פשוט נישט אויסגעלערענט פארקערט גאר מיר זענען אויפגעוואקסן מיטן צוגאנג אז ס'קומט אינז אלעס מיר זענען געשולט וויאזוי ארויסצוקוועטשן די מאקסימום פון יעדן בענעפיטירנדן צושטאנד אן האבן די נויטיגע סענסעטיוויטעט זיך צו רעכענען מיט אן אנדערן
צום באדויערן היינט אין אן אפען וועלט איז דא גענוג און נאך וואס פארשמירן אינז אויף די בלאגס און אנדערע וועבזייטלעך מיטן פיינדליכן ציל צו שעדיגן אינזער רעפוטאציע טא פארוואס זאלן מיר אריינשפילן אין זייערע הענט פארוואס זאל מען נישט אין די טעג וואס איז א זמן פון תשובה ותיקון המעשים זיך פארנעמן זיך צו בעסערן אינדעם הינזיכט מונע צוזיין דעם גרויסן חילול כבוד שמו ותורתו
איך וועל פרובירן צו געבן עטליכע עקזעמפלאן און גלייכצייטיג טוה איך בעטן דעם עולם אנטיילצונעמן מיטן מיטטיילן זייערע אייגענע ערפארונגן איבער די נושא
דא האט איר עטליכע דוגמאות
איבערהיפן מענטשן וואס שטייען אין א רייע ביים באנק וכדומה
לאזן צוקלאפן די טיר אין פארענט פון יענעמס נאז
פארגעסן זיך צו באדאנקן ווען עמיצער ווייזט ארויס אז ער רעכענט זיך מיט דיר
איבערדרייען א פליגער וועגן דאווענען אדער אנדערע רעליגיעזע צוועקן
אביוזן שטאטישע פראגראמען
אביוזן רעגירונגס פראטעקציע
קויפן אין דיפארטמענט סטארס על מנת דאס צוריק צוגעבן פאר די ריטורן דעדליין לויפט אפ
זיך דרייען אויף נישט אן הייגיענישן מצב בפרט ווען מאיז געצוואונגען צו זיצן מיט נישט היימישע
זיך נישט רצח'נן ביים ארויפגיין אויף א באס
ארומווארפן די גאס מיט פאשקעווילן כאלו סאיז יענעמס דיינונג רום
גראגערן מיט הויעכהילכערס איבער די גאסן שעות נאכאנאנד פאר פאליטישע צוועקן
פייפן ווען אימער ביים דרייון בפרט אין א צייט ווען מ'לייגט די קינדער שלאפן
שרייבן ליגענטס און פארפירערישע אינפארמאציע אין חרדישע צייטונגן אין די צייט ווען סאיז נישטא ווער סזאל טוען די fact checking
זיך ארומשלאגן צו מאכן אויסנאמען פאר אינזערע געגענטער ווצבש"פ בייקלעינס אין וויליאמסבורג
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נהורא נפישא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)

דער אשכול פארמאגט 49 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר