אכשר דרא?! אשתגע דרא!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 14, 2017 1:46 am

ליטוואק, פאוואליע.
שמחת חתן וכלה ביי חסידים איז נאך עניטיים אזוי לעבעדיג ווי ביי די ליטוואקעס, מיטן אויסנאם פון די מנהג אז כיצד מרקדין לפני הכלה מיינט מען אלע בחורים....

ביי ענק איז דאך נישטא קיין "מצוה טאנץ". דאס איז א הוספה וואס חסידים האבן צוגעלייגט וויל עס איז מבואר אין ספרי חסידות די געהויבענע עת רצון. מוזט עס נישט איינפירן ביי ענק אויכעט, אבער פארוואס באשולדיגסטו חסידים אז זיי זענען מבטל שמחת חתן וכלה און פארוואנדלען די גאנצע נאכט ווי א תשעה באב סיגוף?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14449
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16485 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16945 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » דינסטאג פעברואר 14, 2017 1:59 am

האלא, עס איז ידוע לכל אז ליטוואקעס (בחורים) טאנצן מיט פיל מער עקסטאז ווי רוב חסידים. (חוץ קארלין און לובאוויטש). און ווי אויך די ליטוואקעס מאכן א שטארקער מצב ארום דעם חפצה של מצווה (בדומה צו רוב ספרדים) ביי א חתונה איז דער חתן כלה, און שמחת תורה איז עס די ספר תורה. זיי זענען מער שפילעדיג דערמיט.

עס קוקט אויס אז חסידים וואס זענען געוואוינט צו טאנצן אפט באופן שוויוני בדיבוק חברים, זיי זענען געווען די וואס האבן אפגעקערט פונעם אלטן טראדיציאנעלן שפילעדיגן עקסטאז ארום דעם חפצה של מצווה.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1547 מאל

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 14, 2017 4:59 am

שמעקעדיג, דו מאכטס א טעות. חסידים האבען נישט צוגעלייגט א מצוה טאנץ. ליטוואקעס האבען עס אויך (ביז די נייע פרומע עפאכע). פראסט און פשוט, די כלה קומט אריין ביי די מענער, דער חתן זעצט זיך דערלעבען און דער עולם טאנצט ארום זיי א שטיק צייט. קונסטליכער מאכען זייער קונסט ארבעט דעמאלס וכדו׳. און דער שמייכעל וואס ס׳לייגט אויפ׳ן כלה׳ס געזיכט, איז גאר א דערהויבענע זאך. דאס האבען חז"ל און די מקורות געמיינט ביים דערהויבענקייט פון א מצוה טאנץ. דאס פרייליך מאכען א חתן כלה ביום שמחת לבם.

געקומען זענען די פרומאקעס און אויסגעליידיגט א ריין הייליגע מושג פון איהר תוכן. און מ׳איז אזוי צוגעוואוינט צו דער קרומקייט אז מ׳מיינט אז דאס איז גאר די אריגינעלער זאך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5985
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5675 מאל

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 14, 2017 9:01 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נאך א שאלה. פארוואס האט מען געלאזט די בחורים בלייבען צום מצוה טאנץ?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נאך א שאלה אריינגעפאלען אין קאפ. פארוואס דעקט ער צו די אויגען? די ווייבער זענען דאך נישט דארט. אפשר פון די מענער?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5985
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5675 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג פעברואר 14, 2017 10:07 am

יעלה ויבא האט געשריבן:בילד

lead, follow, or get out of the way

קומענדיגע דורות וועט מען לערנען מיט די קינדער אז שלמה המלך האט געהאט טויזענט בענקלעך פון ווייבער שול...
הגה״צ ר׳ מאיר שפירא זצ״ל ר״מ חכמי לובלין אויפוואקסענדיג אין שאץ וואס איז נאנט צו וויזניץ האט זיך אסאך געדרייט ביים אהבת ישראל און זיך געהאלטן פאר א שטיקל תלמיד, ער האט געזאגט ״עבודה האב איך מיך אויסגעלערנט אין וויזניץ״. ער האט זיך כסדר מזכיר געוועהן ביי אים און געבעטן די סב״ק הסכמה אויף
זיין ספר.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4465
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2543 מאל

הודעהדורך וואלווי » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 1:20 pm

די צייטונג ברענגט דער בילד און שרייבט אונטערדעם אז די כלה איז געבליבען אין ווייבער שול צוליב דער "געדרענג"...

זעט אויס די צייטונגע האט גע'גנב'ט סטעף פון דער בלאט
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1489 מאל

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

הודעהדורך החוקר » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 3:46 pm

אויב איז געווען אזוי ענג, איז נישט בעסער צו לאזן די כלה אינדערהיים, אזוי שפארט מען נאך אפאר פארציעס עסן. די עיקר דער רבי מיט חסידים זענען דארט.
החוקר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 468
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 277 מאל

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 5:23 pm

ענדעריש לאזען די כלה דארט און דער רבי אינדערהיים

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5985
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5675 מאל

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

הודעהדורך החוקר » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 5:26 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ענדעריש לאזען די כלה דארט און דער רבי אינדערהיים

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

געווען בדרך צחות.
החוקר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 468
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 277 מאל

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 5:36 pm

איך אויך

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5985
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5675 מאל

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

הודעהדורך יהודי פשוט » מוצ"ש פעברואר 18, 2017 9:42 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:איז דאס טאקע ביים חתונה נאכט? אדער א נאכט בעפאר ביי די ארימע חתונה? וויל איך זעה א חלק אידן מיט היטן. ווי אויך אין רוב זאלן זענען נישט פאראן קיין ווייבער שולן, אחוץ אויב די חתונה איז פארגעקומען אין א ביהמ"ד.

דאס איז נישט ביי די חתונה נאר ביים צענטראלן שבע ברכות וואס די קהילה מאכט, און אזוי איז געוועהן די מנהג אין קרעטשניף אז ביי יענעם שבע ברכות טאנצט די רבי מצוה טאנץ
מילה בסלע שתיקה בתרי!
יהודי פשוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 217
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

הודעהדורך דורכגעטראכטער » מוצ"ש פעברואר 18, 2017 11:56 pm

שבת אחים האט געשריבן:
יעלה ויבא האט געשריבן:בילד

lead, follow, or get out of the way

קומענדיגע דורות וועט מען לערנען מיט די קינדער אז שלמה המלך האט געהאט טויזענט בענקלעך פון ווייבער שול...

די ווייפיי אין שיל האט נישט געארבעט!
דורכגעטראכטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 24, 2015 8:33 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

הודעהדורך קומזיץ » מיטוואך פעברואר 22, 2017 9:54 pm

רבותי מיר זענען אזוי אפגעהיטן פון יעדע חשש הרהור אז ס'איז געקומען די צייט מ'זאל שוין מער נישט ארויפלייגן די בילדער פון רבנים און עסקנים
די שיינע שטריימלעך מיט די קאלירטע בעקיטשעס און די שיינעדיגע פנימ'ר האבן שוין ליידער צוגעברענגט אסאך מכשולות .... :D :D
בייגעלייגטע פיילס
20170222_201200-1305x734.jpg
קומזיץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

הודעהדורך diff » דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 3:18 pm

וואס!

בילד
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך וואלווי » פרייטאג אוגוסט 04, 2017 3:00 pm

diff האט געשריבן:וואס!



גארנישט אזא אשתגע דרא. זיי זענען היבש גערעכט (אויב ס'איז אן עכטע סיין...)
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1489 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » פרייטאג אוגוסט 04, 2017 6:09 pm

וואלווי האט געשריבן:
diff האט געשריבן:וואס!


... (אויב ס'איז אן עכטע סיין...)


אוודאי נישט
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3786
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6827 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4542 מאל

הודעהדורך diff » זונטאג אוגוסט 06, 2017 7:51 am

בילד
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך diff » זונטאג אוגוסט 06, 2017 8:46 am

בילד
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך diff » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 5:36 am

בעולמם של חרדים

ר' יואל מסאטמאר היה חכם אסר ללמוד דף היומי וללכת לכותל שאם חלילה מישהו בסאטמאר יתפקר הוא ילמד דף היומי ויילך לכותל רח"ל

מאת סאטמארער

געווען גאר א קלוגער איד דער סאטמארער רב ז"ל. ער האט גע'אסר'ט צו גיין צום כותל און צו לערנען דף היומי. ער האט עס געטאן בכוונה תחלה, אז ווען א סאטמארער חסיד וועט וועלן אפפארן פון אידישן וועג וועט ער גיין צום כותל אדער לערנען דעם דף און זיין זיכער אז ער איז א גוי גמור, ערגער ווי א בועל ארמית אין יום כיפור. ס'זענען דא היינט צענדליגער עקס-סאטמארער וואס גייען צום כותל און לערנען דעם דף און שטראלן פאר שמחה יעדעס מאל וואס זיי טוען דאס.

לעצטנס האב איך געזען א פעיסבוק פאוסט פון א משפחה מיטגליד פון סאטמאר רב, אן אייניקל פון זיין יורש, האט ער געשריבן אז ער איז יעצט ביים כותל און איז גערירט ביז טרערן. עטליכע וואכן פריער האט ער נאך שטאלצירט אז ער גייט עסן חזיר, און דא איז ער ביים כותל און וויינט פאר שמחה טראכטנדיג אז זיין עלטער פעטער וואלגערט זיך אין קבר פון גרויס צער. פרעג איך אייך, איז דער סאטמארער רב נישט געווען קיין חכם?

פון די אנדערע זייט זענען פאראן צענדליגער סאטמארער, געוועזענע סענדז סטריט תלמידים, וואס זענען נאך שטאלצע סאטמארער, זיי קימערן זיך קנאפ איבער אידישקייט. אבער ווען זיי הערן דאס ווארט כותל גייען זיי ניסלעך. ווי יענער איד וואס האט געקוקט טעלעוויזיע אין א שענק (באר) ווען פלוצלינג איז ארויסגעקומען א בילד פונעם כותל. ער האט געכאפט א בעיסבאל בעט און צעשמעטערט דעם סקרין. אזוינע רשעים די ציונים, דאס ערגסטע וואס זיי האבן געקענט טאן איז בויען דעם כותל.

אקעי דאס איז א וויץ, אבער כ'קען באמת א איד, שוין א מגולח וואס שיקט שוין די קינדער אין א היברו דעי סקול, אבער ער האט געווארנט ליפא שמעלצער אז אויב לייגט ער אריין א ניגון איבער'ן כותל קויפט ער נישט זיין סי-די. מיט'ן בארד און גיהנום ניגון האט ער נישט קיין שום פראבלעם. פרעג איך דיר, פון וועלכע תלמידים האט דער סאטמאר רב מער הנאה.

אגב, דער סקווערער רבי ז"ל האט געהאט אן אנדערן מהלך אין אידישקייט, וואס איז אויך זייער עפעקטיוו; ער האט געמאכט זיינע חסידים גיין מיט די קליינטשיגע סקווערער פאה'לעך, רונדעכיגע טלית קטנ'ס און שטיוול אום שבת.

כ'טרייב נישט קיין ליצנות. ס'זענען פאראן הונדערטער סקווערער "באמס" וועלכע גייען מיט לאנגע געקרייזלטע פיאות, און זענען זיכער אז זיי גייען גיין אין גיהנום דערפאר. דא ארבעט ביי אונז אין אפיס א יונגערמאן וואס האט אראפגעלאזטע נאטור-באאוילטע פיאות, א וועסטל מיט א פארקער פען אריינגעשטעקט אין די קעשענע, און אונטער דעם א גרויסן וואלענעם שמוציגן טלית קטן, מיט א V שניט, אנשטאט א סקווערער שניט. זאגט ער מיר בהאי לישנא. "מענטשן וואס קוקן מיך אן און זעען וויאזוי איך קוק היינט אויס קענען נישט גלייבן אז א יאר צוריק בין איך נאך געווען פרום..."
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 7:10 am

פליז, דו מיט איש הערטס אויף אנצוחזרן ק''ש מיט בחדרי און שאול תחתית דרעק. מען האט שוין גענוג מאל געבעטן אז ווער עס זוכט די מינע סחורה ווייסט אליינס די אדרעסן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5307
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 6793 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2374 מאל

הודעהדורך diff » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 7:25 am

diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 2:13 pm

געוואלדיג האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
diff האט געשריבן:וואס!


... (אויב ס'איז אן עכטע סיין...)


אוודאי נישט

געוואלדיג: ס'איז אבער א גוטער דמיון וויאזוי דער מצב וואלט אויסגעקוקט אויב די חילונים זאללן אננעמען אונזערע סטענדערדס פון זאגן דיעות פאר א צווייטן. מיט וואספארא רעכט קענען אזוי-גערופענע קנאים זאגן דיעות פאר פרייע חברה. און זיי איינטיילן וויאזוי זיי זאללן גיין אנגעטון...! דער ווילדער קנאי פון בית שמש וועלכער שפייט אויף א קליין מזרחי'סטיש מיידל פון אכט יאר און אויף איהר מאמע. ער מוז דאך נישט קוקן וויאזוי די נשים גייען אנגעטון...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10138
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6359 מאל

הודעהדורך diff » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 5:48 pm

בילד
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך diff » זונטאג אוגוסט 20, 2017 5:58 pm

הרבי הזהיר: אסור לטייל עם האשה ברחוב

במהלך סעודת יארצייט שערך האדמו"ר ממכנובקא-בעלזא, הורה לחסידיו "לטייל יחד עם האשה ברחוב הוא דבר האסור על פי שו"ע"
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 1:54 am

עצה טובה מ'בערל בעל העגלה. הרבי שליט"א יתעסק במצות ובעבירות יותו נחוצות לעם ישראל. מאשר בשטויות האלו. מ'הסחורה הזו יש לנו יותר ממספיק. אנחנו צריכים מישהו נורמלי שינהג את עם ישראל. או חלק ממנו...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10138
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6359 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט