אכשר דרא?! אשתגע דרא!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4713 מאל

אכשר דרא?! אשתגע דרא!

שליחה דורך יידל »

יא, איך ווייס אז עס זענען פארהאן א טוץ אשכולות איבער דעם נושא, און ס'איז שוין אזוי צוקייעט געווארן דא אין שטיבל אזש מ'מאלט שוין וואסער ווען ס'קומט צום טעמע פון אכשר דרא. דאך, שפיר איך אז מיט די לעצטע ניי-אויפגעקומענע חומרא/משוגעת איז מען אריבער אלע גרעניצן און וויבאלד די נייע "חומרא" קען האבן ערנסטע קאנסעקווענצן לרע עפן איך אויף א נייער אשכול, און אז די גבאים שפירן אז עס איז נישט ריכטיג קענען זיי מצרף זיין דעם אשכול מיטן אכשר דרא אשכול מיסודו של שרגא.

די מעשה איז אזוי. אין וויליאמסבורג ארבעט שוין יארן א געטרייער דאקטאר מחסידי אומות העולם, דר. שאנדו פאטעל. די וואס זענען באקאנט אין די ענינים ווייסן אז דר. פאטעל איז פון די גרעסטע דאקטוירים, אויב נישט דער גרעסטער דאקטאר, אין וויליאמסבורג. דר. פאטעל האט שוין דיאגניזירט צענדליגע אידן מיט קענסער ווען אנדערע דאקטוירים האבן דאס פארזען, דאקטער פאטעל האט שוין געראטעוועט דאס לעבן פון הונדערטע אידן בלי שום גוזמא. אפגעזען פון דר. פאטעל'ס סיבות פארן דינען אין וויליאסמבורג אנשטאט זיך ארויפארבעטן אין א גרויסן שפיטאל (וואס ער וואלט גראדע געקענט טון אלס זיין קפאליפיקאציעס אויס נאר צוליב סיבות שאכמ"ל קען ער דאס נישט טון), נעמט דאס נישט אוועק פון דעם פאקט אז דער מענטש האט געטריי באדינט און טוט ווייטער געטריי באדינען דעם וויליאמסבורגן ציבור, און איז בלי שום ספק בגדר חסיד אומה"ע.

עס איז ווי פארשטענליך אז דר. פאטעל, דינענדיג אונזער ציבור פאר צענדליגע יארן, האט זיך באקענט מיט אונזער פאלק פון דער נאענט. דר. פאטעל ווייסט פון פסח און פון פורים, פון חנוכה און פון סוכות. און יא, פון א דאקטער קען מען זעט אויס גארנישט באהאלטן, ווייל דר. פאטעל קען אויך יעדן פאליטיק און וויליאמסבורג, פון ארוני/זאלוני ביז פריוואטע משפחה געפעכטן. גלייבטס מיר, ווען דר. פאטעל שרייבט ווען א בוך איבער וויליאמסבורג וועט ער האבן צו פאקן סחורה ווי גאלד (אדער סחורה ווי גללים, געווואנדן פון וועלכע פערספעקטיוו איר קוקט עס אן).

און יעצט צום פונקט. דר. פאטעל האט לעצטנס באשלאסן צו רעטייערן און פארמאכן זיין דאקטער'ס אפיס. מען האט זיך שטארק געבעטן ער זאל בלייבן, און אין די ענדע האט ער אויסגעארבעט אן אפמאך מיט ODA אז ער וועט דינען אלץ הויפט פון זייער פידיאטריק יוניט, און אלע אנדערע דאקטוירים וועלן דינען אונטער אים. אן אפמאך וואס איז זה נהנה וזה נהנה וזה נהנה, דר. פאטעל בלייבט אין דאקטעריי, וויליאמסבורג קען ווייטער געניסן פון דר. פאטעל און ODA קען זיך אויפטון מיט דעם לעגענדארישן דאקטאר.

פארשטייט זיך אז ODA נוצט אויס די געלעגנהייט פאר זייער PR, און נוצט דר. פאטעל זיך צו אדווערטייזן. לכאורה, נישט קיין שלעכטער זאך. דר. פאטעל האט לכבוד דעם אדווערטייזמענט זיך געלאזט כאפן א בילד מיט א פראפעסיאנאלעם פאטאגראפירער און געשריבן א קליין בריוול צו די זייט, און מ'האט פון דעם געמאכט א הערליכן אדווערטייזמענט. אבער ווען דער אדווערטייזמענט איז אנגעקומען צום אפיס פון דבר יום ביומו, האבן זיי (אדער אפשר איז עס נאר א יחיד, נישט קיין נפקא מינא) באשלאסן אז וויבאלד דר. פאטעל איז דאך א דאקטער און אויף דאקטוירים שטייט דאך אז טוב שברופאים לגיהינום, נו, קומט דאך אויס אז דר. פאטעל איז א רשע. אויב אזוי, וויאזוי קען די תורה-טרייע פלוג-בלעטעל פון וויליאמסבורג, לוחם מלחמת הקודש, "דבר יום ביומו" מכשיל זיין חלילה טויזענטע וויליאמסבורגע אידן מיטן עובר זיין אויפן איסור נורא פון אסור להסתכל בפני רשע? אומר ועושה, מר. דבר יום ביומו האט זיך נישט געפוילט נאר תיכף ומיד געעפענט ODA'ס אדווערטייזמענט אין פאטאשאפ, סעלקטירט דעם בלור קנעפל און זיכער געמאכט אז ס'זאל חלילה נישט איבערבלייבן קיין שריד ופליט פון אפילו איין פיקסל פון דר. פאטעל'ס פנים. שמח וטוב לב, האט מען געשיקט דעם בלעטל צום דריקער און אזוי איז עס פארשפרייט געווארן אין אלע וויליאמסבורגע בתי מדרשים.

עס איז ביי מיר ברור הונדערט און איין פראצענט אז דער צעטל וועט אנקומען צו דר. פאטעל. און איר קענט זיך אלע אליין פארשטעלן וואס זיין רעאקציע וועט זיין. איך זאג נישט אז עפעס ערנסט וועט געשען. אבער פארוואס אין די וועלט דארפן מיר אויפרעגן דעם געטרייען דאקטער וואס באדינט אונז שוין צענדליגע יארן? ווי אין די וועלט נעמט א אינגערמאן דאס טיפשות הלב אויסצומעקן די פנים פון א מענטש וואס האט שוין געראטעוועט דאס לעבן נישט פון איין נאר פון צענדליגע אדער אפילו הונדערטע אידישע קינדער? וואס די מצוה איז ראנג מיט אונז?

איך האף אז מיט דעם בין איך יוצא ידי חובת מחאה. איך האב אריינגערופן אין אפיס פון דבר יום ביומו און געלאזט א מעסעדזש אויסדרוקענדיג מיינע דברי מחאה אויף דעם רשעות'דיגן און טפשות'דיגן אקט, און איך פאדער אויף מיינע פריינט דא אויף קאווע שטיבל אויפצוהייבן א טעלעפאן אדער אפשרייבן אן אימעיל און אויסדרוקן אייער אנטריסונג מיט דבר יום ביומו'ס אויפפיראכטס. זייער טעלעפאן איז 718-384-4631 און זייער אימעיל אדרעס איז Ads@DvarYoim.com .

drpatel.jpg
drpatel.jpg (243.74 KiB) געזען געווארן 9542 מאל
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 309 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר