א'ני ל'עזאזל ו'אשתי ל'אומאן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

א'ני ל'עזאזל ו'אשתי ל'אומאן

הודעהדורך ברסלבער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 4:53 pm

מי שגמלך טוב הוא יגמלך כל טוב סלה! - האט אפגעהילכט דאס קול פונעם עולם נאכפאלגענדיג מיין ברכת הגומל נאכן זיך צוריק קערן פון אומאן ראש השנה. פון דאן ביזן נאכן דאווענען זענען שוין געווען א צוויי-דריי צענדליג אויגן אנגעוואנדן צו מיין ריכטינג ביז נאכן דאווענען.
גלייך נאך עלינו נאך איידער כ'האב עספיעט צו זאגן לדוד ה' אורי האט זיך אנטוויקלט א קופקע ארום מיר און עס האט זיך אנגעהויבן די קרייץ-פארהער.

..וואס איז די גומל בענטשן? ביזט געווען אין אומן? (ניין, כ'בין אקארשט ארויס פון תפיסה... כ'מיין, וואס פרעגסטו?)
..זאלסט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס. דא קען מען זיך נישט אויסבעטן? נאר אין אומן?
..אה. האסט נישט קיין געדולד צו די היזיגע פרעשור ביזטו געפארן קיין אומן זיך אויסצולופטערן?
..נו, ווי אזוי האסטו דיך ענזשויט? ס'איז געווען אסאך פאָן?
..דיין ווייב האט דיך געלאזט פארן? אה דו האסט איר סתם אזוי אין בוידעם?
איינער דארט אין די זייט, אביסל א שעמוועדיגער, האט זיך איינגעהאלטן פון צו זאגן עפעס, אבער מען האט קלאר געקענט זעהן אז עס ליגט אים עפעס א גוטס אויפן צינג, און נאך עטליכע מינוט האט ער דאס ארויס געזאגט – "מען זאגט דאך אז אלול איז ראשי תיבות אני לאומאן ואשתי לעזאזל", ווען ער דרייט זיינע פאות צוצודעקן זיין מויל משום אסור למלאות פיו שחוק.

איך האב מיך פארענטפערט אביסל: "וואס זאל איך טוהן? איך האב באמת נישט געוואלט גיין נאר מיין ווייב האט מיר זייער שטארק געבעטן. וואס טוט מען נישט פאר שלום בית?" און מיט דעם האב איך געהויבן מיין טלית-זעקל אינאיינעם מיט די פיס און ארויס שפאצירט פון בית המדרש. כ'מיין, עס איז ממש א שאד די שפייאכטס זיך צו נעמען טענה'ן מיט מענטשן וואס זענען ממילא נישט אינטערסירט צו הערן וואס איך האב צו זאגן. פארוואס ווען איך קום ווען צוריק פון בעלז און גור אין ארץ ישראל וואלט מען מיר נישט פארגעהאלטן? פארוואס ווען איך קום צוריק פון ל"ג בעומר אין מירון וואלט מען מיר נישט פארגעהאלטן? און סתם אזוי ווען איך וואלט געפארן מיט חבירים אויף פלארידע אדער סיי וואו, וואלט איך אויך נישט באקומען אזא ברוך הבא. נאר ווייל מיר האט געשיינט צו פארן אויף אומאן באקום איך אזא אויפנאמע? איך פארגין זיי נישט די הנאה אז איך זאל זיך צוריק טענה'ן מיט זיי, זאלן זיי בלייבן מיט די קשיות אין בויך, און איך וועל טוהן ווי אזוי איך פארשטיי צו טוהן, און בכלל האלט איך אז די אלע חברה זענען מיר פשוט מקנא, זיי וואלטן אויך געוואלט פארן נאר זיי האבן נישט די קוראזש.

דאס איז ביהמ"ד, אבער דא אין שטיבל שפיר איך זיך מער באקוועם, און איך פיל אז דא קען איך יא ארויס זאגן דעם אמת פארוואס איך בין טאקע געפארן אויף אומן.


לאמיר קודם אביסל באטראכטן פון די נאנט ווי שטארק דער עולם ענדזשויט זיך אין אומן. אזא ענדזשוימענט וואונטש איך פאר אלע שונאי ישראל, אנגעהויבן ביים ערלעדיגן אלע צרכי הנסיעה, זוכן א גוטע טיקעט, א פלאץ צו שלאפן אין עסן, דאס פארן אליין מוטשעט אויס אלע ביינער, אזוי אז מען קומט שוין אן אויף קיוב נאר מיט א האלבע גוף און א ¾ נשמה, די לעצטע צוויי יאר איז מער נישטא קיין סטרעט פלייטס פון ניו יארק צו קיוב, מען מוז מאכן א סטאפ ערגעץ אינמיטן, דער סטאפ איז נאך א זאך וואס איז זייער שווער, צומאל איז עס גאר א קורצע סטאפ און מען דארף לויפן מיט די נשמה אין די נאז צו כאפן דעם נעקסטן פלייט, און עס מאכט זיך אסאך וואס פארפאסן די צווייטע פלייט דאס איז א באזונדערע גיהנום, און צומאל איז עס גאר א לאנגע סטאפ און מען איז סטאק אין ערעפארט וואס איז בכלל נישט קיין געשמאקע פלאץ צו פארברענגן, אין געוויסע לענדער קען מען כאטש ארויסגיין אויפן גאס אביסל אטעמען, אבער אין אנדערע לענדער לאזן נישט ארויסגיין פון ערעפארט אן א וויזע, דארף מען זיצן די פאר שעה אינעם טערמינעל, וואס מאנגעלט זיך היבש אין אביסל פרישע לופט.

און אזוי מיטן צווייטן פלייט, וואס איז געווענליך א קליינע פלייט וואס ווארפט זיך היבש, קומט אן אויף קיוב און מען ווארט אינעם לאנגן ליין צו זיגלן דעם פאספארט, צו קענען נאכדעם שטיין נאך א שעה צוויי און ווארטן אויף די פעקלעך, און ווי געווענליך נאך א שעה צוויי ווארטן בלייבן איבער א צען-צוואנציג חברה וואס האבן נישט באקומען די פעקלעך למחצה ולשליש, און דאן פארברענגן זיי נאך א שעה אריינצוגעבן א קלעים.

יעצט הייבט זיך אן די וועג פון קיוב אויף אומאן, מען דרייט זיך אינדרויסן פון רעכל צו מעכל צו צוזאמשטעלן א קאר אדער טענדער וואס פארט קיין אומן – א וועג פון דריי שעה – ביז מען האט שוין געטראפן א גרופע און מען טענה'ט זיך אויס מיטן רוסישן דרייווער אויף די געלט זאכן, עס פיהלט זיך ממש ווי אין דור הפלגה, ער פארשטייט נישט וואס איך וויל, און איך ווייס נישט וואס ער וויל, מען נוצט אלע כלי מכשירים וואס שטייען צו די האנט, פונעם געדינגענעם אומאן טעלעפאן ביז א פשוטן קאלקולעטער, ביז מען קומט זיך ענליך דורך אויפן פרייז און מען לאזט זיך ארויס אויף די נסיעה. אויפן וועג זיצענדיג צוזאמגעקוועטשט ווי סארדינען, הערט מען דברי ברכה פונעם דרייווער, מען ווייסט נישט פונקליך וואס ער וויל, מען טרייסט זיך אז מסתמא וואונטש ער אונז צו א גוט געבענטשט יאר, וואס קען דען זיין אנדערש? אבער אנקומענדיג עטליגע קילאמעטער פון אומאן ווערט מען געוואויר דעם סוד, דער דרייווער שטעלט זיין קאר אין די זייט, און ער פארט נישט ווייטער ביז ער באקומט נישט נאך אפאר דאלער, טייל הייבן זיך אן אמפערן מיט אים, אנדערע געבן אים דאס געלט, זאל עס פאר א כפרה, אבער מען זאל זיך שוין טרעפן אין אומאן.

אנקומענדיג קיין אומאן אונטען פונעם בארג אויף די בילינסקי גאס, שטייען דארט ווידער די מיליציע (פאליציי) און בעטן די פאספארטן (גיי ווייס פארוואס), און מען דארף שוין ווידער אנהייבן רעדן דור-הפלגה-שפראך מיט די גוים וואס שטייען דארט גרייט מיט די וועגעלעך וואס זיי האבן ספעציעל פראדוצירט לכבוד דעם יום טוב סעזאן, דארט קען מען שוין יא טרעפן אחד בעיר וואס קען אביסל רעדן ענגליש אדער עברית, און נאכן זיך דורכקומען מיט זיי שלעפט מען ארויף די פעקלעך יעדער צו זיין דעסטינאציע אין אומאן.

אזוי אז גלייך ביים אנקומען אין אומאן איז מען שוין אויסגעמאטערט ביז גאר, קיין צייט זיך אפצורוען איז נישטא, גלייך נאכן אויספאקן די פעק און זעק, לויפט מען אין מקוה און מען גייט צום ציון זאגן תיקון הכללי, און זיך באגריסן מיטן רבי'ן און זיך אויסבעטן א גוט יאר.

נאכדעם הייבט זיך אן די קייט פון תפלות וואס ציעט זיך שוין ביז מוצאי יו"ט, סליחות זכור ברית, תיקון הכללי עולמי, וידוי דברים ביים ציון, דערנאך די תפלות פון יום טוב, ווען אינצווישן פרובירט מען אריינצושטופן די סעודות, און נאך עספיען צו שלאפן כאטש עטליכע שעה.

דאס דאווענען דאווענט יעדער ערגעץ אנדערש, די וואס דאווענען אין קלויז האבן טאקע הנאה פון א שיינע ווארימע דאווענען מיט העליכע ווארימע בעלי תפלות, אבער מען דארף האבן גאר אסאך נערווען עס איבערצוקומען, מען דאווענט גאר לאנג, און איינמאל דו גייסט אריין אויף דיין פלאץ האסטו נישט קיין נארמאלע וועג ארויס ביז נאכן דאווענען, אויב מען מוז בהכרח ארויס גיין אינמיטן דאווענען דארף מען קריכן אויף קעפ.
איך האב געדאווענט ביי מוהרא"ש אין בנין המעגמעטער, גראדע גאנץ געשמאק, שיינע היימישע בעלי תפלות, ר' יואל ראטה דאווענט שחרית מיט א קאפעליע פון זיינע בחורים, און מוסף דאווענט איינער בוים אויך זייער שיין, און מען ציעט נישט אזוי אויס די נערווען, מען האט זיך געשטעלט 8 אזייגער און געענדיגט ביידע טעג 2:30.

דאס עסן איז א פרשה פאר זיך. ווי באקוועם מען פרובירט זיך צו מאכן וועט אייביג בלייבן גענוג אויף אפצוקומען אלע עבירות, איינער מאכט זיך באקוועם ער שלעפט נישט מיט קיין עסן, נאר ער קויפט א קארטל ביי שיינער, אבער ווי גוט זיי ווילן זיך צושטעלן האט דאס עסן יענץ טעם, און פון די גאנצע מעניו איז מען יוצא מיטן טונקען די חלה און עטליכע סארט דיפס, און ווען מען האט שוין אלעס פארזוכט און געזעהן אז עס נישטא עפעס גוטס, דעמאלט איז מען שוין סיי ווי זאט, אנדערע האנדלן זיך איין עסן פון איינעם לאנדאו וואס פארשפרעכט צוצושטעלן סעודות בטעם אמעריקאי, אבער במחילת כבודו, איך ווייס נישט פון וואו זיין טעם קומט, אבער פון אמעריקא זיכער נישט.
די וואס ווילן זיך יא אליין מיטשלעפן היימישע עסן פון ניו יארק, קומען אפ אויף אנדערע וועגן. קודם ביז מען פיגערט אויס ווי אזוי צו שלעפן דאס עסן אז עס זאל אנקומען בשלום און עס זאל נאך בלייבן ראוי לאכילה, יעדעס יאר קומט מען אויף מיט פרישע טאקטיקן ווי אזוי ליפערן דאס עסן עצהיו"ט, אבער מיט די אלע באווארענונגען, און אויב די מזל שפילט גענוג גוט אז די באקס עסן איז טאקע אנגעקומען, איז עס שוין אויך האלבוועגס צוקוועטשט, א חלק עסן קומט שוין אן רעדי צומאלן אז מען שפארט זיך איין דאס קייען, מען קען עס שוין גלייך אראפ שלינגען כמות שהוא.

א באזונדערע פרשה איז די מקוואות. די גרויסע מקוה קאסט די ביליגסטע אבער עס איז ממש א פחד אריינצוגיין, טויזנטער מענטשן קומען אויף איין מאל, אלע סארט מענטשן, און מען קען זיך פארשטעלן בערך ווי אזוי די מקוה קוקט אויס, איין נקודה טובה האט עס יא אז די שאוערס ארבעטן א מחי', און פאר און נאך יום טוב קען מען כאטש נעמען א גוטע שאוער דארט.
די לעצטע עטליכע יאר האט מען געבויעט נעבן קלויז א באזונדערע מקוה מיטן נאמען "טהרת ציון", א מקוה געמאכט נאר פאר היימישע אידן פון דאהי און פון אר"י, מען קען נישט קויפן אין אומן די קארטלעך דארט אריין צו גיין, מען מוז עס איינשאפן פון פאראויס ביי די היימישע בתי מדרשים. דארט איז טאקע בעסער ווי די גרויסע, אבער נאך אויך זייער ווייט פון גוט, עס איז אויך היבש איבערגעפילט. דאס יאר בין אין אריין דארטן ערב ראש השנה ביי חצות הארט נאכן עפענען די טיר, א פלאץ האב איך טאקע געהאט, אבער די גרויך און די קאליר מיט די מקוה זענען שוין דעמאלט געווען היבש אומדערטרעגליך, עס איז מיר געווען א גרויסע וואונדער ווייל אפיציעל האט מען דעמאלט געהאלטן גלייך נאכן טוישן דאס וואסער, גיי פארשטיי.
עס איז דא א היימישע מקוה פון ר' שמשון שווארטץ פון קר"י, אבער ער בעהט 100$ מקוה געלט פאר די וואך וואס מען איז דארט, איך פארשטיי פארוואס ער טוט עס, ווייל אויב נישט וועט ער אויך אויסקוקן ווי די גרויסע מקוה, אבער איך בין נישט גרייט צו צאלן די פרייז, דערנאך איז דא נאך קליינע מקוואות וואס בעטן 30-50 דאלער. איך בין געגאנגען אין די טהרת ציון מקוה, נאר איידער איך בין אריין האב איך געלאזט אלע מיינא פילינגס און חושים אינדרויסן ביי די טיר, און נאכן ארויס קומען האב איך עס צוריק גענומען, נאר אזוי האב איך געקענט סורווייווען.

פון די בית הכבוד'ס וועל איך נישט צופיל מאריך זיין מפני כבוד המקום, אבער בעסיקלי קען מען זיך פארשטעלן ווי אזוי עס זעהט אויס, און ווי אזוי די גרויך איז.

נאך יום טוב הייבט זיך אן די וועג צוריק, מער/ווייניגער אזוי ווי די וועג אהין, נאר איין חילוק איז אז דעמאלט איז מען שוין טאטאל צוזאם געבראכן און יעדע זאך איז טאפלט שווער, אזוי אז ווען דער ערעפלאן הייבט אן לאנדן אין ניו יארק, פילט מען זיך אזוי ווי דער שעיר לעזאזל זיך אראפ קייקלענדיג בארג אראפ, ווי די משנה זאגט "והוא מתגלגל ויורד ולא היה מגיע לחצי ההר עד שנעשה אברים אברים", ביינער וואס מען האט קיינמאל נישט געוואוסט אז עס עקזיסטירט בכלל, שטעלן זיך יעצט ארויס מיטן פולן פראכט, און לאזן זיך שפירן ביי יעדע קנייטש און דריי.

יעצט פארשטייט איר שוין דעם קעפל? יא אזוי ווי איר הערט: "א'ני ל'עזאזל ו'אשתי ל'אומאן" איך קום צוריק פון אומאן ממש ווי פון עזאזל אינגאנצן צוזאם געבראכן, און די בענעפיטס פון אומאן האבן נאר מיין ווייב און קינדער, זיי זענען דא געבליבן און איך האב פאר זיי אויסגע'פועל'ט א גוטע געבענטשטע יאר מיט זעק און פעק פון ישועות פאר די גאנצע יאר.

דאס אלעס קען מעיד זיין יעדער וואס עס געווען אין אומן, קיין פאן איז דארט נישט דא, קיין אינזשוימענט איז נישטא, נישט די גשמיות איז מסודר דארט, און אויך נישט די רוחניות, די קאפ איז נישט אויפן פלאץ, רוב מאל איז מען פארשטאפט, מען קען זיך אפילו נישט אויסוויינען געהעריג, און האבן די געשמאקע געפיהל אז מען האט זיך גוט אויסגעבעטן.

יותר ויותר ממה שקראתי לפניכם קען איך נאך מאריך זיין, נאר עס איז שוין אויך אזוי גענוג לאנג, פרעגט אייך נאך ביי סיי וועם וואס איז געווען אין אומן ראש השנה, וועט ער עס אראפלייגן באריכות ווי אזוי מען קומט צוריק ווי אן אויסגעקוועטשע שמאטע, און עס נעמט א שיינע פאר טעג ביז מען קומט צו זיך.

און אויב אזוי פארוואס פארט מען אויף אומאן? דאס וועט קומען אינעם המשך אי"ה.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4032 מאל

המשך

הודעהדורך ברסלבער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 4:54 pm

פארוואס פאר איך טאקע אויף אומאן? אין איין ווארט איז עס בלויז "אמונת חכמים", איך גלייב אין דעם צדיק רבי נחמן ברסלבער זי"ע, און אויב ער האט געהייסן אז מען זאל קומען ראש השנה אויף אומאן, וועל איך גיין אפילו ווען עס קומט מיר אן זייער שווער. גלייבט מיר ווען ער הייסט ווען נישט פארן, בין איך דער ערשטער נישט צו פארן, עס איז בכלל נישט אזוי גרינג און געשמאק.

פארוואס גלייב איך טאקע אין דעם צדיק? איך בין נישט אויפגעוואקסן מיט דעם, און קיינער האט מיר נישט צוגערעדט צו דעם, אבער למעשה גלייב איך אין אים.
ביי רבי נחמן גייט אמונה בה' מיט אמונת חכמים אין איין ליניע, אזוי ווי דער פסוק זאגט ויאמינו בה' ובמשה עבדו, אוודאי איז דער עיקר אמונה בה', דאס איז דער יסוד פון א איד, אבער צו דעם מוז מען גיין צו א צדיק וואס ער קען עס אריינברענגן אינעם מענטש אז ער זאל טאקע לעבן מיט אמונה, ער זאל פיהלן ביי זיך אז דער אייבערשטער איז מיט אים שטענדיג און מען דארף אים פאלגן. אזוי ווי די באקאנטע מעשה פונעם הייליגן בארדיטשובער זי"ע אלץ אינגערמאן ווען ער איז צוריק געקומען פון זיין רבי'ן נאכן וויילן דארט פאר א וואך צוויי און זיין שווער האט אים געפרעגט וואס ער האט געלערנט דארט, האט ער געזאגט אז ער האט דארט געלערנט אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, האט דער שווער אנגעהויבן לאכן "דאס ווייסט די גוי'אישע דינסט אויך, אויף דעם האסטו נישט געדארפט פארן אהין", האט דער הייליגער באדיטשובער געזאגט "זי זאגט און איך ווייס און איך לעב מיט דעם!", און עס איז באמת דא א גרויסע חילוק פון זאגן ביז וויסן און לעבן מיט דעם.
אבער מיט איין זאך איז יא פונאנדערגעשיידט די צוויי זאכן. ביי אמונה איז רבי נחמן געווען זייער קעגן חקירה, ער שרייבט זייער אסאך וועגן דעם אז מען דארף גלייבן באמונה פשוטה אינעם אייבערשטן, און נישט אריינגיין אין חקירות, ווייל געווענליך זענען די קשיות שטערקער ווי די תירוצים, און עס איז נישטא קיין תירוצים אויף אלע קשיות, אמונה איז טייטש אז מען "גלייבט", נישט אז מען "ווייסט", מען קען נישט אויפווייזן קיין אמונה מיט ראיות חותכות, און מען קען עס נישט אפפרעגן מיט קיין ראיות חותכות, ממילא מוז מען זיך האלטן צו די אמונה פשוטה.
ווידער אבער ביי אמונת צדיקים איז שוין די מעשה אנדערש. רבי נחמן שרייבט אין ליק"מ (ח"א רנ"ה) "כשהאדם הוא מאמין בהצדיק בלי שום דעת אפשר לו ליפול מהאמונה, כי מאמונה לבד אפשר ליפול, אבל אם יש לו גם דעת שמבין גם בהדעת, אזי אי אפשר לו ליפול". דא דארף מען שוין נוצן דעם שכל, ווייל דו קענסט דאך נישט וויסן וועם דו גייסט נאך, עס קען זיין איינער וואס שטעלט זיך אהער ווי א צדיק, און אז איך וועל אים נאכגיין בלינדערהייט וועט ער מיר פירן אין באד אריין, דערפאר דארף מען דא יא גוט צולייגן קאפ און מח און נישט נאכגיין א רבי'ן בלינדערהייט, אדער בלויז ווייל מיין זיידע איז געגאנגען צו דעם רבי'נס זיידע, און ער האט געהאט חיות דארט.

אויף וואס דארף מען קוקן ווען מען זוכט א רבי? דאס איז אזוי פשוט אבער זייער ווייניג פארשטייען עס און טוען עס. מען דארף קוקן אויב דער צדיק דעליווערט מיר עפעס, אזוי ווי בגשמיות אז איך ארבעט ביי איינעם דארף איך זעהן אויב איך מאך געלט און דער בעה"ב פאפט מיר נישט אויס, עס איז נישט קיין חילוק ווי גרויס און מעכטיג דער בעה"ב איז, און ווי גרויס און מעכטיג די ביזנעס איז. דאס איז בכלל נישט נוגע, איין זיך איז מיר נוגע וויפיל געלט איך מאך דארט. וכן הוא ממש בנידון דידן, נישט קיין חילוק ווי גרויס אין מעכטיג דער צדיק איז סיי בגשמיות ער האט א ריזיגע ביהמ"ד מיט פילע בנינים מיט טויזנטער חסידים, און אפילו ברוחניות נישט קיין חילוק ווי גרויס און הויך ער איז, און נישט קיין חילוק ווי ווייט ער פליעט אין הימל און איז דבוק צום אייבערשטן א גאנצן טאג, נאר איין זאך מאכט א חילוק – וויפיל קען ער מיר דעליווערן?

דער צדיק רבי נחמן ברסלבער זי"ע לעבט שוין נישט פאר איבער 200 יאר, אבער ער געבט לעבן פאר פיל פיל מער מענטשן ווי אסאך לעבעדיגע רבי'ס געבן פאר זייערע מענטשן.
איך בין גראדע בטעות אריינגעפאלן אין א ברסלבע ביהמ"ד און געהערט דארט א שיעור בחסידות ברסלב, נאכן הערן דעם שיעור פון וואס איך האב זייער הנאה געהאט, האב איך זיך אנגעהויבן דרייען דארט אביסל, און דאס האט מיר געטוישט מיין מהלך החיים מן הקצה אל הקצה, עס האט מיר געגעבן א פאזיטיווע בליק אויף אלע חלקים אין לעבן, עס האט מיר געגעבן א שטארקע און קלארע אמונה וואס דאס איז ווערד די וועלטס געלט, נאר דאס ברענגט אז א מענטש זאל זיין אמת'דיג צופרידן, דאס האט מיר געגעבן ישוב הדעת צו קענען יעדע זאך באטראכטן מיט קלארע בליקן, דאס האט מיר געגעבן שלום בית צו וויסן ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב, דאס האט מיר געגעבן א קלארע מהלך ווי אזוי אומצוגיין מיט קינדער, און ווי אזוי אומצוגיין מיט מענטשן און מיט זיך אליין. איך ווייס נישט ווי אזוי דער רבי נחמן האט דאס געקענט באווייזן, עס איז ממש אומגלויבליך ווי אזוי א רבי פון 200 יאר צוריק האט גענומען א מענטש און אים ממש געשטעלט אויף די פיס ברוחניות ובגשמיות.

און דערפאר מיט אביסעלע שכל ווייס איך שוין פונקליך צו וועלכן רבי'ן איך דארף גיין, אז דער רבי האט מיר דאס געקענט דעליווערן בין איך פאר אים אלל די וועי, און אז ער הייסט מיר פארן אויף אומאן, אפילו ווען איך ווייס נישט און איך פארשטיי נישט פארוואס, און אפילו ווען עס קומט מיר אן זייער שווער, וועל איך זיך אנשטרענגן און פארן אויף אומאן אויף ראש השנה, און אלץ מתן שכרה בצדה, האב איך זיך נאך אויסגעבעטן דארט א גוט געבענטשט יאר, און רבי נחמן האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט קומען צו אים אויף ראש השנה וועט ער שטיין צו הילף און זעהן דערצו אז מען זאל באקומען א גוט געבענטשטע יאר מיט אלע גוטע זאכן.

דאס איז דער סוד פון מיין פארן אויף אומאן, און די סעים קעיס איז ביי 99% מענטשן וואס קומען אויף אומאן, קיינער קומט נישט אויף אומאן צו הוליענען, עס זענען דא אסאך בעסערע פלעצער ווי מען קען גיין אויף די וועלט צו הוליענען פאר די געלט, יעדער וואס קומט אויף אומאן האט זיך זיין פעקל שוועריקייטן, און ער פיהלט אז דער רבי וואס ליגט דארט איז זיין צדיק, ער איז זיין העלפער, און ער פיהלט זיך גוט צו זיין א חלק פון די ברסלבע סאסייעטי, און צו פאלגן דעם צדיק וואס בינד אים צו צום אייבערשטן.

דאס וואס עס איז דא חברה דארט וואס טאנצן און פארפירן, דאס איז פשוט זייער מענטאליטי, בכלל די אלע וואס קומען פון יענע לענדער זענען מער אנגעצינדען, זיי רעגן זיך שנעלער אויף און זיי ווערן שנעלער פרייליך און עקסיידעט, און ווען זיי קומען אויף אומן קלאפט עס אויס מיט די טענץ, אבער עס איז דא גענוג און נאך טויזנטער אידן וואס מען זעהט נישט אויף די בילדער וואס מען זעהט אין די היימישע צייטונגען, זיי קומען ווייל זיי שפירן אז רבי נחמן איז זייער רבי, און זיי זיצן אין ביהמ"ד און ביים ציון, און בעטן אויס אלע גוטע ישועות פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל.

זאלט איר אלע האבן א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר!
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4032 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 4:58 pm

יויש. אוטש. מיינע קינדער האלטען ביי שידוכים. פליז , איך קען נישט יעצט ווערן א ברסלעבער....
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5434 מאל

הודעהדורך ברסלבער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 5:00 pm

דו ביזט נישט אפדעטעט. היינט זוכט מען נאר ברסלבע שידוכים...
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4032 מאל

הודעהדורך מ. גליקמאן » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 5:41 pm

יישר כח ברסלבער פאר די שיינע הערכה.
אבער זאג מיר דעם אמת, פילסט זיך טאקע אזוי באטראפן אז עס דארף קומען אזא ענטפער?
.Sometimes the heart sees what is invisible to the eye
באניצער אוואטאר
מ. גליקמאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 25, 2013 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 7:38 pm

מ. גליקמאן האט געשריבן:אבער זאג מיר דעם אמת, פילסט זיך טאקע אזוי באטראפן אז עס דארף קומען אזא ענטפער?

אז מ'זאל נישט מאכן קיין טעות , איך האב נישט געוואלט ח"ו טשעפענען. נאכ'ן ליינען די הערליכע ארטיקעל האב איך עכט געפילט א מורא'דיגע תשיקה פאר ברסלב. נאר וואס קעמען טוהן? כ'האלט דאך ביי שידוכים.
יעצט אז ברסלבער זאגט אז מ'זיכט דוקא ברעסלבע, דארף איך איבערטראכטען.....
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5434 מאל

הודעהדורך יואב » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 8:06 pm

:like :like ברסלבער :like :like
"Under capitalism, man exploits man. Under communism, it's just the opposite."

John Kenneth Galbraith
באניצער אוואטאר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1610
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5902 מאל

הודעהדורך chosen people » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 8:25 pm

הרב ברסלבר די צווייטע חלק איז זייער שיין אראפ געלייגט פארוואס איהר פארט יא, א יישר כח פאר שיין אראפ לייגן.
אבער די ערשטע חלק, וואס איהר לייגט אראפ פארוואס עס קען נישט זיין אז מען פארט פאר "פאן", איז זייער דערמאטיש אראפגעלייגט. אבער דעס גייט יעדע קאפל אדורך ווען מען פארט אויף וועקישאן. מיט פלאנירן די וועג, עסן וכו' איינער מער און איינער אביסל ווייניגער. אבער צו זאגן אז די וועקישאן איז נישט פאר פאן, איז נישט אמת, עס צאלט זיך אויס מיט די אלע אנדערע גשמיות'דיגע געשמאקייט. כמעט יעדע מאל וואס מען פארט אויף וועקישאן קען מען אראפ שרייבן אלע פלאפס...
איהר זענט גערעכט אז עס איז דא אסאך יודן וואס פארן פשוט אזוי ווי די שרייבסט אין דיין צווייטע חלק, אדער אפי' אן די אמונה, זיי קענען האבן א רוחניות'דיגע געשמאקייט אן די אמונה מחמת אנדערע טעמים. אבער צו אראפ לייגן כאילו עס לוינט זיך פשוט נישט צופארן פאר פאן, איז נישט אמת. און עס איז דא אסאך וואס פארן פאר זייער גשמיות'דיגע תאוות.
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 383
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 1190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 351 מאל

הודעהדורך דעת תורה » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 8:31 pm

ער רעדט פון א כראנישע, מוז-יעדעס-יאר אומאן פארער.וואקעישאן פארט מען ווען מען וויל און וואו מען וויל. נישט ווען / ווייל מען מוז.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1753 מאל

הודעהדורך משולם שטיינפעלד » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 8:46 pm

פארן ראש השנה האט ר' נחמן געהייסן אדער עס קומט פון ר' נתן בשם ר' נחמן. ווי עס איז דיר באקאנט איז פארהאן א נפק"מ...

---

לענין, אויב איז עס אזוי שווער, קוים וואס רוחניות האט מען דארט געהעריג, און גשמיות זיכער נישט, וואס איז פשט אין דעם אז אלע באמעס פארן אהין???

דאונט געט מי ראנג, איך האלט נישט דו ביסט א באם חלילה, איך האב זייער הנאה געהאט פונעם באשרייבונג, די ערשטע מאל וואס איך זעה איינעם שרייבן, עס טויג נישט בגשמיות און קוים ברוחניות, ואע"פ כן פאר איך ווייל די רבי האט געהייסן, כל הכבוד. רוב מענטשן זאגן אז מי שלא טעם טעם ראש השנה באומן לא טעם טעם ראש השנה מעולם, דיין שילדערונג הערט זיך נענטער צום מציאות, און איך בין זיכער אז די אנוועזענהייט פון אלע חולאת'ן דארט גיבט נישט צו צום יום טוב.

מיין שאלה איז נאר, אויב איז עס אזוי שלעכט, פארוואס פארן די אידן וואס האבן נישט מיט ברעסלאוו קיין שייכות?
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

הודעהדורך מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:04 pm

משולם ברצנך באמסטו וועם סשמעקט דיר! וברצונך דיבאמסטו וועם ס׳שמעקט דיר נישט! דער איז יא א באם, דער איז נישט. כ׳קען וויסן וואס די ״כף הקלע״ דיר גייט אן ווער ס׳פארט יא ווער נישט , פארוואס מ׳פארט , פאר וועם מ׳פארט. איך קום היינט אריין אין שול הער איך ווי א חכם מיט א גרויע בארד רופט זיך אן , ״פארוואס זאגט מען נישט ראש השנה אנו מתירין להתפלל עם העבריינים ? ווייל זיי זענען אין אומאן״ כי כי כי כי כי כי ...
טו געזען אזאנס !!!
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2998
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4364 מאל

הודעהדורך ברסלבער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:18 pm

ראשעקאל האט געשריבן:
מ. גליקמאן האט געשריבן:אבער זאג מיר דעם אמת, פילסט זיך טאקע אזוי באטראפן אז עס דארף קומען אזא ענטפער?

אז מ'זאל נישט מאכן קיין טעות , איך האב נישט געוואלט ח"ו טשעפענען. נאכ'ן ליינען די הערליכע ארטיקעל האב איך עכט געפילט א מורא'דיגע תשיקה פאר ברסלב. נאר וואס קעמען טוהן? כ'האלט דאך ביי שידוכים.
יעצט אז ברסלבער זאגט אז מ'זיכט דוקא ברעסלבע, דארף איך איבערטראכטען.....

איך האב אזוי פארשטאנען לכתחילה. און איך האב געמיינט ערנסט מיין ענטפער (נאר אז דו האסט געלייגט דריי פינטלעך, האב איך אויך געלייגט...) איך ווייס פון קראנטע מעשיות אז עס האט זיך אנגעהויבן לעצטנס א מאוומענט אז מענטשן זוכן דוקא א בחור וואס דרייט זיך אין ברסלב (פארשטייט זיך אז עס ווענדט זיך אין וועלכע ברסלב) ווייל די אינגעלייט דארט האבן א ספעציעלע גוטע שלום בית.

יואב האט געשריבן::like :like ברסלבער :like :like

יו וועלקאם.

chosen people האט געשריבן:
אבער די ערשטע חלק, וואס איהר לייגט אראפ פארוואס עס קען נישט זיין אז מען פארט פאר "פאן", איז זייער דערמאטיש אראפגעלייגט. אבער דעס גייט יעדע קאפל אדורך ווען מען פארט אויף וועקישאן. מיט פלאנירן די וועג, עסן וכו' איינער מער און איינער אביסל ווייניגער. אבער צו זאגן אז די וועקישאן איז נישט פאר פאן, איז נישט אמת, עס צאלט זיך אויס מיט די אלע אנדערע גשמיות'דיגע געשמאקייט. כמעט יעדע מאל וואס מען פארט אויף וועקישאן קען מען אראפ שרייבן אלע פלאפס...
איהר זענט גערעכט אז עס איז דא אסאך יודן וואס פארן פשוט אזוי ווי די שרייבסט אין דיין צווייטע חלק, אדער אפי' אן די אמונה, זיי קענען האבן א רוחניות'דיגע געשמאקייט אן די אמונה מחמת אנדערע טעמים. אבער צו אראפ לייגן כאילו עס לוינט זיך פשוט נישט צופארן פאר פאן, איז נישט אמת. און עס איז דא אסאך וואס פארן פאר זייער גשמיות'דיגע תאוות.

דו ביזט מסתמא נאך קיינמאל נישט געווען אין אומן, ראש השנה זיכער נישט. איך זאג דיר צו אז אזא סארט פלאץ איז בכלל נישט אויף די ליסטע פון איינעם וואס וויל גיין פאר וויקעשאן מיט זיין ווייב.
פונקט דעם יום טוב דערציילט מיר איינער ווי אזוי ער איז די ערשטע מאל געקומען אויף אומאן, איינער האט אים געשלעפט און יענער האט אים צוגעזאגט אז ער גייט נישט אין א פלעינע דירה נאר אין א "האטעל", (פאר ווער עס ווייסט נישט, אין אומאן איז געווען אמאל אין באנוץ א גרויסע האטעל פון ניין שטאק מיטן נאמען "מלון שערי ציון", עס איז שוין פארשפארט די לעצטע צען יאר צוליב געלד סכסוכים) ער האט זיך געלאזט איבער רעדן, אבער אנקומענדיג אין דעם א.ג. האטעל איז אים שווארץ געווארן פאר די אויגן, ער האט נאך אזא האטעל קיינמאל נישט געזעהן, יעדע צומער האט פיר-פינעף צוזאמגעשטופטע באָנק בעט'ס, עס יאווען זיך קריכעדיגע פון אלע זייטן... און די נעקסטע פאר יאר איז ער טאקע מער נישט געקומען, און נאכדעם האט ער נאכאמאל אנגעהויבן פארן. ממילא זאג איך דיר אז עס בכלל נישט קיין פלאץ פאר וויקעישאן, אויב ווילסטו פארברענגן מיט דיין ווייב, זוך דיר בעסערע פלעצער.

דעת תורה האט געשריבן:ער רעדט פון א כראנישע, מוז-יעדעס-יאר אומאן פארער.וואקעישאן פארט מען ווען מען וויל און וואו מען וויל. נישט ווען / ווייל מען מוז.

א שטארקע אמת'ע נקודה.

משולם שטיינפעלד האט געשריבן:פארן ראש השנה האט ר' נחמן געהייסן אדער עס קומט פון ר' נתן בשם ר' נחמן. ווי עס איז דיר באקאנט איז פארהאן א נפק"מ...

רבי נחמן האט זייער אסאך גערעדט אז מען זאל קומען ראש השנה צו אים בחייו. און די מערסטע האט ער גערעדט פון דעם זיין לעצטע ראש השנה, ווען זיין לעבן האט שוין געהאנגען אויף א האר, און ער איז טאקע אוועק גלייך נאכדעם חול המועד סוכות. און פון דעם און פון נאך שטארקע רמזים, האט רבי נתן און אזוי אויך אלע זיינע תלמידים פארשטאנען אז דאס גייט אויך לאחר מותו. אבער באמת ביי מיר איז רבי נתן פונקט אזוי גוט, פון אים האב איך אויך באקומען גאר אסאך טובות.

משולם שטיינפעלד האט געשריבן:לענין, אויב איז עס אזוי שווער, קוים וואס רוחניות האט מען דארט געהעריג, און גשמיות זיכער נישט, וואס איז פשט אין דעם אז אלע באמעס פארן אהין???

די באמעס פארן נישט אהין זיך ענזשויען, עס איז דא אסאך בעסערע פלעצער פאר דעם, זיי פארן ווייל עס טליעט נאך ביי זיי אין הארצן דאס אידישע פונק, און זיי זוכן א פלאץ ווי זיי קענען זיין ראש השנה רוהיגערהייט אן די פרעשור וואס מען האט דא ארויפגעווארפן אויף כלל ישראל, און כל הכבוד פארן פעסטער רבי שליט"א וואס שטעלט דארט צו א הערליכע מנין פאר אזעלכע אידן.

משולם שטיינפעלד האט געשריבן:דאונט געט מי ראנג, איך האלט נישט דו ביסט א באם חלילה, איך האב זייער הנאה געהאט פונעם באשרייבונג, די ערשטע מאל וואס איך זעה איינעם שרייבן, עס טויג נישט בגשמיות און קוים ברוחניות, ואע"פ כן פאר איך ווייל די רבי האט געהייסן, כל הכבוד. רוב מענטשן זאגן אז מי שלא טעם טעם ראש השנה באומן לא טעם טעם ראש השנה מעולם, דיין שילדערונג הערט זיך נענטער צום מציאות

ווען איך וואלט געווען איינגעשטעלט אין דער איד/בלאט, אדער ווען איך וואלט געשריבן אין אנדערע פארומ'ס, וואלט איך ווען געשריבן פונקליך ווען מען איז געשטאנען הארט אונטערן רושם, און ווען עס איז געווען א העכערע רושם, און ווען מען איז געווען פונקט אויף די רושם-ליין... אבער דא פירט מען זיך צו רעדן מיט אמת, כלה כמות שהוא.

משולם שטיינפעלד האט געשריבן:מיין שאלה איז נאר, אויב איז עס אזוי שלעכט, פארוואס פארן די אידן וואס האבן נישט מיט ברעסלאוו קיין שייכות?

רבי נחמן האט צוגעזאגט פאר סיי וועם וואס וועט קומען צו זיין קבר אויף ראש השנה וועט ער אים העלפן און א טובה טוהן, זיינע חסידים קומען יעדעס יאר, און אנדערע אידן וואס פיהלן אז זיי קענען אויך נוצן א באאסט, זיי קענען אויך נוצן א לויער צום גרויסן יום הדין, פארן אויך.

---
מאטי האקט
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4032 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 10:29 pm

ברסלבער, א הערליכער ארטיקל, און מיר אלע זענען אייך מקנא מיט אזא רבי'ן ווי רבי נחמן.
אבער מיט'ן גרעסטן דרך ארץ און רעספעקט, אפשר פארציילט איר אונז אביסל וועגן מהרא"ש, און וואס האט זיך פאר אייך דארט אנטפלעקט? איר קענט אפילו ממשיך זיין דעם שמועס אינעם משפיעים אשכול.
איך דארף אייך נישט זאגן אז פאר א טייל עולם איז די קשיא א שווערע.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2378 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:09 pm

ראשעקאל האט געשריבן:יויש. אוטש. מיינע קינדער האלטען ביי שידוכים. פליז , איך קען נישט יעצט ווערן א ברסלעבער....

דו קענסט דיך משדך זיין מיט א ברעסלאווער. אויש האביך א גוטן שידוך פאר דיר. דעם מחותן קען איך גראדע זייער גוט. א איד א תלמיד חכם, א ספרא רבה. א בעלבאתישע משפחה. די מחותנים פאסן זיכער. דאס איז דאך דער עיקר. :D
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13623
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8738 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:33 am

העי @ברסלבער שלום - עליכם - שלום! (עליכם אין לו הכרע).

ס'איז מיר ממש געקומען טרערן פון דיינע מיטמאכענישן.... געוואלט האב מגיב זיין "סאו פאהר נישט....", אבל אהה! ס'קומט א צווייטע תגובה מלא אמונה פשוטה!

רבונו של ברסלב לאמיר מאכן א פייט. Really, איך פראביר צו פארשטיין.
1) איר זאגט נאך בשם דיין רבי'ן אז גלייבן אין א צדיק דארף קומען מתוך חקירה. פיין, איך פארשטיי און 'ך מקבל. אבער תוך כדי דיבור זאגט איר אז איר זענט נתקרב געווארן צו ברסלב דורך א אומגעפלאנטע אריינגעפאלאכטץ, איר האט הנאה געהאט פונעם שיעור, און די המשך איז היסטוריה. נפשי בשאלתי: דאס הייסט חקירה?
ווען איר זאגט מיר אז איר האט חוקר ודורש געווען יעדע שיכט און קרייז, לעבעדיגע און טויטע רבי'ס, און לאחר עיון היטב זענט איר געקומען צו א מסקנה, נו, פיין. אבער לויט ווי איר פארציילט... כ'מיין... דאס איז דאך מעשים בכל יום.. זייט איך בין אריין אין טשערנאוויץ האב איך ליב באקומען די וויזניצע מנוחה ושמחה... דאס האט מיט חקירה / אמת קיין שייכות.

2) דער סימן וואס איר גיבט אן, אז וואו נאך זעהט מען אזויפיל אידן זעהן אין א נישט לעבעדיגע רבי א מורה דרך, האט א שובר מכל הצדדים. וואו נאך זעהט מען אזויפיל משוגעים זיך באנוצען מיט א נישט לעבעדיגע רבי פאר זייערע חלאים רבים ורבים?
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8510 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 8:19 pm

דאס וואס מענטשען פארען איז ווייל ווען איינער דארף א ישועה איז ער זיך תולה אין וואס ער קען, און פאר דעם פארט מען אויף מירון און מען גייט צו ספרדישע מקובלים און אשכנזישע פועלי ישועות (רח"ק) און חסידישע רביס, און מען נעמט ווייטאמינען און מען טרינקט וואסער מוצ"ש, און די ליסטע גייט ווייטער.

געהערט האב איך אז די סיבה פארוואס ברסלב איז אזוי כאפענדיג און ציענדיג, איז פשוט ווייל ער נעמט קער פין די פגם הברית וואס געוועהנליכע חסידים ואנשי מעשה האבען דערמיט א פראבלעם, און ווען מען זעהט א תיקון וואס איז גרינג און פאזאטיוו, כאפט מען זיך צו דעם צו. און פלעצער וואס מען רעדט נישט און מען טוט נישט דערנידערען די מענטשען וועגען פגם הברית בכלל, איז כמעט נישטא קיין ברסלבער.

פארשטייט זיך אז עס איז דא דער סארט פין גאר שטארקער קעפ, וואס זיי ווערען נתפעל פין ר' נחמן'ס תורה און ווערען חסידים פין אים פשוט צוליב זיין אייגענארטיקייט און מהלך אין יעדעס שווערער ענין.

פין אונזער ידיד אין ק"ש, ברסלבר, זעהט מער אויס אז ער קומט פין א שטארקער נעגאטיווער מקום אדער שטוב, און ווען ער האט געהערט אביסל פאזאטיווער גרעדעכץ האט עס אים אנגעקויפט. אבער מען מוז נישט צוקומען צו ר' נחמן אויף פאזאטיווער מהלכים, מען קען הערען ברייען טרעסי, און מען קען ווערען זיי חסיד, ווייל גאר אסאך פין זיינע יסודות שטייען אויך אין ר' נחמן......
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1639 מאל

הודעהדורך הוגה » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 8:32 pm

דער פגם הברית טעאריע איז אן insult צו די אינטעליגענציע פון מענקיינד. דאס איז א טיפיקל צינישע באבע תורה וואס שטאמט פון קנאה און אומפארגינישקייט.

בנוגע ווערן א חסיד פון ברייען טרעיסי אנשטאט רבי נחמן. זיין א ברסלב'ער חסיד איז א מהות זאך. איינער וואס פירט זיך מיט אט דער מהות איז א ברסלב'ער אפגעזעהן צו ער האט עס געלערנט פון טרעיסי אדער רבי נחמן. It happens to be אז צוואנציג טויזענט אידן (ובתוכם אונזער ניק ברסלבער) האבן געלערנט דער מהות פון רבי נחמן און זיי זענען זיינע געשוואוירענע חסידים. די אנדערע הונדערט טויזנט ברסלבער אין די וועלט זענען געשוואוירענע חסידים פון טרעיסי.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2855
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6591 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 9:08 am

הוגה האט געשריבן:דער פגם הברית טעאריע איז אן insult צו די אינטעליגענציע פון מענקיינד. דאס איז א טיפיקל צינישע באבע תורה וואס שטאמט פון קנאה און אומפארגינישקייט.



איך וואלט נישט אזוי געזאגט. פארוואס איז א "פרומער" אייביג זויער אויב נישט פאר דער פגם הברית? ווייל ער האט יענעם באגזל'ט? אדער ווייל ער האט יענעם נישט דן געוועהן לכף זכות?

עס איז בכלל נישט קיין בושה אויב איינער האט אנגעהויבען גלייבען אין ר' נחמן ווייל ער האט הנאה געהאט פין דער הרחבת הדעת וואס דער תיקון הכללי האט אים געגעבען.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1639 מאל

הודעהדורך משולם שטיינפעלד » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 11:15 am

פארוואס האט גור נישט קיין אויסוואנדערונג קיין ברסלב? וועלכע פלאץ חוץ באבוב רעדט מען נישט פון קדושה?
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 2:18 pm

די ווייסט אז פין גער ווערען נישט קיין ברסלבער?

חוץ פין דעם קען זיין אז גער איז אנדרעש, ווייל אנדרעש ווי אין סאטמאר למשל איז מען זיך שטארק מטפל מיט עניני קדושה, און עס איז דא דארט אסאך דברי חיזוק ווי מען זאל נישט געפאלען ווערען ביי זיך ווען מען פאלט אדורך, לעומת סאטמאר ווי מען שפילט א שפיל אז ערליכער אידען זענען אנגעהיטען און פאלען נישט אדורך, און דאס ברענגט אז מען זאל זיין שטארק צובראכען, ווייל כמבואר באשכול המיוחד לכך, איז נישט מעגליך נישט אדורך צופאלען.

מיין ראיה איז פין דעם וואס כ'אב געהערט אמאהל פין א סקווירא וואס קען דער געהיימע שמועסען, אז דער סיבה פין די התנגדות קיין ברסלב איז ווייל די ברסלבר מאכען עס כאילו מיט זאגען א תיקון הכללי איז אלץ מסודר, און דער אמת איז אז מען דארף פיל ארבעטען אויף דעם. מינה תידוק אז דער האקען קומט אויף דער אטראקשען מלכתחילה.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1639 מאל

הודעהדורך יאיר » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 2:29 pm

@ברסלבער, איך מוז אויסדריקן מיין דאנק צו דיר פאר'ן אראפלייגן אזא הערליכער, אמת'דיגער באריכט, געשריבן מלא טעם און מיט זאפטיגע הומאר. איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז די אומאנער אידן מאכן מיט אזויפיל שבעה מדורי גיהנם, און איך שעץ דיר באמת אז דו טוסט דאס. איך בין נאר געבליבן מיט צוויי שאלות:
א. ווען רבי נחמן פלעגט רעדן וועגן קומען צו אים ראש השנה האט ער גערעדט נאר וועגן בחייו, אדער אויך לאחר מותו צו זיין ציון?
ב. אויב יא, צו איז דא א צד צו זאגן אז רבי נחמן האט נישט פאראויסגעזען וואס ס'וועט זיך אלס אפטון בעקבתא דמשיחא פון די צענדליגער טויזנטער אידן וואס וועלן שטראמען צו זיין קבר, און ווען יא וואלט ער נישט געוואלט אז מען זאל צושטערן דעם יום טוב ברוחניות ובגשמיות צוליב דעם?

@איחוד פעלד, איך זע אז דו ביסט ערליך מקיים וואס מען האט דיר געלערנט אין די שאלעשידעס תורה מען זאל אלעס תולה זיין אין פגם הברית.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8128 מאל

הודעהדורך הוגה » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 2:54 pm

איחוד פעלד האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:דער פגם הברית טעאריע איז אן insult צו די אינטעליגענציע פון מענקיינד. דאס איז א טיפיקל צינישע באבע תורה וואס שטאמט פון קנאה און אומפארגינישקייט.


איך וואלט נישט אזוי געזאגט. פארוואס איז א "פרומער" אייביג זויער אויב נישט פאר דער פגם הברית? ווייל ער האט יענעם באגזל'ט? אדער ווייל ער האט יענעם נישט דן געוועהן לכף זכות.


לאמיך דיר מסביר זיין פארוואס איך זאג אז דיין הנחה איז אן insult. איך זאג אזוי ווייל איך רעכן מיך אליינס אלץ איינער פון די אינדערויסענדע וואס זענען געצויגן געווארן קיין ברסלב. איך בין נישט קיין געשוואוירענע עקסקלוסיוו ברסלב'ער, און דערווייל איז מיר נאך נישט אויסגעקומען צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, דאך איז כמעט נישט דא וואס עס ליגט נישט עפעס א ברסלב'ער ספר אויף מיין טיש.

איך האב נישט, און איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין שום דאגה וועגן פגם הברית. און ווען איך האב באקומען מיין געשמאק אין ספרי רבי נחמן ותלמידיו האט עס גארנישט געהאט מיט פגם הברית. (עקטשועלי כ'האב אין מיין לעבן נאך נישט געזאגט תיקון הכללי.) איך בין זיכער אז איך בין נישט א יחיד. אלע ברסלב'ער וואס איך קען, קרובים וידידים, יונג און אלט, געוועזענע און געווארען, קיין איינס פון זיי (אפילו די הייסע) שטייט נישט די פגם הברית בראש הרשימה. רבי נחמן און זיינע תורות רעפרעזענטירט אסאך אסאך מער ווי א סאלושען צו פגם הברית. צווישן אנדערע רעפרעזענטירט הבנה במושגי קבלה, אמונה, שמחה, מהלך החיים, ווארימע געשמאקע תפילות און ניגונים, התבודדות והתבוננות, לעבן מיט א ציל ותכלית. זאגן אז איינער ווערט א ברסלב'ער צוליב תיקון הכללי איז ווי זאגן אז איינער ווערט א סאטמארער צוליב די שיינקייט פון די מחזור דברי יואל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2855
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6591 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 3:15 pm

יאיר האט געשריבן:@ברסלבער, איך מוז אויסדריקן מיין דאנק צו דיר פאר'ן אראפלייגן אזא הערליכער, אמת'דיגער באריכט, געשריבן מלא טעם און מיט זאפטיגע הומאר. איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז די אומאנער אידן מאכן מיט אזויפיל שבעה מדורי גיהנם

כהאב געהערט פון איינעם וואס איז אהינגעפארן כל התרפקאות דעדו עליה אז ער איז זיכער אז נישט נאר מ'האט אים מוחל געווען אלע עבירות נאר ער האט נאך צובאקומען קרעדיט אויך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך נהורא נפישא אום פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 3:16 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1908 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2148 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 3:16 pm

הוגה, דיין טענה אז עס איז אינסאלטינג איז דאך נאר לויט דיין הנחה אז זיך דערשרעקן פון פגם הברית איז עפעס א נארישע אדער קינדערישע זאך. עס זענען דא אבער פילע ערליכע בחורים און ינגעלייט וואס נעמען דאס למעשה יא ערנסט און ר' נחמן העלפט זיי און עס איז בכלל נישט אינסאלטינג אז איינער זאל זיך אנכאפען אין דעם וועגן דעם.

דאס ביסטו זיכער גערעכט אז ברסלב איז אסאך מער ווי תיקון הכללי און רוב וואס ווערן נמשך צו דעם איז דאס נישט וועגן דעם. הגם עס איז שווער צו זאגען אז עס שפילט נישט קיין ראלע בכלל, בפרט ביי אזוינע פרומע נשמות.

(לגבי די מחלוקת מיט סקווירא, אין כאן אלא קאמפיעטישין בעלמא, ווייל די טשערנאבעלע רבי'ס האבען געצויגען אסאך פרנסה פון פגם הברית פון אידען כידוע, און זיך שטארק עוסק געווען געבן תיקונים וכו'') און ר' נחמן האט דאס געגעבן מער ווייניגער בחינם, אפשר מיט א פרוטה לצדקה בסך הכל.)
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3883
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6096 מאל

הודעהדורך הוגה » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 3:25 pm

איחוד פעלד האט געשריבן:געהערט האב איך אז די סיבה פארוואס ברסלב איז אזוי כאפענדיג און ציענדיג, איז פשוט ווייל ער נעמט קער פין די פגם הברית וואס געוועהנליכע חסידים ואנשי מעשה האבען דערמיט א פראבלעם, און ווען מען זעהט א תיקון וואס איז גרינג און פאזאטיוו, כאפט מען זיך צו דעם צו.


ווען דער סטעיטמענט איז אמת וואלט איך נישט געהאט קיין פראבלעם מיט דעם. דער סטעיטמענט insinuate אז אלע אדער רוב פון די טויזנטער אידן וואס עס ציט זיי ברסלב איז עס צוליב דער סיבה. לדעתי איז עס פשוט נישט אמת.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2855
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6591 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 4 געסט