חגים וזמנים לששון - ברוך המבדיל בין עצבים לשלוות הנפש

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

חגים וזמנים לששון - ברוך המבדיל בין עצבים לשלוות הנפש

שליחה דורך הוגה »

[justify]נעכטן נאכמיטאג האב איך געהאט אביסל צייט, האב איך מחליט געווען זיך אריבער צו כאפן צו באזוכן מיינע עלטערן. איך קום אן און איך זעה ווי זיי זענען ביידע באזארגט, מיין טאטע נישטערט אדורך די גארבידזש דאמפסטער. איך פרעג וואס גייט פאר, זאגט ער, "מאמי דארף שלאגן כפרות אבער זי קען נישט דרייען אליינס, עס פאסט נישט אז א מאן זאל דרייען פאר איר פארנט פון אנדערע מענער, ממילא זוך איך א באקס צו קענען גיין קויפן א כפרה און אהיים ברענגען" (אין הונדערט דעגרי וועטער). פארשטייט זיך אז איך האב גע'אפערט צו נעמען מיין טאטע מיט מיין קאר צו ברענגען און צוריקטראגן די כפרה.

ווי נאר מיר זענען צוריק געקומען פון די כפרה עפאכע זעהן מיר א מאדנע סצענע, א וואלד איז זיך פלוצלינג צואוואקסן פארנט פון די טיר פון מיין טאטע'ס הויז. מיין טאטע האט געהאט גע'ארדערט צוואנציג בינטלעך פון די פרישע גרינס סכך, ווייל באמבו אדער קייניס איז נישט גענוג גוט, און די חברה האבן עס אפגעדאמפד אזוי פארנט פון די הויז. פארשטייט זיך אז איך האב נישט געקענט לאזן דעם אלטן טאטע עס שלעפן. כ'האב מיך אויסגעטון ס'רעקל, אויפגעשארט די ארבל און אין די היציגע וועטער אריינגעשלעפט די גאנצע מעשה ביזן סוכה.

ווי נאר איך האב געענדיגט, כ'האב נאך אפילו נישט געהאט צייט אפ צו ווישן די שווייס, קומט מיין טאטע ארויס אין די סוכה או ער פרעגט אויב איך וואלט געקענט באשטיין ארויף צו לייגן בינטלעך סכך אויפן סוכה. ער ווייסט אז די אייניקלעך האבן פארשפראכן צו קומען לייגן די סכך, אבער מארגן אידאך שוין תשליך און דערנאך ערב יום כיפור, און ער האט נאך נישט אפילו קיין לולב און אתרג. פארשטייט זיך אז איך האב נישט געטראכט צוויי מאל, איך האב באלד אויפגעשטעלט די לייטער און זיך גענומען צום עבודה. ער שטייט פון אונטן, דערלאנגט די בינטלעך און איך פאק עס ארויף אויבן.

אזוי ארבייטענדיג פרעגט ער מיר, "האסט שוין געשלאגן כפרות אוודאי פאר די ווייב און קינדער"? ניין. "״ווען גייסטו עס טון"? כ'ווייס, אדער מארגן און אז נישט מארגן ערב יום כיפור. "אבער די סוכה שטייט שוין אוודאי"? ניין. "אפילו נישט די ווענט"? Nope! "ווען גייסטו עס טון"? כ'מיין צווישן זוכן פאר אן אתרוג, זיך גרייטן אויף יום טוב. "ווען האסטו צייט"? עס איז דא גענוג און נאך צייט, איך בין נישט באזארגט. ער האט מיר געגעבן אזא קוק אן כאילו איך בין פון Mars.

די זעלבע איז געשעהן ווען כ'האב געטראפן מיין ברודער ביי מנחה מעריב שפעטער. איך האב אים געבעטן אויב ער קען אנפרעגן זיין ווייב א קלייניגקייט וואס איך האב געדארפט וויסן. זיין ענטפער איז געווען: "איך ווייס נישט, איך בין זייער אנגעשטרענגט, כ'האב נאך אזוי פיל צו טון פאר יום טוב, אויב איך וועל טרעפן א מינוט וועל איך איר פרעגן. ברוך השם כפרות פאר מיין ווייב און קינדער האב איך שוין ערלעדיגט היינט, און די ווענט פון די סוכה שטייט שוין, אבער ס'נאך דא אזוי פיל צו טון"! און מיט א שמייכל (וויסנדיג פון פאראויס וואס מיין ענטפער וועט זיין) פרעגט ער מיר: "דו האסט שוין געמאכט כפרות"? ניין. "סוכה"? אפשר זונטאג אדער מאנטאג נאכט. "אתרוג און לולב"? ערב סוכות. "תשובה געטון האסטו שוין יא"? אוודאי! דאס האב איך שוין ערלעדיגט אינמיטן זומער, איך לאז דאס קיינמאל נישט פארן לעצטע מינוט, כ'האב ליב אריינצוקומען אין די ימים נוראים וויסנדיג אז די תשובה איז שוין ערלעדיגט. :P

שוין! גענוג מיט די מעשיות. לעצם הענין. מענטשן נעמען אן אידישקייט בכלל און ימים טובים בפרט מיט א געוואלדיגע פרעשור און אנגעצויגנקייט. אנשטאט וואס די ימים טובים זאלן זיין א געשמאקע עקספיריענס, א געלעגנהייט אריין צו ברענגען פרייליכקייט און ווארימקייט אין שטוב, דאס בא'טעמ'סטע חלק פון אידישקייט, ווערט עס פיינפול, אנגעצויגן און פאר'מיאוס'ט. מען ווערט פארכאפט אין די rigidness פון הלכות, מנהגים, קפידות און מסורה און מען לאזט אויס די עיקר ציל.

ווי אזוי קען מען זיין קאנצעטרירט צו ריכטיג תשובה טון ווען די תשליך "מוז" זיין שלש עשרה מדות נאכמיטאג, באלד נאך קרבנות, און אויב נישט אך און וויי. וויפיל מענטשן טראכטן און האבן אינזין עפעס ביי כפרות אויסער אז זיי זאלן נישט ווערן אנגעמאכט, אז ס׳שטינקט געפערליך, און פארוואס די העק האט די אייבישטער געמאכט אז נאר אזוי זאל מען קענען האבן א גוט יאר? קען א מענטש מאכן א ריכטיגע הכנה צום יום כיפור ווען ער איז פאריאגט און פארפלאגט צו אויפשטיין שלאגן כפרות פארן עלות, שטיין א האלבע שעה אויפן ליין צום שוחט, באזוכן אלע באבעס מיט דאס געזונדל וואונטשען א גוט יאר, אריין פארן צום רבי'ן אויף יום טוב, און נישט פארגעסן צו גיין 5 מאל אין מקוה אזוי ווי דער כהן גדול? די איינציגסטע מצוות היום - נעמליך די אכילה בתשיעי, די סעודת יום טוב - ווערט אפגעכאפט ווי די אייער מיט אש ערב ת"ב.

די זעלבע איז מיט יעדע יום טוב כמעט. די הלכות ומנהגים נעמען או אזא OCD הנהגה. ביי סוכות איז עס מיט די סוכה, לולב און אתרוג, דאס שלאפן אין די סוכה. מען ווערט ווי ראבאטס. מען איז אלעס מקיים מיט די גרעסטע הידור אויסער דעם ושמחת בחגיך, און די ושמחת אתה וביתך. די ערגסטע איז פארשטייט זיך מיט פסח, סיי די הכנות און סיי די עצם יום טוב.

מ'זאגט נאך אז געוויסע גרויסע צדיקים האבן געהאט א גרויסע מנהג זיך צו רעגן ערב יום טוב. איר ווייסט אז מיין טאטע האט געהאט די זעלבע מנהג, נישט נאר ערב יום טוב נאר יעדע ערב שבת? און מיין שכן פירט זיך אזוי אפילו אין פשוט'ע וואכן טעג. שטעלט אייך פאר, מיר פארמאגן א איד אזא בעל מדריגה בימינו? נישט צום גלייבן!

איר פארשטייט מן הסתם אליין אז איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב וואו מען האט געבלוטיגט פארן באשעפער במלוא מובן המלה און אלעס ארום יום טוב כמעט איז געווען אנגעצויגן. איך האב אבער איינגעזעהן אז דאס מוז נישט אזוי זיין און דאס טאר נישט אזוי זיין. די ימים טובים האבן דאך א מטרה. די מטרה איז נישט צו האבן א מהודר'דיגע אתרוג, אדער א פעטער טשיקען פאר א כפרה. איך האב ביי מיר מחליט געווען אז ווען עס וועט זייך א קאנפליקט צווישן די אמצעי און די מטרה וועט די אמצעי מוזן זיך אוועק רוקן און מאכן פלאץ פאר די מטרה. לדוגמא, חומרות אום פסח, אויב טוט דאס שטערן די קאנעקשאן מיט די יו"ט, דאס געפיל פון חירות, און עס פארשטעלט די וועג צו ווערן אן עם סגולה און מקבל זיין די עול התורה מוז די חומרא פליען! און אזוי איז עס ביי יעדע יום טוב.

עס איז נישט אז איך מאך א פרעשור נישט צו טון די אלע זאכן. איך מאך נישט קיין שום פרעשור, פיריאד! און אזוי פראווען מיר שוין יארן שיינע ליכטיגע ימים נוראים, פרייליכע לוסטיגע ימים טובים און רואיג'ע בא'טעמ'טע שבתים. ראש השנה דאווענט מען אין א קלענערע שול וואו מען ענדיגט פריער און מען פירט א ריכטיגע יום טוב סעודה פרייליכערהייט אז מען איז ארויס זכאי בדין. מען פארברענגט מיט די קינדערלעך און מען ליינט זייערע צעטלעך. די ערשטע טאג ראש השנה לאזט זיך די גאנצע משפחה ארויס אויף א לאנגע שפאציר צו תשליך. אויב מען איז מיד לייגט מען זיך אפילו אראפ ע"פ הוראת האריז"ל. (עס איז אינטערעסאנט אז מענטשן האבן מער מורא פון א פארשלאפענע מזל ווי א גערעגטע נערוועזע מזל.) ערב יום כיפור לויפט מען נישט צו כפרות, מען יאגט זיך נישט 5 מאל אין מקוה, און מען איז נישט פאריאגט און פארפלאגט. אנשטאט דעם קען זיין וועט מען היי יאר ארויס נעמען דאס ווייב פרייטאג פארמיטאג צו די mall איינקויפן זאכן וואס זי דארף אין שטוב. (איז דען דא א בעסערע זכות זיך איינצוקויפן לקראת יום הקדוש?) נאכמיטאג פראוועט די משפחה אינאיינעם צוויי לאנגע פרייליכע יום טוב סעודות פונקט ווי יעדע שבת און יום טוב. מען בענטשט די קינדער מיט ליבשאפט און שמחה, ס'נישט דא דאס איבערגעבעטאכץ און פחד. יום כיפור איז נישט doomsday, ס'איז די טאג וואס דער אייבערשטער מעקט אלעס אויס און פאנגט אן מיט אונז א פרישע בלעטל. דאס זעלבע טוען מיר מיט אונזערע קינדער און די קינדער טוען עס איינער מיט די אנדערע. ווי אזוי קען מען נישט זיין פרייליך? (גערעכט דאס זיין אין שול א גאנצע טאג יום כיפור מאכט אביסל נערוועז, אבער מיט דעם קען מען זיך אויך אן עצה געבן.)

ערגעץ צווישן יום כיפור און סוכות, איין נאכט, גיבט מען א שטעל אויף די סוכה, מען דרייט ארויף די סכך-מעט און די נוי סוכה לאזט מען די קינדער טון ווי אזוי זיי ווילן. ערב סוכות מיטאג צייט נעמט מען ארויס די קינדער קיין דרייצענטע עוויניו (כדי דאס ווייב זאל קענען צוענדיגן קאכן און זיך אפילו אראפלייגן) און מען גייט קויפן די ד' מינים. מען פרעגט די קינדער מבינות. יא, מיין בחור'ל קען מיר פסק'ענען אויב מיין לולב און אתרוג איז כשר, איך קויף נישט אזאנע בדיעבד'יגע אתרוגים אז איך זאל דארפן שטיין אויפן ליין ביי א רב אז ער זאל מיר געבן זיין הסכמה. (אויב איז מען אין די גוסטע קויפט מען זיי אויך א סעט.) מען גייט אויך אין געשעפט איינקויפן אנדערע זאכן וואס פעלט אויס אויף יום טוב. און אויב איז נאך פארבליבן צייט גייט מען אין פארק אויף א שעה.

א יעדעס יאר הער איך פון חברים אז זיי זענען מיך מקנא אז איך קויף מיינע ד' מינים ערשט ערב יום טוב, אבער זיי פארשטייען נישט ווי אזוי איך קען זיין רואיג און ווי אזוי איך בין נישט אנגעצויגן אז איך וועל נישט טרעפן איינס. איינער זאגט מיר א יעדעס יאר אזוי: "פאריאר האב איך צוגעזאגט אז קומענדע יאר וועל איך זיין ווי הוגה און איינקויפן די ד' מינים ערשט ערב יום טוב, אבער ווען עס איז געקומען למעשה האב איך עס נישט געקענט טון. ווי אזוי טוסטו דאס? האסט נישט מורא אז עס וועט זיין א shortage פון לולבים אדער אתרוגים? ביזט ממש א גבור"! איך קוק אים אן מיט בלעכענע אויגן. What’s the big deal? וואס איז דא צו זיין אנגעצויגן? עס וועט אלעמאל זיין כשר'ע אתרגים. און אפילו אויב עס געשעהט אן אפאקעליפס און פלוצלינג ערב סוכות ווערן פארשווינדן אלע לולבים און אתרוגים, קען מען דאך אלץ בארגן ביי א צווייטע (מתנה על מנת להחזיר כמובן). איך טו דאס שוין זינט מיין חתונה און איך האב יעדעס יאר געפונען ערב סוכות הערליכע לולבים און אתרוגים (פאר א דריטל די פרייז). אפילו אין יארן (א יעדעס יאר) ווען די סוחרים האבן פרובירט איינצורעדן דעם עולם אז ס'דא א מחסור.

איך קען אזוי ווייטער אנגיין מיט דוגמאות, אבער די עיקר איז אז אויב עפעס מאכט אנגעצויגנקייט, אויב מאכט עס זיין מער בהלה ווי א גאנץ יאר דאן טוט מען עפעס נישט ריכטיג. יום טוב דארף זיין עפעס וואס מען קוקט ארויס דערויף בכליון עינים. איך האב נישט ליב אנצורופן מנהגים אלץ משוגעת'ן, אבער אסאך מאל איז עס ליידער נישט מער ווי דעם. און ווען די מנהגים און אפילו הלכות אסאך מאל נעמען איבער און שטערן די עיקר גייט מען אריין אין די כלל פון ולא עם הארץ חסיד.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר