סיפור - די קונסט (אין בלוף) פינעם אתרוג סעיל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
יידש-אינטעלעקט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

סיפור - די קונסט (אין בלוף) פינעם אתרוג סעיל

שליחה דורך יידש-אינטעלעקט »

סיפור - די קונסט (אין בלוף) פינעם אתרוג סעיל

א וואך פאר דער יום טוב סוכות, געציל קימט אריין אין זיין (makeshift) אתרוג גישעפט אזוי ווי יעדע ציפרי. ער לייגט אויס שיין אין א רייע אלע זיינע אתרוגים אויפען טיש, ציטיילט ביי פרייזען, ער נעמט איין אתרוג, פארמאכט עס אין א באקס אין לייגט עס אינטער די טיש. ער איז יעטץ גרייט פאר זיין ערשטען קונה.

קימט אריין זיין חבר שמעריל, גלייך פין שחרית נאך מיטן טלית ותפילין אין האנט, מיט פיל פרייד אין עקסייטמענט. נאך שטייעדיג ביים טיר שרייט הויך ״געציל מיין טייער חבר, וואס מאכסטי? וואס הערציך? עפעס א שיינעם ספעציעלע אתרוג, האסטו פאר מיר?"

איך וועל דיר זאגען דעם אמת, ענטפערט געציל מיט גימאכטע ווייטאג אין זיין קול, איך בעט דיך יעדעס יאר, קים אריין פרי ווייל מען כאפט מיך אויס די שיינע סחורה... די קימסט יעצט שפעט אין סיזאן. וואס קען איך דיר זאגען, וואס קען איך דיר ווייזען.... כאפ א בליק אויף די אתרוגים דא אויפען טיש, איך בין זיכער וועסט טרעפין א שיינס. האסט דאך גיט געדאווענט דעם פאריגען ט״ו בשבט.

נו נו, זאגט שמעריל, דאס אפעטיט איז עם שוין ארויס. ער פילט שוין אז דאס יאר קימט ער טאקע אין שיל יו״ט פילינדיג ווי א לוזער. אבער בלית ברירה, מען מיז דאך האבען אן אתרוג, נעמט ער זיך קלויבען אין בודק זיין די אפקלייב וואס איז אויפען טיש. לאחר בדיקות וחקירות, שבעה נקיים אוף יעדע שטיקל , דרייט ער זיך ווידער צי געציל אין לאזט ארויס א קרעכץ. "געציל, איך זע דא, טאקע אלע שיינע, נקי נקי ממש... אבער די ווייסט דאך, איך בין מהדר אין דעם, איך זיך עפעס טאקע ספעשיל..."

שמעריל, עס טיט מיר וויי דאס הארץ, איך בעט דיר, גידענק אויף נעקסטעם יאר, קים פאר יום הקדוש צי פאר ראש השנה... העק קויף דאם אתרוג פאר שבת נחמו!

אזוי שפילינדיג אויף שמעריל׳ס ווייטאג אין שוואכקייטען, ריפט זיך אן געציל אין זאגט: שמעריל, איך וויל דיך נישט ווייטאן, איך פיל טאקע דיין פיין. פינקט נעכטין איז אריין געקומען קאפיל אין געקלויבט דאס לעצטין הדר שבהדר. ער האט מיר גיבעטען איך זאל עס לייגען אין די זייט, ריזערבט פאר עם, ווייל ער דארף פרעגין זיין שווער צי ער האט שוין באצאלט פאר אן אנדערע וואס ער האט אויף האלד ערגעץ. איך וויל דיר עס אפילו נישט ווייזען, וועסט אויסגיין פאר השתוממות, דאס איז א יחיד, א אינו נמצא! נו לאמיר אפילו נישט אריין גיין אינעם פינעף הונדעאט דאלער וואס ער צאלט... איך וויל דיר אפילו נישט זאגען דעם פרייז... דאס איז ממש דעם שענסטין שטיקל וואס איך האב געזען היי יאר.

שמעריל גייט טאקע אויס, גיפערליך נייגריג, נאך דערצו א שטיקל וואס קאפיל האט אויסגיוועלט איז נישט א דבר של מה בכך. נאך בקשות אין תחנונים איז געציל ענדליך מסכים צי באווייזען דעם שטיק הדר. התפעלות איז קליין גיזאגט, שמעריל איז אויס מענטש. אין געציל שפילט נאך ארויף דעם hype. קיק אהער אזאנס, א גידול, א פיטום, נקי נקי... איך זאג דיר קלאר, מען דארף קימען פרי.

שמעריל, עס רינט עם דאס מויל, ציבראכענערהייט, בעט ער זיך, "געציל, ריף אן קאפיל, זע אפשר קען ער נעמען דאס אתרוג וואס זיין שווער האט עם אוועק גילייגט. מאך דעם קאל, איך בעט דיך."

געציל אטעמט שווער, "איך זאג דיר שמעריל, איך טו עס נאר פאר דיר, ביסט א גיטע חבר מיינע..." ער ריפט אן פלוני אלמוני, לייגט אראפ א זאפטיגע מעשה, אין מיט געוויין בעט זיך ביי קאפיל זאל עם לאזען פארקויפען דאס יחידעל הדר פאר שמעריל. יא יא פארשטייט זיך אז שמעריל דארף צילייגען דאס צוויי הונדערט דאלער וואס דאס אנדערע וועט קאסטען מער. אין מען האט א דיל.

שמעריל, מיט א שמייכעל פין אויער ביז אויער, וואקט ארויס פינעם גישעפט, אן אתרוג אין האנט אין א פילען געפיל הארץ, ער האט א יחיד במינו, נאך קאפיל׳ס א סעלעקשען, טאקע גיט גידאווענט.

אין אין גישעפט, פאקט איין געציל דאס זיבען הידרעט דאלער, ישר ריין פארדינט. ער נעמט א פרישע אתרוג פינעם טיש, פאקט עס איין אין א באקס מיט א צייכען אין לייגט עס אינטער די טיש. ער איז יעצט גרייט פאר דעם נעקסטעם קוסטעמער.

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר