דורך outspoken » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:14 pm
הערצעלע מיין,
די האסט א וואונדער קראפט אין דיר,
א שליסעלע א קליין.
וואס אלצדינג ווערט ארויסגעברענגט נאר דורך דיר.
דאס רצון אויב ס'פעלט, קען איך נישט געבן זיך א קער.
און ווען די גיבסט עס מיר, דארף איך גאר קיין סאך מער.
ווייל אויב דיין רצון איז פעסט,
וועט זי אפי' ברעכן אייזן,
און דאס שווערסטע וועל איך מיט איר באווייזן.
און אויב דיין רצון איז פעסט.
קען איך אלעס דורך שווימען,
און קיין זאך איז מעגליך נאכצוקומען.
--
דאס אלעס סיי וועלכע שווערע וועג,
און נאך שלאפלאזע נעכט און טעג.
נישט קיין חילוק ווען,
מיט דיין רצון מען קען,
גאר פארגעסן,
אלע אינטערעסן.
און דיין ווילן געט כח אויך,
מקבל זיין אלץ ווי מען ברויך.
און סבלנות שטיל,
רחמנות האבן פיל,
און פון זיך געבן אן א גבול.
--
ווייל אויב דיין ווילן איז שטארק,
מעג עס דינערן און בליצן,
און קיין זאך וועט קענען שטערן מיר,
און אויב דיין ווילן איז שטארק.
וועלן קיין תירוצים ניצן.
פון מיין באשלאס צו געבן זיך א ריר.
--
געדענקן דאס אבער גוט,
א שוואכע ווילן גארנישט טוט,
א רצון וואס איז פויל,
עס בלייבט נאר רייד אין מויל.
און קיין מעשים קומען נישט דערמיט.
אויב עס איז נישט באמת פעסט,
גארנישט אויספירן די וועסט,
זי וואקעלט און פארשווינד,
צום בלאז פון יעדער ווינט.
און צום סוף פון איר מען פארגעסט.
--
עשה רצונו כרצונך
כדי שיעשה רצונך כרצונו
בטל רצונך מפני רצונו
כדי שיבטל רצון אחרים
מפני רצונך
--
אוי הוי.
טאטע זיסער אין מיין הארץ געגעבן,
האסטו דאך רצונות פיל ערליי,
און איך וויל אין דיר באמת שטרעבן.
אויספירן א יעדן איינס פון זיי.
איך וויל.
אלעמאל געזונט זיין פריש און מונטער,
מיט בלוט און שמחה קענען דינען דיר,
ביישטיין אין אלע גוט ביי וואס קומט אונטער.
און איך בעט באשעפער העלף מיר.
איך וויל.
די קינדער מיינע קענען גרינג ערציען,
מיט שיין פרנסה רואיג נערן זיי,
אין תורה וואקסן און מיט מידות בליען.
די זכיה שענק מיר טאטע'ניו געטריי.
--
אוועק פון גוטע האר,
איך ווער אנטוישט און פיל מיט צער,
ווען איך האב נישט דערגרייכט,
מיין שטרעבן נישט עררייכט,
ווייל די מיטלען כ'האב נישט געהאלטן פאר.
איך וויל טאטע טון פאר דיר,
וואס דיין רצון פארלאנגט פון מיר.
שענק מיך ביטע די מעגליכקייט דערצו.
צו קענען שאפן דיר נחת פיל.
--
אוי אוי.
יודעלע מיין טייער איך פארשטיי דיר,
אין העכסטן שטייגער ווילסטו דינען מיר.
איך בעט דיר אבער ווייס אז מיין באגער,
איז טאקע זאלסט מיר דינען מיט דיין שטער.
ס'שווער.
דאס וויל אבער דער באשעפער דיינער,
דאס איז ריכטיגע רצון ה',
מקבל זיין זאלסטו הנהגה זיינער.
און מיט דעם וואס ער געט דיר דינען אים.
נאכמער.
געשטעלט האט ער דיר דווקא מיט השגחה,
מיט דיין כשרונות מידות און נאטור,
באשערט דיין וואוין ארט און אויך דיין משפחה.
און דאס איז דיין עבודה טאקע דאס.
רצון ה' איז דיין עבודה טאקע דאס
הערצעלע מיין,
די האסט א וואונדער קראפט אין דיר,
א שליסעלע א קליין.
וואס אלצדינג ווערט ארויסגעברענגט נאר דורך דיר.
טאטע'ניו באגליק,
סייעתא דשמיא פאר טריט און שריט.
איך זאל נאר וועלן,
דיין ווילן צופרידן שטעלן.
from ivelt
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID