נבלה נעשה בסקווער - נישט צולאזען חברים צו לוויה פון א חבר

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

נבלה נעשה בסקווער - נישט צולאזען חברים צו לוויה פון א חבר

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:14 pm

געווענטליך איז א לוויה א שטיקל צייט פון נארמאלקייט, ווען די מצב פון די אבלות מאכט מענטשען אראפלאזען זייערע געווענטליכע אגו'ס און מחלוקת'ער און זיך אויפפירען עכ"פ מיט נימוס האנושי. אפטמאל טרעפט מען משפחה מיטגלידער וואס זענען אויף מעסער שטעך יארען אבער ווען עס קומט צו א פטירה פון א קרוב זייערע וועלן זיי לכבוד המת און מתוך אימת המוות נאכלאזען פון זייער געווענטליכע מחלוקת'ער און זיך אפילו שטעלן צוזאמען איינער מיט'ן צווייטען, אדער עכ"פ צושטעלן אז יענער זאל אויך האבען א מקום זיך משתתף זיין אפגעבן דער לעצטער כבוד פאר דער נפטר. יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז די פטירה פון א מענטש איז א צייט זיך צו פירען מיט מער מענטשליכקייט, און נישט פירען פאליטיק און אגענדע'ס אויף א צווייטער'ס טויטע קערפער. דאס איז א זאך וואס יעדער גוי פארשטייט, און מ'קען ברענגען צו דעם דוגמאות אן א סוף, מפורסמים מער און ווייניגער מפורסמים.

פארהאנען אבער מענטשען, וואס פארופען זיך יראים ושלמים, וואס זענען כלומ'רשט מקפיד אויף יעדער קוצו של יוד אין שולחן ערוך און זענען גרייט זיך מוסר נפש זיין אויף ערקתא דמסאני, וואס ביי זיי איז עפעס נישט תופס דער פשוט'ער כלל פון מענטשליכקייט. ביי זיי איז די אייגענע כבוד, די אייגענע פאליטיק, און די אייגענע ניצחון, וואס זיי רעדן זיך אמאל איין אז דאס איז כבוד שמיים (דער זעלבער שמים און באשעפער ווי אין דער מעשה וואס איינער האט פארציילט "מה עשה הקב"ה- בין איך געגאנגען בינאכט און עם פארברענט זיין הויז") פאלט זיי ניטאמאל איין אז מ'זאל נאכגעבן פאר די נאנסטער חברים פון דער נפטר די מעגליכקייט צו וויינען אויף זיין מיטה, און עם מלווה זיין צו קבורה.

די אבסורד און די רשעות איז גרויס ביז'ן הימל. די משפחה און קהילה אירע, וואס בחייה האבען זיי איר פארוואגעלט פון אלע וועלטן און פשוטו כמשמעו אפגעהרג'ט. אן אריינגיין אין סיבות פארוואס מען נעמט זיך דאס לעבן וכו' וכו', איז אין דעם נישטא קיין ספק אז איר קהילה און משפחה האט זיך געפירט מיט איר ערגער ווי זי פירט זיך מיט א פרעמדער גוי פון אוזבקיסטאן, און האט זיך מתייחס געווען צו איר אויף א וועג וואס זיכער יש בו כדי להמית אפילו פאר א שטארקער געזונטער מענטש וואס מ'באגייט זיך מיט עם אזוי. און די איינציגסטע וואס זי האט געהאט געבליבען אויף דער וועלט איז די פאר חברים וואס שטיין אין אן ענליכע מצב און זענען מחזק איינער דעם אנדערן, חברים וואס די שטארקייט פון די סארט חבר'שאפט איז זעלטן צו טרעפן. און יעצט אז זי איז טראגיש אומגעקומען, און לפי הכללים גייט איר גוף צוריק צו די שליטה פון די משפחה, וואס וועקן זיך יעצט אויף אז זיי זענען אחראי אויף איר און וועלן איר באגראבען, צו'ם צווייטען מאל נאכ'ן איר באגראבען לעבעדיגערהייט, דיקטירט די פשוט'סטע מענטשליכקייט אז מען זאל מודיע זיין לפחות פאר די חברים ווען די לוויה איז, און זיי געבן א נארמאלער ארט צו באוויינען זייער חבר וואס איז אוועק פון זיי.

אבער ניין, מבחינת סקווער הקדושה איז ווער עס גייט נישט אין שפאן עקזעסטירט בכלל נישט. עס קומט זיך זיי א שכויעח אז מ'געט איר א דאמפ אריין אין א קבר און מז'אגט אויף איר א קדיש. נישט מ'איז מודיע פאר די חברים בכלל ווען איז די לוייה, אדער גארנישט וואס טוט זיך. אבער חברים בלייבען חברים, און זענען גרייט זיך צו מוטשענען אויך פאר א חבר. א גרופע חברים זענען אראפגעפארען נעכטן נאכמיטאג אין שיכון סקווער נאכן הערן שמועות אז עס גייט זיין די לויה, און האבען געשטאנען און געווארט דארט כמעט אגאנצע נאכט אז עס זאל זיין. עס איז נישט קלאר פארוואס די לויה האט זיך אזוי אויפגעהאלטען, אבער דאס איז קלאר אז קיין אויגענבליק האט מען נישט געגעבן פאר די געטרייע חברים וואס זענען געקומען צו פארען פון דער נאנט און פון דער ווייט איר געבן דאס לעצטע רעספעקט. ווארשיינליך איז די לויה צו'ם סוף פארגעקומען פיר אזייגער פארטאגס, נאכדעם וואס דער עולם איז שוין אוועק.

זאל קיינער נישט יעצט קומען פארקויפען אז דאס איז די נארמאלער אדער אנגענומענער אידישער וועג זיך צו פירען אין אזוינע פעלער. און אוודאי קען מען נישט צושטעלן פארשידענע הלכות ווי באבוד רשעים רינה וכו'. אויב האלט איר אז זי איז א רשע און א מאבד עצמה לדעת וכו', מאכט איר נישט קיין לויה, מוחל טובות, ווי פונקט היינט זענט איר געווארען בעלי בתים. און דאס איז אוודאי נישט דער נארמאלער וועג וויאזוי אידען אפילו אר חרדישע חאניאקישע פירען זיך אין אזא פאל. עס דערמאנט זיך פאראיאר סוכות האט א גערער יונגערמאן אין ארץ ישראל א יוצב"ש ישראל קרול זיך גענומען דאס לעבן, און כאטש קיינער איז נישט חושד גור אויף זיין עקסטער מענטשליך, האט זיך די משפחה צוגעשטעלט למעלה מכוחם און כאטש עס איז זיי גאר שווער אנגעקומען, צו די חברים זיינע אין די לויה און במשך די גאנצע אבלות. און איז אפילו געקומען צו פארזאמלינגען וואס די חברים זיינע האבען אראנדזשירט לזכרו. די סארט קאלטבלוטיגע הנהגה איז נישט מענשליך, נישט תורה'דיג, נישט אידיש'לעך, און נישט חסידיש. און קען נאר זיין א תוצאה פון א גאנצער הנהגה וואס זעהט בכלל קיינמאל פאר זיך מענטשען נאר נאך נומבערס און באטס אין די העליגע פארטיי.

(לאור בקשת באריסטא אין דער דערנעבנדיגער אשכול, איז דא נישט די פלאץ צו באהאנדלען פריוואטע מענטשען, נאר צו רעדן וועגן דער עצם ענין, און ארויסגעבן א ווי געשריי אויף דער רשעות וואס א"ג היימישע אידען האבען די מוט צו טוהן מיט זייערע אייגענע ברודער און שוועסטער).
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3895
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6146 מאל

הודעהדורך הירשל ציג » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:25 pm

facebook friends הייסט נישט קיין חבר. כלייב מיר
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
באניצער אוואטאר
הירשל ציג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

הודעהדורך סופר ומונה » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:29 pm

הירשל, איר זענט ווארשיינלעך קיינמאל נישט אויסגעשפיגן געווארן פון אייער געמיינדע. אזעלכע וואס זענען דאס יא דורך, האבן צומאל מער אמתע חברים אין דער ווירטואלער וועלט ווי אין דעם עולם העשיה.
באניצער אוואטאר
סופר ומונה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 280
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 629 מאל

הודעהדורך outspoken » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:29 pm

די ערשטע מאל אין היסטארי ווי אני הקטן אגרי מיט סקווירא.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:30 pm

הירשל ציג האט געשריבן:facebook friends הייסט נישט קיין חבר. כלייב מיר

מה ענין שמיטה אצל הר סיני?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3895
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6146 מאל

הודעהדורך outspoken » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:36 pm

זי איז געווען גענוג גרויס, זי וואלט געקענט שרייבען צוואה ווי אזוי זי וויל, אדרבה זאלן זיי אלע יעצט שרייבען צוואה אז זיי ווילען אז זייער פעיסבוק חברים און חברתות זאלען אנפירען (און צאלען) זייער ליוויות.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

הודעהדורך היימישער ליטוואק » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:38 pm

לעקוואד,
ראשית כל, דאס זענען נישט קיין חבירים, דאס זענען מעמבערס פון דעם זעלבן קלוב.
ועוד, הישמע כזאת, דארף א פרומע קהלה אקקאמדירן א חברה פורקי עול און מומרים *להכעיס*? זיי - און מיר אלע - גלייבן אז עס איז גארנישט קיין טובה פאר איר נשמה צו האבן די "חבירים" ביי איר לויה. בלייבט נאר איבער דער איינציגסטער ציל אויף צופרידנצושטעלן די חברה פוקרים. דארף דאס א יודישע פרומע קהילה טון?
בפרט ווען זייער קומען האט גאר ווייניג מיט באוויינען די נעדרת ע"ה, נאר אסאך מער מיט פראטעסטירן און דעמאנסטרירן אנטקעגן יידישקייט און קעגן די תורה ושומרי מצוותיה.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 1668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1194 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:40 pm

outspoken האט געשריבן:זי איז געווען גענוג גרויס, זי וואלט געקענט שרייבען צוואה ווי אזוי זי וויל, אדרבה זאלן זיי אלע יעצט שרייבען צוואה אז זיי ווילען אז זייער פעיסבוק חברים און חברתות זאלען אנפירען (און צאלען) זייער ליוויות.

אזוי פאני. בלעים דע וויקטים איז קיינמאל געווען אזוי אקטואל. אז יענער פירט זיך ווי א חיה רעה איז גאר די טענה אויף מיר פארוואס האב איך נישט אנטלאפען גענוג ווייט.
מען דארף נישט שרייבען אזוינע צוואות. אין א נארמאלער וועלט באהאלט נישט די משפחה א לוייה פון די חברים. אפשר טאקע יעצט אז מ'ווייסט אז אזוי פירען זיך די חיות בדמות אדם, זאלן זיך טאקע אנדערע באווארענען.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3895
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6146 מאל

הודעהדורך חקרן » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:43 pm

כ''פארשטיי נישט. סקווירא וואלט געדארפט צולאזן זיינע חברים? - יעדער בר-דעת פארשטייט וואס עס וואלט זיך אפגעטאן ביי די לויה ווען מען לאזט די חברים... ניין. זיי וואלטן נישט געדארפט צולאזן.
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 544
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:46 pm

היימישער ליטוואק האט געשריבן:לעקוואד,
ראשית כל, דאס זענען נישט קיין חבירים, דאס זענען מעמבערס פון דעם זעלבן קלוב.
ועוד, הישמע כזאת, דארף א פרומע קהלה אקקאמדירן א חברה פורקי עול און מומרים *להכעיס*? זיי - און מיר אלע - גלייבן אז עס איז גארנישט קיין טובה פאר איר נשמה צו האבן די "חבירים" ביי איר לויה. בלייבט נאר איבער דער איינציגסטער ציל אויף צופרידנצושטעלן די חברה פוקרים. דארף דאס א יודישע פרומע קהילה טון?
בפרט ווען זייער קומען האט גאר ווייניג מיט באוויינען די נעדרת ע"ה, נאר אסאך מער מיט פראטעסטירן און דעמאנסטרירן אנטקעגן יידישקייט און קעגן די תורה ושומרי מצוותיה.


אפשר זאגסטו מיר וואס די הגדרה פון חברים איז אז נישט דאס? נאר דער וואס עסט קיגל פון דער זעלבער שיריים? אחוץ פון דעם וואס אז מ'איז א חלק פון א קלאב איז מסתמא א חלק ווערן טאקע חברים, דער נענטער און דער ווייטער, מ''דארף נישט זיין א ראקעט סייענטיסט דאס אויסצופיגערן.

קיינער רעדט נישט דא פון געבן דער עמוד פאר ארי מאנדל אין סקווער, מ'רעדט פלעין פון די מערסטע בעיסיק מענטשליכקייט, פון לאזן קומען צו א לוייה. נישט אלעס איז נשמות מיט טובות. עס זענען דא בשר ודם אויף דער וועלט אויכעט. יא, א פרומע קהילה , פונקט ווי יעדער מענטשליכער קהילה אין דער וועלט, דארף דאס טוהן. איך האב אייך געברענגט אפילו דוגמאות אז דאס טוהט מען טאקע אין אנדערע פעלער ווי עס טרעפט זיך א פיצקעלע מער מענטשליכקייט.

און ניין, נישט אלע מענטשען זענען אזוי פארדרייט. עס זענען דא פשוט חברים, קלאב מעמבערס, צו ווי דו ווילסט דאס רופען, וואס פילען שלעכט אז א חבר זייערע איז געשטארבען, עס האט גארנישט צוטוהן מיט פראטעסטירען אדער עפעס. עס איז א פלא ווי מענשטען זענען אזוי צועוואוינט אז יעדער זאך איז א פראטעסט און א סטעיטמענט, אז מ'פארגעסט פשוט אז אמאל איז דא פלעינע מענטשליכע פילינגס. יא, זיי האבען אן אינטערעס צו ווייזען אז זיי האבען אויך מענטשען, און אז זי איז נישט געבליבען סתם אינגאנצען אפגריסן, נו מעגן זיי נישט?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3895
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6146 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:47 pm

חקרן האט געשריבן:כ''פארשטיי נישט. סקווירא וואלט געדארפט צולאזן זיינע חברים? - יעדער בר-דעת פארשטייט וואס עס וואלט זיך אפגעטאן ביי די לויה ווען מען לאזט די חברים... ניין. זיי וואלטן נישט געדארפט צולאזן.

אפשר ביסטו טאקע מסביר וואס 'יעדער בר דעת' פארשטייט וואס וואלט זיך אפגעטוהן, און פארוואס ביי אנדערע פעלער ווי די זעלבער זאך איז געשעהן איז קיין איינע פון די 'יעדער בר דעת' זאכען נישט געשעהן?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3895
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6146 מאל

הודעהדורך לכבוד שבת קודש » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:49 pm

לעיקוואד; איך גלייך גראדע צו ליינען געווענליך דיינע זאכן, מלא טעם. אבער זיי נישט בלינד ביטע... דו פארשטייסט אליין אז דארט וואלט געווען א פיינע פראטעסט, און דו ווייסט אז דא איז אנדערש פון אנדערע פעלער. זאג ביטע נישט אנדערש, האלט דיין כבוד.
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 243
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

הודעהדורך חקרן » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:50 pm

לעיקוואד האט געשריבן:אפשר ביסטו טאקע מסביר וואס 'יעדער בר דעת' פארשטייט וואס וואלט זיך אפגעטוהן, און פארוואס ביי אנדערע פעלער ווי די זעלבער זאך איז געשעהן איז קיין איינע פון די 'יעדער בר דעת' זאכען נישט געשעהן?



אקעי, גערעכט.
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 544
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:53 pm

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:לעיקוואד; איך גלייך גראדע צו ליינען געווענליך דיינע זאכן, מלא טעם. אבער זיי נישט בלינד ביטע... דו פארשטייסט אליין אז דארט וואלט געווען א פיינע פראטעסט, און דו ווייסט אז דא איז אנדערש פון אנדערע פעלער. זאג ביטע נישט אנדערש, האלט דיין כבוד.


אוי ווי איך האב ליב ווי פאר סתם שיסען א סטעיטמענט אן קיין שום דעקונג פראבירט מען אזוי מיט חנופה, אולי ירחם.

אפשר ביסטו מגלה וואסארא פראטעסט לאזונגען האבען זיך די חברה אנגעגרייט צו שרייען ביים לויה? אפשר ווייסטו ווי זיי האבען באהאלטען די אייער צו ווארפען?

א פלא אין ערגעץ האב איך נישט געהערט אזא זאך. אז חברים זאלען קומען צו א לוייה צו מאכען א פראטעסט. נאר אין די warped minds פון געוויסע מענטשע איז דאס די אינסטינקטיווער וועג פון אנקוקען אזא זאך. כאמור, יא, זיי האבען אן אינטערעס צו ווייזען פאר די פרומע וועלט אז זיי עקזעסטירען, אבער פון דאס ביז א פראטעסט איז א לאנגע וועג.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3895
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6146 מאל

הודעהדורך היימישער ליטוואק » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:02 pm

הזאת לעקוואד?
איך פלעג צו לייענען דיינע תגובות און אוטומאטיש, בלינדערהייט דיר געבן א לייק. אוי מה היה לנו...

על ראשון ראשון. די הגדרה פון חבירים, נישט קיין גרויסע ראקט סייענס. אבער - - די צער פון חביירם נישט צו קענען זיך בטיילנגען אין א לויה איז דווקא אז מ'איז פערזענליך נאנט. זיי נישט בייז, אבער ח"ו ח"ו אויב... פון אונזער שטיבל וועט הולך זיין לעולמו, וועל איך בל"נ אפשרייבן א שיינעם הספד, אבער כנראה נישט גיין אויף די לויה, בפרט אין א אומסימפאטישן שטעטל.
חבירים מיינט איינער וואס איז באמת נאנט, שכן קרוב מאח רחוק.

ווען דאס וואלט גווען אנטקעגן משפחה מיטגלידער וועלכע זענען נישט פרום וואלט איך מסכים גווען מיט דיר.

איך וויל דיך פרעגן, די צער פון די משפחה אירע און איר מאנ'ס, צוזעהנדיג בשעת די לויה די גאנצע חברה איז נישט קיין חשבון פאר "בשר ודם" און פאר "מענטשליכע קהילה"? זייער בלוט איז יא הפקר?
און דו זאגט אז עס וואלט נישט געווען קיין פרוטעסט. פ"וו ווייסט דו דאס? אנדערע שרייבערס דא, ואני בתוכם, זענען נוטה אויף יא. און וואס איז דער דין ווען די חברה קדישא/ראשי קהילה זענן מסופק, האבן זיי נישט קיין רעכט חושש צו זיין אויף דעם.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 1668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1194 מאל

הודעהדורך זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:08 pm

קודאס צו סקווירא!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

הודעהדורך לכבוד שבת קודש » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:11 pm

גיב נישט קיין קודאס... סקווירא האט טאקע געהאנדלט ריכטיג לויט די אומשטענדן, אבער ס'איז נאך אלס ווייטאגליך אז מען האט עס געמוזט טון. מאך נישט קיין נצחונות דערפון.
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 243
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:11 pm

היימישער ליטוואק האט געשריבן:הזאת לעקוואד?
איך פלעג צו לייענען דיינע תגובות און אוטומאטיש, בלינדערהייט דיר געבן א לייק. אוי מה היה לנו...

על ראשון ראשון. די הגדרה פון חבירים, נישט קיין גרויסע ראקט סייענס. אבער - - די צער פון חביירם נישט צו קענען זיך בטיילנגען אין א לויה איז דווקא אז מ'איז פערזענליך נאנט. זיי נישט בייז, אבער ח"ו ח"ו אויב... פון אונזער שטיבל וועט הולך זיין לעולמו, וועל איך בל"נ אפשרייבן א שיינעם הספד, אבער כנראה נישט גיין אויף די לויה, בפרט אין א אומסימפאטישן שטעטל.
חבירים מיינט איינער וואס איז באמת נאנט, שכן קרוב מאח רחוק.

ווען דאס וואלט גווען אנטקעגן משפחה מיטגלידער וועלכע זענען נישט פרום וואלט איך מסכים גווען מיט דיר.

איך וויל דיך פרעגן, די צער פון די משפחה אירע און איר מאנ'ס, צוזעהנדיג בשעת די לויה די גאנצע חברה איז נישט קיין חשבון פאר "בשר ודם" און פאר "מענטשליכע קהילה"? זייער בלוט איז יא הפקר?
און דו זאגט אז עס וואלט נישט געווען קיין פרוטעסט. פ"וו ווייסט דו דאס? אנדערע שרייבערס דא, ואני בתוכם, זענען נוטה אויף יא. און וואס איז דער דין ווען די חברה קדישא/ראשי קהילה זענן מסופק, האבן זיי נישט קיין רעכט חושש צו זיין אויף דעם.

פראביר ווייטער מיט חנופה... אני על משמרתי אעמודה. אחת ושתיים ולא אשנה.

קודם איך וועל יא ברויגז זיין, אויב דו וועסט נישט קומען צו מיין לוייה ווייל דו האסט מיר נאר געקענט ווירטואליש אין ק"ש, גלייב מיר חברים פון ק"ש קענען מיר אפטמאל בעסער ווי אסאך פון א"ג ריעל לייף, וואס איז א חבר אויב נישט דאס? צווייטענס, ע"פ רוב בלייבט נישט די חבר'שאפט ווירטואל, נאר מ'טרעפט זיך וכו'. מיט אסאך חברים פון ק"ש האב איך מיר זיך שוין געטראפען און מיר קענען זיך באמת, און דו ביסט אויך געלאדענט..

אויב זענען מיר מסכים לגבי משפחה מיטגלידער האבע מיר שוין נישט קיין וויכוח. אפשר פעלט דיר פשוט אין הכרת המציאות, פונקט קומט מיר אויס צו קענען די סארט מציאות אביסעל, און איך זאג דיר (ווי סופר ומונה האט שוין ערווענט) אז דער מציאות איז אז אין ד'ער מצב זענען אפילו פעיסבוק פרענדס פיל מאל נענטער ווי משפחה מיטגלידער, שכן קרוב מאח רחוק במלוא מובן המילה. און אז מ'רעדט דא פון א משפחה וואס האט איר פשוט געווארפען צו די הינט, איז נאך נאריש און רשעות'דיג צו קומען מיט קראקאדייל טרערן רעדן גאר פון זייער צער.. עכ"פ אויב ביי משפחה פארשטייסטן איז שוין דער נידון געשלאסן.

דאס איז א יסוד גדול וואס פרומע אידען כאפען אפטמאל נישט, בשם דיין צער האסטו קיינמאלנישט קיין רעכט מצער זיין א צווייטער, וואס דו האסט איז א רעכט צו בעטן פאר א צווייטער דיר געבן דיין מקום וואס עס קומט זיך דיר, און דאס איז די חילוק פון די א"ג צער פון די משפחה וקהילה ביז די צער פון די חברים, אבער כאמור דארף מען גארניש אנקומען צו דעם גאר.

אינטרעסאנט ווי פונקט די וואס קענען בכלל נישט די מציאות זיי זענען די וואס ווייסען פונקט וואסארא פראטעסט וועט זיין.. אבער אפילו אז ס'דא א חשש, האט איינער אמאל געהערט פון אזא זאך וואס הייסט רעדן? עס אזי נישט אזוי שווער פשוט אויפהייבען א טעלעפאן צו דער ראש הכופרים, און דרוכרעדן מיט עם די פונקטליכע תנאים וויאזוי די חברים מעגן קומען און וויאזוי זיי זאלן זיך אויפפירען. א פלא אז אין סקווער איז נאכנישט אנגעקומען דער ערפינדונג וואס הייסט טעלעפאן..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך לעיקוואד אום מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:14 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3895
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6146 מאל

הודעהדורך זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:11 pm

איך גיי מיט'ן גייסט פונעם אשכול
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

הודעהדורך קיין ניק » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:16 pm

מיין ווייבס חברטע פון דע סקווערע שטעטל האט איר דעציילט אז איר טאכטער איז נעכטן אהיים געקומען פון סקול און זי דערציילט אז ביי די בית החיים זענען דא מיידעלך מיט הויזן און בחורים און מלאכט ארום און מעסט פרעצעלס און די מיידלעך שמיסען אז סגייט זיין א לוי'. זי האט נישט געוויסט וועגן די גאנצע מעשה האט זי נישט געגלייבט איר טאכטער. שפעטער איז דע מאן אהיים געקומן האט ער איר דערציילט וועגן די מעשה מיט טאמבאר. בקיצור די חברה וואס וויינען אזוי שטארק אויף דע אינטערנעט האבן ביי די לוי' בכלל נישט געוויינט....
קיין ניק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 13, 2012 1:09 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:19 pm

נו אוודאי, זיי האבען זיך גאר געפרייט אז זייערס א חבר האט זיך געהרג'ט, דאס איז דאך די גאנצע הנאה זייערע אין לעבן, איינרעדן נאך איינער און נאך איינער צו קאמיטן סאיסייד. זיי האבען פשוט געזוכט א תירוץ זיך צאמקומען עסן פרעצעלס. אבי זיי רעדן אונז איין אז די טויט פון א חבר איז א טראגעדיע ביי זיי.

איז טאקע נישטא קיין גבול צו די שטותים וואס ערוואקסענע מענטשען זענען גרייט צו שרייבען אבי מצדיק זיין אן עוולה?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3895
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6146 מאל

הודעהדורך היימישער ליטוואק » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:27 pm

איך האב נישט קיין אינטערעסע דיך צו חנפ'ן. איך זאג נאר אז דו ביסט אביסל אוף די טרעקס.
ווירטואלע חברים *קענען* ווערן אמת'ע חבירים, אבער רוב מאל געשעט דאס נישט. וויפל מאל בין איך געווען אין דיין הויז?
עס איז נישט בשם מיין צער בין איך מצער יענעם, עס איז צער פון די אמת'ע מיטגלידער פון משפחה, אירע יוגנט פריינט וכו' ווירסוס א חברה פון ווירטואלע ספק-פריינט, און ספק-ספיקא צער.
זיי נישט נאאיוו, קען זיין אז די גאר נאננטע וועלן קומען וויינען, אדער אויס רעספקט פאר די נשמה פון די נפטרת (א מושג אין וועלכער ער גלייבט עניוויי נישט), אבער דאן קומען אויך די צווייט-ראנגיגע "חבירים" וועלכע וועלן סתם וואטשן די שאוי פון די סקווערער אמיש קולט, בשעת מעשה רעדן און עסן כדרכם בקודש. און דערנאך קומט געווענטליך צו נאך א חברה וועלכע זענען באמת נויז מייקערס, און פראוואקטורן וועלכע וועלן מאכן א פוינט.
איך בעט דיך טראכט דיך איבער איידער דו ענטפערסט
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 1668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1194 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:35 pm

כל זמן דו גייסט מיט די 'ספק פריינט' טענה איז נישטא וואס צו רעדן, עס איז פשוט א טעות אייערע אין הכרת המציאות. סיי בכלל וועגן ווירטואלישע חברים און בפרט ביי דער מצב.

און קל וחומר בן בנו של קל וחומר אז די חברים זענען באין ערוך נאנטער ווי א משפחה וואס ווארפט דיר ארויס צו די הינט.

אוודאי אין יעדער מצב איז דא טאקע נענטערע און מער ברייטערע סירקלס, דאס איז נאטורליך אזוי ארבעט די וועלט. וואסארא שייכות האט עס? מען מעג אויך קומען מאכען א פוינט, כלומר ווייזען אז זיי זענען קיים, כל זמן מען ווארפט נישט קיין אייער. איך גלייב נישט איינער מיינט אז זיי וואלטן אנגעהויבען צו שרייען אדער עפעס אזוי. סך הכל איז דא אזעלכע וואס זייער עצם אנוועזענהייט שטערט זיי. דאס הייסט נישט צער. צער הייסט ווען דיין טאטע ווארפט דיר ארויס פון שטוב און ביסט כאילו א טויטער ביי עם. נישט ווען דו מאכסט זיך חברים אין א אנדערע קהילה און זיי קומען צו דיין לוייה.

רוב מאל געשעהט עס יא, דהיינו ביי חברים וואס ווערן טאקע נאנט ווירטואליש. דו שרייבסט מיר נישט אין אישי, און מיר האבען נישט קיין עקסטער קשר אויך נישט ווירטואליש פארדעם ביסטו קיינמאל געווען אין מיין הויז. אסאך אנדערע יא. אויך איז פעיסבוק אביסעל אנדערש ווי קאווע שטיבל.

עס איז א פלא ווי סוציאלע הרגלים פארבלענדען אזוי די אויגען צו די פשוט'סטע לאגיק און מענטשליכקייט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3895
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6146 מאל

הודעהדורך מורינו הרב » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:39 pm

לעיקוואד, וואס איז דיין מטרה דא?
האלסט אז דו גייסט איינעם איבערווייזן?
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1125
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 553 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:41 pm

מורינו הרב האט געשריבן:לעיקוואד, וואס איז דיין מטרה דא?
האלסט אז דו גייסט איינעם איבערווייזן?

מאכען א מחאה. דער רבי האט געזאגט מ'דארף טוהן נישט אויפטוהן.
און יא, תתפלא, אבער עס איז דא אויף די וועלט אזא מושג פון מענטשען וואס האבען נישט אפגעמאכטע דעות קדומות אויף יעדער נושא וואס די פארטיי זאגט, און זענען גרייט צו הערן אנדערע צדדים אויך,און זיך אפילו איבערצייגען אויב רעדט מען צו דער זאך.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3895
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6146 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט