נבלה נעשה בסקווער - נישט צולאזען חברים צו לוויה פון א חבר

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6283 מאל
קאנטאקט:

נבלה נעשה בסקווער - נישט צולאזען חברים צו לוויה פון א חבר

שליחה דורך לעיקוואד »

געווענטליך איז א לוויה א שטיקל צייט פון נארמאלקייט, ווען די מצב פון די אבלות מאכט מענטשען אראפלאזען זייערע געווענטליכע אגו'ס און מחלוקת'ער און זיך אויפפירען עכ"פ מיט נימוס האנושי. אפטמאל טרעפט מען משפחה מיטגלידער וואס זענען אויף מעסער שטעך יארען אבער ווען עס קומט צו א פטירה פון א קרוב זייערע וועלן זיי לכבוד המת און מתוך אימת המוות נאכלאזען פון זייער געווענטליכע מחלוקת'ער און זיך אפילו שטעלן צוזאמען איינער מיט'ן צווייטען, אדער עכ"פ צושטעלן אז יענער זאל אויך האבען א מקום זיך משתתף זיין אפגעבן דער לעצטער כבוד פאר דער נפטר. יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז די פטירה פון א מענטש איז א צייט זיך צו פירען מיט מער מענטשליכקייט, און נישט פירען פאליטיק און אגענדע'ס אויף א צווייטער'ס טויטע קערפער. דאס איז א זאך וואס יעדער גוי פארשטייט, און מ'קען ברענגען צו דעם דוגמאות אן א סוף, מפורסמים מער און ווייניגער מפורסמים.

פארהאנען אבער מענטשען, וואס פארופען זיך יראים ושלמים, וואס זענען כלומ'רשט מקפיד אויף יעדער קוצו של יוד אין שולחן ערוך און זענען גרייט זיך מוסר נפש זיין אויף ערקתא דמסאני, וואס ביי זיי איז עפעס נישט תופס דער פשוט'ער כלל פון מענטשליכקייט. ביי זיי איז די אייגענע כבוד, די אייגענע פאליטיק, און די אייגענע ניצחון, וואס זיי רעדן זיך אמאל איין אז דאס איז כבוד שמיים (דער זעלבער שמים און באשעפער ווי אין דער מעשה וואס איינער האט פארציילט "מה עשה הקב"ה- בין איך געגאנגען בינאכט און עם פארברענט זיין הויז") פאלט זיי ניטאמאל איין אז מ'זאל נאכגעבן פאר די נאנסטער חברים פון דער נפטר די מעגליכקייט צו וויינען אויף זיין מיטה, און עם מלווה זיין צו קבורה.

די אבסורד און די רשעות איז גרויס ביז'ן הימל. די משפחה און קהילה אירע, וואס בחייה האבען זיי איר פארוואגעלט פון אלע וועלטן און פשוטו כמשמעו אפגעהרג'ט. אן אריינגיין אין סיבות פארוואס מען נעמט זיך דאס לעבן וכו' וכו', איז אין דעם נישטא קיין ספק אז איר קהילה און משפחה האט זיך געפירט מיט איר ערגער ווי זי פירט זיך מיט א פרעמדער גוי פון אוזבקיסטאן, און האט זיך מתייחס געווען צו איר אויף א וועג וואס זיכער יש בו כדי להמית אפילו פאר א שטארקער געזונטער מענטש וואס מ'באגייט זיך מיט עם אזוי. און די איינציגסטע וואס זי האט געהאט געבליבען אויף דער וועלט איז די פאר חברים וואס שטיין אין אן ענליכע מצב און זענען מחזק איינער דעם אנדערן, חברים וואס די שטארקייט פון די סארט חבר'שאפט איז זעלטן צו טרעפן. און יעצט אז זי איז טראגיש אומגעקומען, און לפי הכללים גייט איר גוף צוריק צו די שליטה פון די משפחה, וואס וועקן זיך יעצט אויף אז זיי זענען אחראי אויף איר און וועלן איר באגראבען, צו'ם צווייטען מאל נאכ'ן איר באגראבען לעבעדיגערהייט, דיקטירט די פשוט'סטע מענטשליכקייט אז מען זאל מודיע זיין לפחות פאר די חברים ווען די לוויה איז, און זיי געבן א נארמאלער ארט צו באוויינען זייער חבר וואס איז אוועק פון זיי.

אבער ניין, מבחינת סקווער הקדושה איז ווער עס גייט נישט אין שפאן עקזעסטירט בכלל נישט. עס קומט זיך זיי א שכויעח אז מ'געט איר א דאמפ אריין אין א קבר און מז'אגט אויף איר א קדיש. נישט מ'איז מודיע פאר די חברים בכלל ווען איז די לוייה, אדער גארנישט וואס טוט זיך. אבער חברים בלייבען חברים, און זענען גרייט זיך צו מוטשענען אויך פאר א חבר. א גרופע חברים זענען אראפגעפארען נעכטן נאכמיטאג אין שיכון סקווער נאכן הערן שמועות אז עס גייט זיין די לויה, און האבען געשטאנען און געווארט דארט כמעט אגאנצע נאכט אז עס זאל זיין. עס איז נישט קלאר פארוואס די לויה האט זיך אזוי אויפגעהאלטען, אבער דאס איז קלאר אז קיין אויגענבליק האט מען נישט געגעבן פאר די געטרייע חברים וואס זענען געקומען צו פארען פון דער נאנט און פון דער ווייט איר געבן דאס לעצטע רעספעקט. ווארשיינליך איז די לויה צו'ם סוף פארגעקומען פיר אזייגער פארטאגס, נאכדעם וואס דער עולם איז שוין אוועק.

זאל קיינער נישט יעצט קומען פארקויפען אז דאס איז די נארמאלער אדער אנגענומענער אידישער וועג זיך צו פירען אין אזוינע פעלער. און אוודאי קען מען נישט צושטעלן פארשידענע הלכות ווי באבוד רשעים רינה וכו'. אויב האלט איר אז זי איז א רשע און א מאבד עצמה לדעת וכו', מאכט איר נישט קיין לויה, מוחל טובות, ווי פונקט היינט זענט איר געווארען בעלי בתים. און דאס איז אוודאי נישט דער נארמאלער וועג וויאזוי אידען אפילו אר חרדישע חאניאקישע פירען זיך אין אזא פאל. עס דערמאנט זיך פאראיאר סוכות האט א גערער יונגערמאן אין ארץ ישראל א יוצב"ש ישראל קרול זיך גענומען דאס לעבן, און כאטש קיינער איז נישט חושד גור אויף זיין עקסטער מענטשליך, האט זיך די משפחה צוגעשטעלט למעלה מכוחם און כאטש עס איז זיי גאר שווער אנגעקומען, צו די חברים זיינע אין די לויה און במשך די גאנצע אבלות. און איז אפילו געקומען צו פארזאמלינגען וואס די חברים זיינע האבען אראנדזשירט לזכרו. די סארט קאלטבלוטיגע הנהגה איז נישט מענשליך, נישט תורה'דיג, נישט אידיש'לעך, און נישט חסידיש. און קען נאר זיין א תוצאה פון א גאנצער הנהגה וואס זעהט בכלל קיינמאל פאר זיך מענטשען נאר נאך נומבערס און באטס אין די העליגע פארטיי.

(לאור בקשת באריסטא אין דער דערנעבנדיגער אשכול, איז דא נישט די פלאץ צו באהאנדלען פריוואטע מענטשען, נאר צו רעדן וועגן דער עצם ענין, און ארויסגעבן א ווי געשריי אויף דער רשעות וואס א"ג היימישע אידען האבען די מוט צו טוהן מיט זייערע אייגענע ברודער און שוועסטער).
I have a dream
Martin Luther King ~

דער אשכול פארמאגט 314 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר