אין די סעריע הודעות פונעם טראגעדיע, לאמיר טראכטן אביעקטיוו

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3088
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4496 מאל

אין די סעריע הודעות פונעם טראגעדיע, לאמיר טראכטן אביעקטיוו

שליחה דורך מאטי »

טייערע חברים: ס׳איז דאס ערשטע מאהל וואס איך נעם דעם ווירטואלע פעדער און קלאפ אפ א תגובה אויפן לעצטן באקאנטער סקווירער טראגעדיע. וואס כ׳האב  יא געטון ביז יעצט איז, געליינט; געליינט אלע אשכולות ואשכולי אשכולות, אלע טענות רעכטס/לינקס/ ניקים שונים נייע אלטע באקאנטע און אומבאקאנטע וואס האבן אלע לפי קוצר ורוחב שכליהם געלאזט הערן זייערע דיעות. (פארשטייט זיך אויך געלייקט די וואס מיין הארץ האט געפאדערט).
ס׳איז מיר שווער צו מאכן א סך הכל ווייל ס׳שוועבן אין מיר צוויי הויפט קעגן-געזעצטע נגיעות וואס איז גראדע ברייט אויסגעשמועסט בתוך האשכוליות.

פון איין זייט טענה׳ן די פרומע אז זיך אננעמען פאר די או טי דיס שטאמט פשוט פון ״אויפגעקלערטקייט לשם אויפגעקלערטקייט״ צו איז דאס אנגעגעסנקייט (מיט רעכט) אויפן סיסטעם, צו איז דאס געפעלן געוויסע ניקים אויף קאווע שטיבל, אדער סתם צו ווייזן אז איך בין א טראכטער אויסער די באקס. 

פון דו צווייטע זייט - די וואס נעמען זיך אן פאר די או טי דיס  - אז רעליגיעזער פאנאטישקייט שפילט א הויפט ראלע ביים באשליסן גערעכטיגקייט בבחינות (להבדיל) ״דויטשלאנד איבער אלעם״ איז בכלל נישט געבליבן פארן פרומער פלאץ אין מוח אנצונעמען אז די ארויסגעפאלענע האבן בכלל רעכטן.

און די צוויי נגיעות  זענען געקניפט און געבינדען, דהיינו דער אויפגעקלערטער וועט טאקע צוליב זיינע פערזענליכע אנשויאינגען אנקוקן דער פרומער מיט פארדאכט און דער פרומער וועט אנקוקן דעם ליבעראלער פאר סתם א ליבעראלער טאקע צוליב זיין נישט קענען טראכטן אנדערש ווי ער איז צוגעוואונט. 

איך דענק אז ס׳איז רעכט צו זאגן אז א גרויס חלק פון די ויכוחים זענען פיגורירט געווארן ביודעים ובלא יודעים אין ליכט פון אט די דערמאנטע צוויי נגיעות.

און אנדערע ווערטער צד לעיקוואד/הוגה/דענקער ודומיהם האבן בלי ספק געזען צווישען דו שורות פון צד איינגעמיירעט/איך אויך/בן תמליון ודומיהם א פאנאטישקייט פון טראכטן פרום /פאנאטיש. ביי איטליכער האבן לאו דוקא דער סובסטאנץ פון דער תגובה געפאסט א מיינונג נאר אלטע אבסערוואציעס פון פארגאנגענע תגובת האבן אויך געשפילט א ראלע אן אפשאצן וואס דער וויל דא באמת.

און דער זעלבע זאך האט זיך אפגעשפילט אינעם אנדערן פרומער לאגער. צד א׳ זענען אנגעקלעבט געווארן מיט לאוזינגען וואס האט לאו דוקא צוטון מיטן נארוואס געשריבענער תגובה, נאר מיטן גאנג כאילו דער ניק וויל פארדינען פונקטן אויפן מזבח פון סעקולעריזם.

אלזא פארוואס לינגעריר איך דא אזוי לאנג מיט נגיעות. צו וואס איך וויל צוקומען, איז אזוי:
 מיר אלע ווייסן אז נגיעות פארבלענדט דעם מענטש פון טראכטן אביעקטיוו נישט נאר דאס! ער רעדט זיך באמת איין אז ער איז בעצם יעצט העכסט אביעקטיוו אנע נגיעות!.

קוקט אהער; לעיקוואד טענה׳ט חי וקים אז ער טראכט מיט שכל הישר, און די אנדערע האבן פארלוירן דעם דעת מיטן שכל פון צו טראכטן אינדרויסן פונעם באקס. בעת דער צד שכנגד טענה׳ט פונקט קאפויער אז דוקא לעיקוואד האט א שוואכקייט צו או טי דיס און ער וועט בשום אופן נישט קענען מצדיק זיין די פרומע קעגן  די פרייע אויף קיין פאל, און גענוי דאס איז וואס טרייבט אים, אבער מיר פארשטייען מיט לאגיק אז כל המשנה ידו על התחתונה.

למעשה דארף מען מאכן א לאגישער טעסט זיך אליינס צו פארהערן, בין איך טאקע אביעקטיוו האב איך א געוויסער בלאקעדש וואס לאזט מיר נישט טראכטן דעם דרך הממוצע אדער איז מיין צד שכנגד גאר דער נבוך. ווייל צד א׳  נעמט זיך למעשה אייביג אן פאר די פרייע או טי די און צד ב נעמט זיך אלס אן פאר די פרומע זייט קיינער גייט דאך נישט ארויס פון פארטי ליניעס  .
האב איך געטראכט אזוי : איך וועל פארלייגען געוויסע פענאמענען פון וואס מ׳האט נאכנישט געטראכט, וואס זענען למעשה  ארויס פונעם גדר פון וואס מ׳האט גע׳טענה׳ט אז וועגן דעם איז מיין צד גערעכט, אבער מ׳מוז נאך אבער נאך אלץ נעמען א שטעלונג איז דער  פרייער גערעכט, אדער דער פרומער איז גערעכט.

יעדער איינער וואס וויל וועט זיך אליינס קענען פארהערן לויט וואס זיין פירסט ריספאנד אינעם מוח וועט אים זאגן.

איינע פון די וויכוחים איז געווען צו חתונה האבן ביי די ניינצן איז א רעכטער בנין, אדער א בנין נערים סתירה. פארשטייט זיך אז צד א׳ האט געהאלטן אז ס׳איז צוויי בעיביס וואס זענען געווארן ברעין-וואשט און מ׳קען נישט פון דעם פסק׳נען. און צד ב׳ האט געהאלטן אז ליגאל זענען זיי אדאלטס גע׳חתמ׳ט איז גע׳חתמ׳ט! נישט דא קיין תירוץ אין אמעריקע כ׳האב נישט געוואוסט.

וועל איך דא פרעגן צוויי שאלות.

1) וואס האלט איר ווען א 35 יעריגע פרומע קאפל האט חתונה פרומערהייט, מיט אן אומגעשריבענע אפמאך פארשטייט זיך, אזוי אויך אויפציען די קינדער און נאך אפאהר יאר ווערט די מאמע פריי, ווער האט די רעכט אויפן  קינד׳ס רעליגיע ?

2) א פרייע קאפל וואס האט חתונה ביי די 19, און נאך אפאר יאר ווערן איינע פון די עלטערן פרום און פאדערט אזוי פון די קינדער, וואס האלט איר ווער האט רעכט אויף די רעליגיע פון די קינדער ?

איך פארשטיי אז אין פאבליק איז אמאהל שווער מודה צו זיין אויף א זאך וואס מ׳האט אויסגעגעבן בלוט און שווייס דערויף, איך לאדן איין דעם עולם ״בפרט די היציגע אינעם דיבאטע״ מיר צו שיקען אין אישי וואס זייער ערשטער ריספאנס איז געווען, און אפשר אולי וועט מען קענען דא ארויסקומען למי החותמת....  

 
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves

דער אשכול פארמאגט 79 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר