סקווער לעומת אנדערע חסידות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך אברך משי » דאנערשטאג יוני 23, 2016 1:28 pm

והוא עמוק.
ווי ספאסט פאר א איד פון ליטווישן חדר!
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 254 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

הודעהדורך אינטערסאנטער » דאנערשטאג יוני 23, 2016 4:04 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אינטרעסאנט, דער חתם סופר האט אונז געלאזט א מושב פון תלמידים מיט אייניקלעך, וואס יעדער האלט זיך זיין פארטרעטער, און זיי רעדען נישט אזא שפראך. דער חת"ס האט גאר מהדר געווען אויף מאשין מצות, אז דער חומרא פון חמץ איז געווען וויכטיגער ווי א טראדיציע פון האנט מצות


סתם אמאראצעס, ביים חתם סופר'ס צייטן איז נאכנישט געווען בכלל קיין מאשין מצות
אינטערסאנטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

הודעהדורך ישראל גלויבער » דאנערשטאג יוני 23, 2016 5:53 pm

אברך משי האט געשריבן:צוריק צום נושא:
מנהגים מעג יעדער האבן לויט ווי זיין זיידע, רבי, מנהיג, צדיק, מייסד, מחולל, נשיא, מדריך, מחנך, און עס איז גארנישט ראנג צו זאגן קאפיטלעך תהלים וואס א צדיק פון א געוויסע דארף, שטאט, שטעטל, כרך, עיר, כפר, קאנטרי, מקום, אתרא, האט געטון, איינגעפירט, מתקן געווען, געהייסן, באפוילן, געבעטן, געוואלט, פארלאנגט, וכהנה וכהנה (איך מיין איר כאפט די געדאנק)...

אגב, רבי מאטעלע טשערנאבלער איז נישט געווען עפעס א מרדכי אין דארף טשערנאביל, גענוי ווי רבי אהרן קאטלער זצ"ל איז נישט עפעס א אהרן פון ניו דזשורסי...

אבער אז מרעדט שוין יא פון סקווירא, הגם איך האב נישט באמת עפעס פערזנליך בעד אדער נגד, אבער כ'ווייס נישט פארוואס די חברה מאכן מיר מער נארוועז ווי אנדערע, לדוגמא, גור, וויזניץ, באבוב, בעלזא, וכו' וכו' עפעס א ספעציעלע 'ליבשאפט' האט זיך סקווירא פארמאגט ביי מיר, ואיני יודע למה

איין זאך פארשטיי איך נישט, די אלע מנהגים פון טשערנאביל היט נאר סקווער?
און שנית, וואס איז שייך מאכן נערוועז. אלץ מנהגים אדער שיטה
איך הער! נו נו..
ישראל גלויבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 4:19 pm
געפינט זיך: גיבראלטאר
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מאנטאג יולי 04, 2016 3:22 pm

ווי באקאנט לערנען נישט קיין מיידלעך פון חרידישע שולעס קיין תנ"ך. סקווירא לעומתם האט יא געוואלט לערנען חומש, אבער האט זיך געטראפן אין א טיפע פראבלעם, נעמליך צו לערנען די גראפישע שטיקלעך [עפ"ל] פון די תורה מיט די מיידלעך. צב"ש, פרשת ווי בראשית, נח, אדער שטיקלעך ווי די פרשת לוט, פרשת יהודה ותמר, אדער פרשת יוסף איז גענצליך ארויסגעשניטן געווארן! מען האט צענזורירט א חומש! סקווירא האט גענומען די תורה און געמאכט דערפון א היימישען מעשה ביכל. בפשטות א פרעצעדענטלאזע שריט.

ליינט און שטוינד
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1392 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1993 מאל

הודעהדורך עמעזאן » מאנטאג יולי 04, 2016 3:38 pm

מער ווייניגער א שטורעם אין א גלעזל וואסער.

ווי באקאנט לערנען נישט קיין מיידלעך פון חרידישע שולעס קיין תנ"ך

באקאנט אז חוץ סאטמער לערנעט מען אין אלע חרדישע שולעס תנ"ך.
ווי לערנט מען טאקע אין אנדערע בתי לבנות ?? געהערט אמאל אז מען לערנט אין פאטא קאפיס, פארשטייט זיך נאר די פרשיות וואס מען קען לייכט מסביר זיין.
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1885
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 1000 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מאנטאג יולי 04, 2016 9:12 pm

שוין געווען ארומגערעדט דא אין שטיבל א צייט צוריק וועגן דעם חומש, יבואו המלנקקים וילנקו.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2333
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1833 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1864 מאל

Re: סקווער לעומת אנדערע חסידות

הודעהדורך mevakesh » מאנטאג יולי 04, 2016 9:36 pm

אין רוב בתי חינוך לערנט מען געהעריג חומש אינעווענדיג פונעם חומש ארויס
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 869
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 812 מאל

הודעהדורך בת קול » דינסטאג יולי 05, 2016 11:16 am

mevakesh האט געשריבן:אין רוב בתי חינוך לערנט מען געהעריג חומש אינעווענדיג פונעם חומש ארויס


אין רוב חסידישע סקולס לערנט מען פון קאפיס פון א חומש.
מען שנייד ארויס די עניינים אין אלע סקולס.

אגב- איך בין נישט קיין סקווירא תלמידה.
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 577
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 855 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 777 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 05, 2016 12:32 pm

לערן מיר אויס. אין חסידישע מיידעל שולע'ס, אלע חסידישע מיידעל שולע'ס, כולל בעלזא באבוב סקווער פאפא ווין גער וכו', לערנט מען נישט קיין חומש פון אינעווייניג, נאר פון א קאפי פון אן אינעווייניגער חומש! און דאס אליינס איז נישט גענוג צו לאכען אדער וויינען. מ'דארף נאך צולייגען אז אזוי האט מען א שמירה אז די חלקים פון די תורה וואס דער אויבישטער האט אריינגעשמוגעלט באזינדיגען זיין פארהאסטע פאלק זאל נישט געלונגען, און מיר שפייען אויס דער נותן התורה מיט'ן אויסרייסען יענער חלקים. פשיאאא! און מ'האט נאך טענות אז איך בין א מתנגד!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9148
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3157 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8615 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דינסטאג יולי 05, 2016 12:44 pm

אויב דאס איז דיין חיזוק פאר התנדגות ביסטו אין בע"ד שעי"פ
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4876 מאל

הודעהדורך בת קול » דינסטאג יולי 05, 2016 1:08 pm

@ליטוואק- איך ווייס נישט אויב אין בּעֶיס יַקוֹף טוט מען אנדערש. איז, איר ווייסט יא?
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 577
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 855 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 777 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 05, 2016 1:17 pm

מיין שוועסטער'ס האבען געלערנט חומש פון א געדרוקטע חומש. איך ווייס נישט וואס איז דער ענין פון נוצען קאפי'ס. דער ערשטע מאל וואס איך האב געהערט פון אזוינס, איז עס געווען א וויץ אויף פאפא, אז אין סאטמאר לערנט מען נישט קיין חומש, איז אין פאפא נוצט מען כאטש קאפי'ס. אז דו זאגסט מיר אז ס'איז אמת, איז דער וויץ גאר א ביטערע געלעכטער.

איך ווייס נישט וואס מ'טוט אין בית יעקב, אבער אין חדרים לערנט מען דאך פון אנהייב פרשה ביז'ן סוף, נישט פרשת השבוע, דעריבער קען עס זיין א פראבלעם, אין פרשת נח צו וירא צו וישב ועוד. מיין קינדער לערנען אבער אין א חדר וואס לערנט פרשת השבוע. מיין עלסטער איז ב"ה נישט אין יענער חדר, אבער ער איז אריין אין פרשת משפטים, ווייס איך נישט ואוס מ'טוט דארט. איך האב איהם פארהערט אויף שפחה חרופה, אבער קינדער זענען אומשולדיג, זיי פרעגען נישט קיין סאך קשיא'ס, עכ"פ אויב מ'מאכט נישט קיין טראסק דערפון.
איך געדענק ווען איך האב געלערנט אין חדר, כתה ז', מסכת מכות פ"ג עד שתצא מדוה דרך ערותה. דער (געווארענער) גערער מלמד מיינער האט געכיפערט יענער שורות ווייל 'ס'איז צו שווער'. ביים לערנען מיט מיין טאטע, וואס איז אויך א מלמד אין יענער חדר, האט ער עס דורכגערעדט מיט א פשטות 'ס'דארף זיין כדרכה', ותו לא. אזוי אויך ווען מ'לערנט משניות ברכות מיט א קינד און מ'זעט א מושג פון זב,זבה, בעל קרי. מ'דערמאנט עס מיט א פשטות 'א סארט טומאה וואס קומט ארויס פון גוף', ותו לא. מאכען אן עסק איז דער פראבלעם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9148
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3157 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8615 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דינסטאג יולי 05, 2016 4:15 pm

וויאזוי האט דיין טאטע געלערנט כמכחול בשפפורת? (מכות ז.)
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2333
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1833 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1864 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 05, 2016 5:29 pm

אז מ'דארף זע'ען קלאר.

יונגע קינדער פרעגען נישט, זיי זענען נאך innoccent.

ווען מיר זענען עלטער געווארען און אלס בחורים האט מען געלערנט פתח פתוח צו וואס, שעמט מען זיך גענוג נישט צו רעדען אדער טראכטען הויך דערפון. מ'שפירט נישט באקוועם אין ביהמ"ד צו רעדען שמוציג, און אין שלאף צימער רעדט מען נישט אין לערנען. און די וואס יא, האבען ווייטער נישט גערעדט שמוציג.

ולא אמנע את עצמי מלהעלות פה על הכתב פתגם של חכם גדול שיש בו רעיון מוסר למבין. סיפר לי ה"ה ר' שמחה באקסט ז"ל בנו של הרב הגאון והצדיק ר' אריה באקסט זצ"ל הנודע בשם ר' ארציק איוויער, חד מחבריא של "בית תלמוד תורה" בקעלעם, שבשעה שהוא, ר' שמחה, חזר מישיבת סלבודקה לבית אביו והגיד לפניו רעיונות ששמע מרבותיו וחשש אביו שיותר מדי הוא נמשך אחר שכלן של הדברים במקום עבודת "והשבות אל לבבך" (דברים ל - א) [כידוע פירושו ליודעי מוסר), סיפר לו אביו על קושיא שהקשה לו אחד מן ה"משכילים" שבעיר: איך מרשים הרבנים לעצמם ללמד ענינים כמו סוגית פתח פתוח לנערים צעירים? והשיב לו הרב: "עמך אפילו שאתה בן ארבעים שנה, אמנם לא הייתי לומד ענינים כאלה, אבל לבחור הצעיר המחזיק בלימוד לא יזיק זה כלל, הוא רואה רק הלכות ספק ספיקא, קושיות ותירוצים, בשעה שהנושא שממנו בא הספק ספיקא אינו עושה עליו שום רושם". (עיין עזר מקודש אה"ע כ"ג - ג) ככה סיפר הרב הנ"ל לבנו, והמשיך במשל חכמתו: "והלא הדברים ק"ו, אם בדבר שהיצר מקטרג בו, ולבו של אדם בהול אחריו, כך הוא, שמי שניגש לענין מצד השכל המפשט, וכל התענינותו היא רק להבין ולהורות, אין הרהורים מתעוריים בו ואינו מקבל שום רושם, דבר שהיצר שונאהו ולב בשר בורח ממנו (כלומר יראת שמים) לא כל שכן שהתבוננות לימודית בחכמתן של הדברים לא תעשה שום רושם בקרב לבו?"
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9148
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3157 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8615 מאל

הודעהדורך בן אדם » דינסטאג יולי 05, 2016 6:47 pm

יש צד לומר אז ס'גוט א קינד זאל געדענקען אז עפעס איז נישט פשוט דארט און ער דארף עס נאך אמאל איבער לערנען, ווייל אויב מ'וועט פשוט זאגן אז ס'איז 'א געוויסע סארט טומאה' וועט עס בלייבן ביי דעם און ער וועט ניטאמאל וויסן אז ס'פעלט עם עפעס א וויכטיגע ידיעה.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

הודעהדורך מבקר » דינסטאג יולי 05, 2016 9:44 pm

ריכטיג האט געשריבן:שוין געווען ארומגערעדט דא אין שטיבל א צייט צוריק וועגן דעם חומש, יבואו המלנקקים וילנקו.

דא
באניצער אוואטאר
מבקר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Daum [Bot] און 3 געסט