סקווער לעומת אנדערע חסידות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 75 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

סקווער לעומת אנדערע חסידות

שליחה דורך פאריז »

און דריי זיך ארום דא אין שטיבעל און איך אז די ליפט איז זייער קעגען סקווער חסידות און זייערע מענטשן, און רוב שרייבער מאכען זיכער צו ענדיגען די ווארט סקווער בנשימה אחת מיט די ווארט רשעות.

דער עולם האט א שטיקעל טעות און עס קימט מן הסתם פון זיך צוהערן צי נ״ר,

אז מען טראכט אריין וועט מען זען אז סקווער האט זיך גארנישט וואס צי שעמען פון אנדערע חסידות לגבי די פרט וואס דער עולם ריפט אן רשעות, די איינציגסטע חילוק איז אז אין סאטמער האט מען זיכער געמאכט אז יעדער איז אינדרויסען בעפאר מען האט געצינדען און אין סקווער איז יענער זיך געקימען שלאגען מיט א אנגעצינדענעם פאקעל און עס איז ״בטעות״ געשען וואס איז געשען.

אדרבה לאמיר צי נעמען די עטליכע גרויסע חסידות,

אויב זאל מען עס מעסטן קעגן סאטמער חסידות און ווי אזוי זיי האבן באהאנדעלט זייער מורדים, האט זיך סקווער גארנישט פון וואס צו שעמען, און דארט איז געווען מער ווי איין פייער, די מערסטע באקאנט איז די ילד שעושים,

אויב זאל מען עס מעסטן קעגן גור חסידות און ווי אזוי זיי באהאנדלען זייערע פראבלעמן, איז סקווער גאר דאס איידל קינד וואס ווייסט נישט ווי אזוי מען רעדט א הויעך ווארט למשל אזוי ווי באבוב האט אויסגעזען ווען מוהר״ש האט נאך געלעבט.

אויב זאל מען עס מעסטן קעגן די ליטאים און ווי אזוי זיי באנהאנדלען זייערע מחלוקות און די וואס גייען נישט אין שפאן, איז סקווער גאר נישט אזא רשע, דארט גייט קלעפ פיל ערגער און שמיציגער ווי אין סקווער,

קעגן די בעלז/מחנובקה מחלוקה, שטייען ביידע חסידות אייניג, עס איז נאר א מזל פון בעלז אז דער עולם האט שוין פארגעסן וואס דארט האט זיך אפגעטיען.

אויב זאל מען עס מעסטן קעגן וויזניץ ווי אזוי זיי האבן 18 יאר גע׳רודפ׳ט ר ישראל׳טשע, איז אויך א שאלה ווער עס האט געטיען מער סקווער אדער וויזניץ.

בקיצור, ווען מען זאל מעסט די ״רשעות״ פון סקווער לעומת די ״רשעות״ וואס איז געווען די סטאנדערד אלע יארען ביי די אנדערע חסידות׳ן איז סקווער גארנישט אזא שלעכט יונגעל, עס איז אלעס זאכען וואס מען האט שוין געטיען און מען טוט ערגעץ אנדערש.

לגבי אט״ד ארבעטען אלע קהילות אויפן זעלבן אויפן, סקווער באהאנדעלט עס נישט אנדערש ווי א צווייטען.
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.

דער אשכול פארמאגט 115 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר