איך וויין!!! אוי מי יורה דעה ומי יבין שמועה.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

איך וויין!!! אוי מי יורה דעה ומי יבין שמועה.

הודעהדורך ימי קדם » מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:34 am

איך ווייס אז עס איז שוין דא אן אשכול דערוועגן אין פארום ''אידישע נייעס'', איך פיל אבער אז עס איז דא א שטארקע געזעלשאפט'ליכע נקודה וואס דארף ארויסגעברענגט ווערן, דא אין 'געזעלשאפט'.

מיר שטייען יעצט אויף צופרי צו א נייע וועלט, א וועלט אהן דער גדול ישראל, מרן רבא דעמיה, הרה''ק עובדיה יוסף זכותו יגן עלינו. עיני עיני יורדה מים על שבר בת עמי.

אבער איך גיי נישט דא סתם וויינען, עס איז דא א נקודה וואס דארף ארויסגעברענגט ווערן וועגן אים, וואס איז כנראה א בחינה פון חבל על דאבדין ולא משתכחין.

אין געוויסע קרייזן, איז דער היינטיגער געשעהניש, אנגעקוקט כמעט ווי גארנישט, און איך האב שוין אנגעהויבן הערן די 'שרעקליכע' טענות וואס זיי האבן אויף אים, אבער טאקע וועגן דעם פיל איך אזא הערצה צו אים.

חוץ פון דעם מציאות אז ער האט געראטוועט דאס אידישקייט, לעבן, און חיות בגשם ורוח פון הונדערטער טויזענטער אידן, וואס וואלטן אהן אים נישט געהאט קיין שום חיות, און וואלטן נאר צוגעגעבן צו די פארברעכן אין ארצינו הקדושה אויף א גרויסען פארנעם, וואס פארדעם אליין דארפן מיר אים אלע מכיר זיין, ער האט אויפגעשטעלט מוסדות החינוך, און יא, מיט א געהעריגע באלאנסירטע תורה'דיגע און וועלטליכע חינוך, ממש א יחיד במינו און די וועלט ווי קינדער האבן א גאנצן אידישן, צוזאמען מיט א גאנצן סעקולארען חינוך, וואס מיר אלע קענען זיך לערנען פון דעם, ווי הונדערטער טויזענטער קינדער זענען ערצויגן געווארן.
אבער נישט דאס מיין איך.

ער האט געהאט א כח וואס מען טרעפט נישט היינט אויף אזא פארנעם, און דאס איז לא תגורו מפני איש ער האט געזאגט זיין מיינוג אין אלעם, נישט קיין חילוק וויפיל קריטיק, קול קורא'ס און חרמות ער האט באקומען דערפאר, ער האט געקענט שטיין איינער אליין קעגן די גאנצע וועלט פון די לעצטע הונדערט יאר, און זיך האלטן צו דעתו, וואס ער האט געהאט די רעכט דערצו, קעמפן פאר די אפגעהיטענע רייכע ספרדישע מסורה (וואס איז סאך רייכער, עלטער, און קראנטער פון די אשכנזישער, מכח די פאקט אז זיי האבן סאך ווייניגער געוואנדערט, דהיינו די בני עדות המזרח, פון מאראקא, איראק, איראן, מצרים, וכו'), אפילו ווען די גאנצע וועלט איז דאמינירט געווען דורך די אשכנזים, שלא ביושר.

מען קען פן דעם רעדן אסאך, און איך וועל לאזן די חברים ממשיך זיין, וויבאלד איך גיי שוין אריין צו די ארבעט.
די עיקר נקודה איז נאר: מיר דארפן באוויינען דעם כח פון א גדול וואס האט געקענט שטיין קעגן די גאנצע וועלט, אהן קיין מורא, און זאגן זיין אייגענער מיינוג. אפילו און א צייט וואס מען פרובירט אונז צו פארדרייען א ראפ מיט אזאלכע שטותים ווי 'אזוי טוט מען' און מען טאר נישט משנה זיין, און די ספרי שו''ת זענען מלא הבל דן צו זיין און וואס די זיידעס האבן יא אדער נישט געוואלט און געטוהן, אהן זיך רעכענען מיט אומצאליגע זאכן וואס זענען קלאר מותר ע''פ תורה, און מען מאכט פון זיי איסורי כריתות על לא דבר.

וכל בית ישראל יבכו.
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)
ימי קדם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

הודעהדורך טעפל » מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:56 am

געוואלדיג ארויסגעברענגט די מצב.
די וועלט אהן הרב עובדיה איז נישט וואס עס איז געוועהן פריער..
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 822 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » מאנטאג אקטאבער 07, 2013 9:01 am

בושה וחרפה! שומו שמים!!!
די מטורפים ווייסן נישט קיין גבול. אצינד הער איך וואו עפעס א מקנא קנאת ה' באציט זיך צו מרן מיט'ן כינוי "עובדיה יאשקע" רח"ל. אוי לו לאותו בושה.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2345
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3275 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3733 מאל

הודעהדורך טעפל » מאנטאג אקטאבער 07, 2013 9:04 am

אפטעמיסט האט געשריבן:בושה וחרפה! שומו שמים!!!
די מטורפים ווייסן נישט קיין גבול. אצינד הער איך וואו עפעס א מקנא קנאת ה' באציט זיך צו מרן מיט'ן כינוי "עובדיה יאשקע" רח"ל. אוי לו לאותו בושה.

ג"א הקטן מצטרף לבושה..
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 822 מאל

הודעהדורך outspoken » מאנטאג אקטאבער 07, 2013 9:06 am

אפטעמיסט האט געשריבן:בושה וחרפה! שומו שמים!!!
די מטורפים ווייסן נישט קיין גבול. אצינד הער איך וואו עפעס א מקנא קנאת ה' באציט זיך צו מרן מיט'ן כינוי "עובדיה יאשקע" רח"ל. אוי לו לאותו בושה.

אפשר איז א בושה אז מ'שטעלט צו א לווי' פאר די ראשי המדינה הכופרות, און א כופר מחלל שבת וועט מספיד זיין?
און דאס איז אפציעל נישט וואס איין מעשוגענער זאגט אין ביהמ''ד
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

הודעהדורך טעפל » מאנטאג אקטאבער 07, 2013 9:08 am

outspoken האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:בושה וחרפה! שומו שמים!!!
די מטורפים ווייסן נישט קיין גבול. אצינד הער איך וואו עפעס א מקנא קנאת ה' באציט זיך צו מרן מיט'ן כינוי "עובדיה יאשקע" רח"ל. אוי לו לאותו בושה.

אפשר איז א בושה אז מ'שטעלט צו א לווי' פאר די ראשי המדינה הכופרות, און א כופר מחלל שבת וועט מספיד זיין?
און דאס איז אפציעל נישט וואס איין מעשוגענער זאגט אין ביהמ''ד

א שטיקל בושה אפשר, אבער נישט וועגן דעם איז מען געגאנגען קיין שמגר נאר וועגען די טהרה, אבער פון דא ביז רופען...וכו'??
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 822 מאל

הודעהדורך היימישער ליטוואק » מאנטאג אקטאבער 07, 2013 9:19 am

און אונזערע ברודער אויף אוי-וועלט האבן נאכנישט איינגזען פאר וויכטיג צו מאכן אשכול לכבוד דעם גדול הדור זצ"ל.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 1668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1194 מאל

הודעהדורך שרייבער » מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:15 am

היימישער ליטוואק האט געשריבן:און אונזערע ברודער אויף אוי-וועלט האבן נאכנישט איינגזען פאר וויכטיג צו מאכן אשכול לכבוד דעם גדול הדור זצ"ל.

גדול הדור? ביי די ספרדים, נו, נישטא עפעס א ספרדישע אייוועלט?
דוכט זיך פאר די אשכנז'ישע וועלט האט ער גארנישט צוגעגעבן, ממילא האבן זיי נישט וואס צו קלאגן מי יורה דעה ומי יבין שמועה, ב"ה מיר האבן מי יורה דעה ומי יבין שמועה
אוודאי איז תלמיד חכם שמת אין לו תמורה, דארטן ווי ער האט משפיע געווען מאורו

ת נ צ ב ה
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:27 am

היימישער ליטוואק האט געשריבן:און אונזערע ברודער אויף אוי-וועלט האבן נאכנישט איינגזען פאר וויכטיג צו מאכן אשכול לכבוד דעם גדול הדור זצ"ל.

זיי האבען שוין אן אשכול, גייטס קוקט ווי אזוי עס זעט אויס, ראו מה בין בני לבין....

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=20955
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2767
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2365 מאל

הודעהדורך חתם סופר » מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:36 am

אוי געוואלד!! עס איז אוועקגעריסן געווארן דער גרעסטער מנהיג ישראל וואס מיר האבן געזעהן איו די לעצטע הונדערט יאהר, און א גאון שלא היה כדוגמתו אין די היסטאריע פון כלל ישראל. אין הונדערטער יארן ארום (משיח זאל אוודאי פריער קומען) וועט מען נאך רעדן פון הרב עובדיה ברתת ובזיע.
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 993
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 837 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1019 מאל

הודעהדורך טעפל » מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:38 am

סאשי פיש האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:און אונזערע ברודער אויף אוי-וועלט האבן נאכנישט איינגזען פאר וויכטיג צו מאכן אשכול לכבוד דעם גדול הדור זצ"ל.

זיי האבען שוין אן אשכול, גייטס קוקט ווי אזוי עס זעט אויס, ראו מה בין בני לבין....

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=20955

כמיטב המסורת פון אייוועלט איז עס שוין פארשפארט..מוחות דחוקים!!
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 822 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:39 am

הרב ש"ך וואס האט געגרינדערט דער ש"ס פארטיי אין פיר יאר שפעטער געגרינדערט דער 'דגל התורה' פארטיי, האט זיך כל ימיו נישט געקענט מוחל זיין אויף דעם אז ער האט אוועק געגעבן דער ש"ס באוועגונג צו די ספרדים. די בני אשכנז אין ארץ ישראל האבען געהאט די אויבערהאנט אין די הילוך החיים אין דער פאליטישע חלק אין דער מדינה ביז הרב עובדיה האט איינגעזעהן אז זיי צוען איבער דער שטריק, האט ער במו ידיו מיט זיין כח המשכה גענומען די לייצעס אין דער הענט אריין אין געמאכט ש"ס פאר די דריטע גרעסטע פארטיי אין מדינת ישראל, ווען 'דגל התורה איז אלעמאהל געוועהן צו מערסטנס פיר מאנדאטן אין ש"ס געהאלט אין איין וואקסען בכמות ובאיכות ביז צו דער קליימעקס פון 17 בענקלעך אין דער כנסת, ביז אריה דרעי האט דאס צוביסלעך געלייגט מטה מטה ווי עס האלט היינט ביי 11 זיצן.

יעצט וועט דער ש"ס פארטיי זיך צוטיילען אין גרויסען, ווייל הרב עובדיה האט באוויזען צוזאם נעמען די יוצאי מארקא, מצרים, אירן, תימן אונטער איין פירעשאפט, גאר א זעלטענע אין אויסגעווענדליכע דערגרייכונג, דאס איז כאילו איינער זאל צוזאמען נעמען סאטמאר וויזניץ סקווירא בעלז אונטער איין מנהיג, א אומעגליכע ערשיינונג. יעצט מיט זיין פטירה וועט הרב אמנון יצחק צוריק באקומען דער יוצאי תימן וואס וועט גרעסער מאכען זיין פאליטישע פארטיי ואילו באקומען כאטש איין מאנדאנט, אזוי וועט וועט הרב ראובן אלבז מאכען שבת פאר זוך, אין משפחת אביחצירא וועט אויך מאכען שבת פאר זיך אין אין בני הספרדים יוצאי מאראקא וועלן נאך גיין רבי דוד'ס דעת תור.

אנדערש ווי הרב אמנון יצחק וואס האט פרובירט בחייו פון הרב עובדיה זיין מזל, האט רבי דוד אביחצירא און הרב ראובן אלבז און נאך אנדערע געזעצן שטיל כל ימיו פון הרב עובדיה מפני דרכי שלום, משום כבוד הגדול, און בכלל אלץ א שטיקעל הכרת הטוב, ווייל ווי נישט ווי האט ער ארויף געשטעלט די בני הספרדים אויף די מאפע, אבער יעצט ווען די אלע האבען פיינט בתכלית השנאה דער פירעשאפט פון ש"ס ובראשם אריה דרעי, וועט זיך יעדער גיין זייערע אייגענע מהלך.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2682
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1806 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:43 am

און די פערדן האבן געמעקט די נארמאלע תגובה. כאנישט עקספעטעד אנדערש.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5775
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2626 מאל

הודעהדורך סאו וואט » מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:43 am

נאר פאר ספרדים? זייט ווען?
אלע פוסקי וגדולי ההוראה ניצן זיין יביע אומר,
מצודתו פרוסה גם לאשכנצים...

מע'מאכט אן אשכול צו באוויינען א גאון וצדיק,
און ס'איז אנגעפולט אז מ'שטימט פאר שלעסער.
אוי לאותו בושה ...
כ'הער זאגען אייוועלט זוכט א גוטן לאקסמיט..

קען איינער מאכען א רישומא קדישא פון אלע זיינע ספרים?
I AM SICK AND TIRED ALREADY
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 356 מאל

הודעהדורך שושן פורים » מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:49 am

וואס איז די יאמערייען דא? סקען זיך דאכטן אז מרעדט דא פון א יונגע מענטש , ס"ה איז ער געווען א 93 יעריגער טאקע א גרויסע תלמיד חכם , איז עסט מען א שטיקל קעיק מטרינקט צו אביסל שליוואוויטץ און מזאגט זכותו יגן עלינו און געגאנגען ווייטער
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 700
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 856 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:51 am

שושן פורים האט געשריבן:וואס איז די יאמערייען דא? סקען זיך דאכטן אז מ'רעדט דא פון א יונגע מענטש. ס"ה איז ער געווען א 93 יעריגער, טאקע א גרויסע תלמיד חכם, איז עסט מען א שטיקל קעיק מ'טרינקט צו אביסל שליוואוויטץ און מ'זאגט זכותו יגן עלינו און געגאנגען ווייטער

שושן! :געוואלד: :דיסלייק: :דיסלייק:

כל המוריד דמעות על אדם כשר....
(סתם נייגעריג, כ"ו אב האסטו אויך אזוי געזאגט?)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18075 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18459 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:54 am

איך אויך האט געשריבן:און די פערדן האבן געמעקט די נארמאלע תגובה. כאנישט עקספעטעד אנדערש.

איך האב די גאנצע אשכול געקאפיעט פארען מעקען דא האט איר אהערליכע שטיקעל וואס מען האט געמעקט, זאג מיר פארוואס?!
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (181.29 KiB) געזען געווארן 2309 מאל
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2767
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2365 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:56 am

ווייל דארט האבן די ס"ח דאס אויבערהאנט ,ב"ה אז דא קאנטראלירט מען זיי זאלן זיך נישט צופיל צופירן די הענט ארויס פון די צימעס גבולים.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5775
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2626 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:57 am

כל המוריד דמעות על אדם כשר מיינט נישט אז מ'דארף שרייען אז די וועלט גייט אונטער.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8525 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:00 am

איך מיין מען זאל עפענען א עקסטערע אשכול פאר די אייוועלט סומאטוכע. עס באלאנגט נישט אהער.

איך האלט אויך ס'איז געווען נאריש צו מעקן, אבער 2 פונקטן ווי דער איטשע האט געטרעטן (געטרויטן?) אויף די הינער-אויגן און האט גורם געווען פארן לאקסמיט און קליענ-אפ גיי זאל ערשיינען:

1. "דער איד איז געווען ביי זיי אסאך אסאך מער ווי די סאטמאר'ע חסידים האבן אנגעקוקט הרה"ק ר' יואל זי"ע"..... אזא איסאלט? ס'איז דאך נישט מעגליך
2. "אונז זענען געווען פארנומען צו מוחה זיין קעגן די ציונים (דהיינו, א נארישקייט), אבער דער איד האט "ברוב חכמתו" געארבעט האנט ביי האנט מיט די רשעים און מיט מס"נ אויפגעטון"... - ממש היפוך השיטה הקדושה.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18075 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18459 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:01 am

קאווע טרינקער האט געשריבן:כל המוריד דמעות על אדם כשר מיינט נישט אז מ'דארף שרייען אז די וועלט גייט אונטער.

כל המוריד דמעות על אדם כשר מיינט נישט אז מען עסט לעקעך און שליוואוויטץ און מען גייט ווייטער.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18075 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18459 מאל

הודעהדורך חתם סופר » מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:03 am

שושן פורים האט געשריבן:וואס איז די יאמערייען דא? סקען זיך דאכטן אז מרעדט דא פון א יונגע מענטש , ס"ה איז ער געווען א 93 יעריגער טאקע א גרויסע תלמיד חכם , איז עסט מען א שטיקל קעיק מטרינקט צו אביסל שליוואוויטץ און מזאגט זכותו יגן עלינו און געגאנגען ווייטער

מ'וויינט נישט אויף אים, מ'וויינט אויף זיך. איך גיי יעצט לעבן אין א וועלט וואס איז אזוי פארארעמט געווארן. איך האב פארפאסט צו כאפן א בליק אויף דעם מנהיג הדור. איך האב פארלוירן, די וועלט האט פארלוירן.
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 993
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 837 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1019 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:04 am

נו, גיי שנעל אריבער צו ר' פישעלע.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8525 מאל

הודעהדורך חתם סופר » מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:13 am

פליז. ר' פישעלע איז טאקע א גאון מופלג און א שטארקער פוסק, און איך האב ב"ה שוין אסאך מאל געהאט די זכיה צו רעדן מיט אים. אבער דא רעדט מען פון גאונות ממש אין דוגמתו, און מנהיגות שאין דוגמתו.
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 993
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 837 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1019 מאל

הודעהדורך שושן פורים » מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:35 am

лпم iοوԴ האט געשריבן:
שושן פורים האט געשריבן:וואס איז די יאמערייען דא? סקען זיך דאכטן אז מרעדט דא פון א יונגע מענטש , ס"ה איז ער געווען א 93 יעריגער טאקע א גרויסע תלמיד חכם , איז עסט מען א שטיקל קעיק מטרינקט צו אביסל שליוואוויטץ און מזאגט זכותו יגן עלינו און געגאנגען ווייטער

מ'וויינט נישט אויף אים, מ'וויינט אויף זיך. איך גיי יעצט לעבן אין א וועלט וואס איז אזוי פארארעמט געווארן. איך האב פארפאסט צו כאפן א בליק אויף דעם מנהיג הדור. איך האב פארלוירן, די וועלט האט פארלוירן.

ווי פונקטליך אין דיין לעבן האט רב עובדיה געהאט קאנטראל
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 700
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 856 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 2 געסט