האלטן די קינדער (און ערוואקסענע) שעלטערד, גוט אדער נישט?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6614 מאל

האלטן די קינדער (און ערוואקסענע) שעלטערד, גוט אדער נישט?

שליחה דורך הוגה »

[justify]אפאר יאר צוריק האב איך פונקט געליינט אן אינטערעסאנטע ארטיקל אין איינע פון די באקאנטע גוי׳אישע צייטונגען וועגן די פאבליק לייברעריס די ארטיקל האט זיך בעיקר באצויגן צו די פראגראמען וואס די לייברעריס שטעלן צו פאר קינדער. אין די צענטער פון די ארטיקל איז געווען א הערליכע בילד פון א חסידישע יונגערמאן מיט א בארד און לאנגע געקרייזעלטע פאות, א הוט און פארמאכטע רעקל, זיצט אויף די טרעפ אין איינע פון די נו יארק פובליק לייברעריס מיט זיין קליין יונגעלע און ער ליינט אים א בוך. איך האב נישט געקענט אויפהערן באקוקען דאס בילד. די יונגערמאן האט מיר אויסגעזעהן ווי א טיפיקל סאטמארער יונגערמאן, בכלל נישט באפוצט, זייער אן איידעלע אויסזעהן סיי אים און סיי זיין קינד. די שרייבער פונעם ארטיקל האט אים געפרעגט אפאר שאלות. צווישן אנדערע האט דער יונגערמאן דארט געזאגט אז ער קומט איין מאל א וואך מיט זיינע קינדער אין לייברערי. ער האלט אז עס איז א געוואלדיגע וועג פאר א טאטע צו פארברענגן מיט זיין קינד, טון אביסל bonding און אין איינוועגס אריינגעבן אביסל חינוך און נאלעדזש.

פאר אפאר וואכן צוריק בין איך אריין אין א געשעפט קויפן פרישטאג און איך זעה דעם איד זוצן דארט אליינס ביי א טיש. איך האב אים באלד דערקענט טראץ זיין לענגערע בארד. איך בין אריבער צו אים און איך האב אים געפרעגט צו ער איז דער פונעם ארטיקל. ער איז אביסל רויט געווארן אבער ער האט עס באשטעטיגט. מיר זענען דארט געזעצן בערך א שעה און געשמועסט, ודרך אגב האב איך מיך איינגעקויפט א פרישע געשמאקע פריינט. פארציילט ער מיר דברים כהוויתן אזוי:

ער איז טאקע געגאנגן צו יענע ספעציפישע פאבליק לייברערי א יעדע וואך מיט זיינע קינדער, ער גייט נאך מיט זיי עד היום הזה אבער מער נישט יעדע וואך. יענע טאג איז ער געזעצן אויף די טרעפ מיט זיין זון און פלוצלינג באמערקט ער פון דערווייטענס אז איינער כאפט בילדער פון אים. די חברה זענען באלד אריבער געקומען זיך אנטשולדיגען, און זיי האב מסביר געווען אז זיי כאפן בילדער צוליב די ארטיקל וואס זיי שרייבן. ווען זיי האבן אים געזעהן אזוי האבן זיי נישט געוואלט אז ער זאל זיך רוקן פון ארט און קאליע מאכן די געוואלדיגע pose, פארדעם האבן זיי געכאפט די בילדער אן פרעגן. אויב ער וויל נישט וועלן זיי נישט פאבליצירן דאס בילד. די יונגערמאן האט נאכן איבערגעקוקען די בילדער מסכים געווען. דערנאך האט אים די שרייבער געפרעגט אפאר שאלות וואס ער האט אריינגעשריבן אינעם ארטיקל אונטער זיין ריכטיגע נאמען.

א שטיק צייט שפעטער איז די ארטיקל פאבליצירט געווארן. אפאר טעג שפעטער באקומט די יונגערמאן א טעלעפאון רוף אין דער היים פון א היימישע פרוי וואס האט זיך אידענטיפיצירט ביי איר נאמען. זי האט אים געפרעגט אויב ער איז דער יונגערמאן פונעם ארטיקל און זי האט געבעטן רשות אויב זי מעג דיסקוסירן די נושא מיט אים. די יונגערמאן האט מסכים געווען און די פרוי האט אים אפיר געהאלטן היתכן ער נעמעט זיינע קינדער צו א גוי׳אישע לייברערי. ״דו ווייסט נישט אז ס׳דא אסאך שמוציגע און שלעכטע ביכער אין די לייברערי״ האט זי געפרעגט? ער ענטפערט אז ער גייט מיט זיי און ער גיבט אכטונג וואס זיי ליינען און וועלכע ביכער זיי נעמען ארויס. זי טענה׳ט אבער, ״וואס וועסטו טון ווען זיי וועלן אויפוואקסן און זיי וועלן גיין אליינס צו די לייברערי, ווער וועט דעמאלטס וואטשן וואס זיי ליינען און זעהן״? די יונגערמאן האט צוריק געטענה׳ט אזוי: ״איך גיי נישט קענען וואטשען מיינע קינדער אויף אייביג. עס גייט קומען א צייט וואס זיי וועלן זיך גיין אין זייער אייגענע וועג, און זיי וועלן זיך אליינס דארפן היטן און צוריק האלטן פון טון נישט גוטע זאכן. און אויב זיי וועלן טון די שלעכטע זאכן וועלן זיי אליין זיך דארפן ספראווען מיט די קאנסיקווענצן. איך האב צוויי ברירות, אדער קען איך זיי שעלטערן פון די לייברערי מיט די האפענונג אז זיי וועלן קיינמאל אין זייער לעבן נישט אנקומען אהין, אבער אויב זיי וועלן יא אמאל מחליט זיין צו גיין צו די לייברערי, וועלן זיי נישט וויסן מבחין צו זיין דארט בין טוב לרע. אדער קען איך זיי מחנך זיין און ווייזן די לייברערי, ווייזן אז ס׳דא א קינדער אפטיילונג, א teen אפטיילונג, און ס׳דא אפטיילונגען וואס איך גיי נישט אריין אפילו אויב איך מעג. ס׳דא געוויסע ביכער וואס איך וויל נישט ליינען און זיי ווילן מן הסתם אויך נישט. א קינד דארף מחונך ווערן אן אנגעגרייט ווערן פאר רעאליטעט, און רעאליטעט איז נישט שעלטערד. אויב טוסטו שעלטערן א קינד א גאנץ לעבן, דאן וועט ער זיך קיינמאל נישט אויסלערנען בוחר צו זיין אין די דרך הטוב און צו קענען זיך אפהיטן פון די דרך הרע״.

עד כאן פון די שמועס. די פרוי האט נישט מסכים געווען, זי האט נאך אמאל צוריק גערופן זיך טענה׳ן מיט אים אבער ס׳האט זיך גארנישט אויסגעלאזט דערפון. די קהלה ומוסדות האבן ב"ה קיינמאל נישט אויסגעפינען פון דער ארטיקל, און די קינדער זענען נאך נישט גענוג אלט אז מען זאל קענען וויסן ווי אזוי עס האט זיך למעשה אויסגעלאזט.

דער גרויסע שאלה האט מיר אלעמאל געבאדערט און טראץ דעם וואס מיין חינוך איז יא נוטה צו דער פון אונזער בעל העובדא דא, דאך איז עס מיר קיינמאל נישט נפתר געווארן קלאר לכאן או לכאן. טוען מיר א טובה פארן קינד אז מען שעלטערד אים גענצליך פון די גאס? נעמען מיר דען נישט צו פון זיי די וויכטיגסטע קאמפאונענטן פון חינוך? אויב וועלן מיר לאזן די קינד עס אליינס אויספיגערן ווען זיי וואקסן אויף, הייסט עס דען נישט אראפגעווארפן אונזער אחריות פארן קינד?

לאמיך געבן א דוגמא. ביי אונזערע קרייזן איז עקספעקטעד אז עלטערן גיבן בכלל נישט קיין סעלפאון פאר קינדער, און אוודאי נישט איינס מיט טעקסט, אימעיל אדער אינטערנעט. איז דאס דען ריכטיג צו טון? ווי אזוי וועט דאס קינד זיך אמאל אויסלערנען די ריכטיגע וועג זיך צו באנוצען מיט א סעלפאון? אפשר וואלט בעסער געווען ווען מען איז ווען מחנך די קינדער שטייטליך. א יונגע קינד קען האבן א סעלפאון אן טעקסט, אביסל עלטער קען מען האבן מיט ריסטריקטעד טעקסט, און אזוי ווייטער. פונקט ווי מען לערנט אויס א קינד גיין טריט ביי טריט, און פונקט ווי מען לערנט אויס דאס קינד לערנען אנגעהויבן ביי אלף בית ונקודות, מען ווארפט נישט אריין דאס קינד באלד אין די גמרא אריין, וואלט נישט די זעלבע געדארפט זיין ביי אלע ענינים?

מיין ווייב׳ס שוועסטער האט איינגעפירט אין איר שטוב אז מען עסט נאר געזונט. עס איז נישט דא קיין נאש אין זייער הויז. וואס מיינט איר געשעהט ווען איר קינדער קומען צו אונז אויף שבת? זיי עסן זיך אן מיט נאש ביזן ברעכן. פארוואס? ווייל קיינער האט זיי קיינמאל נישט מחנך געווען ווי אזוי צו עסן נאש אויף א ריכטיגע וועג? דער מאמע רעדט זיך נעבעך איין אז אויב זי וועט שעלטערן אירע קינדער פון נאש וועלן זיי עס קיינמאל נישט עסן, דערווייל איז פונקט פארקערט.

איך בין נישט זיכער וועלכע צד איז בעסער און ריכטיגער און איך האב אלץ ליב צו דיסקוסירן דער נושא מיט אנדערע און הערן אלע מיני דעות אין דער נושא. היינט איז מיר אויסגעקומען צו הערן מאחורי הפרגוד א שטיקל עקספיריענס אין דער נושא.

די באקאנטע סאטיריסט, העשי פריד האט היינט ארויף געלייגט אן אן אינטערוויו מיט איינע פון די באקאנטע פיגורן אין די OTD געמיינדע, "רחמנא ליצלן א.ק.א. ארי מ." דאס איז איינס פון די בעסטע אינטערוויוס וואס איך האב נאר אמאל געזעהן פון די OTD חברה, איך רעקאמאנדיר שטארק אז מען זאל עס ליינען. צווישן אנדערע שטייט דארט אזוי:


[left]......
It all started with goyishe books… The Rabbis are right in banning them. I’m very curious by nature, and was always reading, but I grew tired of Feldheim and CIS, so after I got married I went into the public library for the first time – which is a big no no. I snuck in right before Shabbos so no one would see me, grabbed the Da Vinci Code, and raced home. That was the beginning of the end… It made me curious, so I read everything I could get my hands on about the subject, and I just kept following my curiosity, whatever piqued my interest, I’d take out a bunch of books on the subject, and I’d study it to death.

Before long I started running into problems, I found out that everything I took for granted wasn’t quiet as obvious as I’d
thought, so I took out books on those subjects, hoping to find the answers to all these new questions. But instead of answers, I only found new questions. Turns out evolution isn’t the joke we were told it is, the Big Bang isn’t a punchline, there’s a lot more to history than the tunnel-vision stories we were taught, and so on. So I started going to Rabbis, but I was shocked when they had nothing to offer me. Either their answers were silly and childish, or they’d say things like “say some tehillim”, or “are you smarter than your father? You smarter than your Rosh Yeshivas?”. It took a while, I desperately wanted to be proven wrong, but eventually I became an atheist.
.....
If there was an OTD back to the future movie in which someone went back in time to make sure you didn’t go off the derech, what would they do?

Stop me from ever stepping foot in the public library. Like in the Matrix, once you take the red pill, there’s no going back, there’s no unlearning or unseeing what you’ve seen or learned. One bite from the aitz haddass, and it’s all over[/left].


דא האט איר איינער וואס שרייבט קלאר אז די אינפארמאציע האט אים קאליע געמאכט. די שאלה דא איז אויב מען וואלט דאס געקענט פארמיידן בכלל. איך זעה צוויי וועגן ווי אזוי דאס צו פארמיידן. אדער קען מען לייגן א גרעסערע שמירה אז יונגעלייט און פרויען זאלן נישט אנקומען צו אזעלכע לייען מאטריאל. אבער א יעדע איינער דא פארשטייט מן הסתם אז דאס איז פונקט אזוי רעאליסטיק ווי על מנת שתעלה לרקיע. אדער קען מען אנהייבן מחנך זיין און אנגרייטן אונזערע קינדער פאר די רעאליטעט וואס רופט זיך לעבן. מיר דארפן פארשטיין אז פונקט ווי מיר דארפן מחנך זיין אונזערע קינדער צו קענען פירן געזונטע און ערליכע אדישע שטיבער דורך תורה, חסידות, מדות טובות וכדומה, דארף מען זיי אויך מחנך זיי ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט די גאס, מיט די פרנסה, מיט די טעכנאלאגיע און ועל כולם מיט די אינפארמאציע. דאס איז אלעס א טייל פון די רעאליטעט און דאס איז אלעס א טייל פון אונזערע פליכט כלפי אונזערע קינדער.

איך לייג פאר דער נושא פאר די עולם דא. מיר ווילן הערן פון ביידע צדדים מיט ריספעקט פאר א צווייטענס דעה און מיט גוטע ערקלערונגען וועלכע פון די צוויי מהלכים איז ריכטיג אדער ווי אזוי ארבייט מען אויס א מיטל וועג אויב זענען מיר איבערצייגט אז יענץ איז די וועג צו גיין. דער נושא וועט שוין אויך פארשטייט זיך דינען אלץ א פלאטפארמע פאר אנדערע שאלות, ווי למשל גיין אין קאלעדזש וכדומה.

.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 67 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר