פאזיטיווע שריט פון רבי'ס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16510
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18947 מאל

פאזיטיווע שריט פון רבי'ס

שליחה דורך שמעקעדיג »

אין די סעריע פון מיינע "פאזיטיווע" אשכולות וועלכע כ'האב מבטיח געווען צו עפענען, וויל איך גיין פתיחה אויף דעם אשכול: פאזיטיווע שריט, תקנות ותיקונים וועלכע היינטיגע רבנים האבן מתקן געווען און אויפגעטון פאר אונזער ארימען דור דעה.

אמת, פאראן רבי'שע אבסורדן, פאראן רבי'ס וואס שטיצן בריש גלי טעראר און פעדאפילער, פאראן רבנים וואס האבן אליינס אינטערנעט, פאראן רבנים וועלכע קענען נאר אסר'ן און מוסיף זיין חומרות אנשטאט לעבן אין רעאליטעט, דאס אלעס איז שוין געווארן איבערגעקייעט דא אין שטיבל, איין מאל און נאכאמאל און אפילו נאכאמאל.

אבער מען קען נישט זאגן אז קיינער האט גארנישט אויפגעטון אונז צו פארבעסערן דאס לעבן, און אז עס איז פאראן רבנים וועלכע זוכן באמת דעם טובת הכלל, און לעבן נישט בלויז פאר זעך. א גוטע דוגמא, ביי די רבי'שע אבסורדן מאכט מען חוזק פון הרב האלבערשטאם אין מאנסי מיטן טייערן SUV, אבער עס איז ידוע בקרב חסידיו אז די ביליגע - אבער הערליכע - חתונה זאל "עטרת חיה שרה" האט דער רב אויפגעשטעלט מיט זיינע צעהן פינגער (נישט פיזיש, אבער כאפסט וואסיך מיין, איא?) ער האט געשוויצט דערפאר, געמוטשעט עשירים, געליגן דערין און געשטופט דעם וואגן, ביז ער האט געזעהן דעם בנין כליל היופי בתכלית השלימות, נאר כדי צו קענען העלפן און פארגרינגערן אידן מיט די ביטערע שווערע חתונה הוצאות. און די אנדערע סאטמארע רבי'ס זענען נישט אונטערשטעליג דערמיט, מוהרז"ל מיט די ביליגע פרדס פיגא זאלן, תקנות אנטקעגן אינוויטעישאנס, און מוהר"א מיט אלע זיינע תקנות וועלכע האט געמאכט א רעוואלוציע ביים יהדות החרדית, CZ שטיינדלעך זענען געווארן א נארמאלע סטאנדארד, מתנות האט מען געשניטן אויף ווייניגער ווי האלב, מבטל געווען גזירת המינימום אין גאר ביליגע זאלן און פארארדענט צו בענטשן 11:00, און אפילו וואך-נאכטס טאר נישט קאסטן צו טייער, און עס איז נישט ערלויבט צו טיילן נאר פיש און קוגל, נישט די אלע טייערע פליישן און אנדערע מגדנות.

פאראן רבנים וועלכע גיבן אוועק דאס שלאף פאר פדיון שבויים. מונקאטשער רבי איז שטארק באקאנט צו זיין פון די רבנים וואס שטייען צו הילף אין דעם ענין. הרב שטיין מפאלטישאן איז אן אקטיווער מנהיג אין "דרור", ווי ער העלפט ארויס די אידן און זייערע פאמיליעס. פאראן רבנים וואס זענען שטארק אין ביקור חולים, זיי געבן זיך אפ מיט די חולי ישראל און שטייען בקשר מיט די ביקור חולים ארגאניזאציעס, אדער זענען זיי מחנך חסידים צו חסד און צדקה, ווי צב"ש סקווירא, טראץ אלע לשה"ר אויף זיי, איז די חסד אין אלע שפיטעלער צום באוואונדערן, אפילו פאר פרעמדע מענטשן, ס'כמעט נישט פאראן איינער וואס איז שוין געווען אין א אפסטעיט אדער ניו דזשוירזי שפיטאל און נישט נהנה געווען פון זייערע חסד, נישט נאר עסן, נאר אידישע לייען מאטעריאל, און סידורים, גארטלעך, און נאך זאכן וואס א איד קען זיך נויטיגן. ר' אליעזר האגער, דארף מען אפילו דערמאנען זיין נאמען?

אלס פותח האשכול וויל איך בעטן, איך ווייס אז עס פעלט נישט מער ווי א פונק, א ליצנות אחד, און פארוואנדלען דעם אשכול אין א ברוינעם קאליר, מיט דזשאוקס און געשפעט פון די רבנים... אבער רבותים, עס איז פאראן גענוג אשכולות פאר די נעגאטיווע חלקים. איך וויל דא מקדיש זיין פאר די גוטע זייט, און ביטע, ווער עס האט ממש נישט וואס מוסיף צו זיין, איז סיג לחכמה שתיקה!
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר