פון ווי נעמט זיך אונזער שווענדערישן לעבן? וועמענ'ס שולד?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 802 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 957 מאל

פון ווי נעמט זיך אונזער שווענדערישן לעבן? וועמענ'ס שולד?

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

מיר האבן דאס נישט געזען ביי אונזערע עלטערן און זיכער נישט ביי אונזערע זיידעס. מיין פראגע איז ווען האט זיך דאס אנגעהויבן און ווער איז שולדיג דערויף. די נושא איז נישט וועגן ארעמע אדער מיטל אינקאם מענטשן וואס קויפן דאס וואס דער מער פארמעגליכער קויפט צו ווייל ער מיינט אז ער מוז עס אויך האבן צו ווייל ער וויל מ'זאל מיינען אז ער איז אויך איינער וואס קען עפארדען. די רעדע איז אפילו פון מענטשן וואס קענען טאקע זיך ווארפן מיט געלט און אויך פון די וואס קענען באמת נישט, אבער פון ווי נעמט זיך א געלט ספענדעריי אויף זאכן וואס איז בכלל נישט ווערד? ווען א אינגערמאן לאזט זיך וואוילגיין 3 מאל א מאנאט אין סטעיק הייזער ווי ער שפענט א הונדערט אדער מער אויף א זאך וואס ער דארף נישט און אויף א זאך וואס איז נישט ווערד דאס געלט.

ס'דא ווען איינער וועט איינקויפען א שיין טייער שטיקל מעביל וואס קומט פון איטאליע ווייל ער פארשטייט [אדער מיינט ער אזוי] דערצו, דער מעביל איז שיין און דאס איז דער פרייז די פאר טויזנט וואס ער צאלט דערפאר, דאס גייט אריין אין א צווייטן חדר לגמרי. יא ער האט געספענט געלט וואס ער האט אדער האט נישט, אבער ער באקומט עפעס דערפאר, דאס איז נישט אזא שווענדעריי. אבער דער איד וואס ביים דאווענען מאכט ער מיט די האנט פאר יעדן שנארער און שפעטער זעט מען עם עסן א פרישטאג אין ספונס רעסטאראנט פאר 22 דאלער, ווען ער באקומט דארט עסן אין די ווערד פון אפשר צוויי דאלער מיט 50 צענט, וואס איז דאס? האט ער געצאלט ארויסגעווארפן געלט ווייל יענער האט עם סערווירט און ווייל יענער איז אויף 13 עוו מוז ער דאך אויך באצאלן זיין רענט. אבער וואס האסט דו געהאט דערפון? דו קענסט ווען קויפן א ביליגע מזונות סענדוויטש פאר 2 דאלער פון ווי האט ער דא גלייכגילטיקייט צו ווארפן 20 דאלער אין די מיסט?

האט מען א דור צוריק זיך אזוי אויפגעפירט אפילו די גבירים ? האט מען אפגעסאפערט א נאכט און באצאלט א מעשר פון א וואכ'ס וועידזש ? פארוואס איז יעדער פויל. ווער איז שולדיג? מערסטענס זענען זיכער שולדיג די רייסערישע רייצערישע עדס אבער שולדיג איז אויך די דעפרעסיע וואס נעמט היינט ארום יעדן צווייטן אינגערמאן און ווען ער ווערט סערווירט אין א פענסי רעסטאראנט אויף וואס ער גייט באלד צאלן א מאה צו 150 מיינט ער אז זיינע צרות האבן זיך דערשראקן פון עם.
ודו"ק כי קראצטי

רבותי פארשווענטס נישט אייערע אנגעהארעוועטע געלטער!

יעדער איז געלאדענט צו קאמענטירן
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר