זענען מיר אנאלפאבעטן?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך מי אני » דינסטאג אקטאבער 29, 2019 2:22 pm

מ׳קען אפשר צולייגן נאך א סניף (בפרט לגבי די סאפיר-ווהארף היפאטעזיע) פארוואס די אלגעמיינע ״שפראך״ און עקספרעשן אין אונזער געזעלשאפט איז ארימער. דהיינו, מ׳קען אפשר בארגן דר. ר. מ. העיר׳ס טעאריע בנוגע די פילאזאפיע פון ״שפראך״ און די לאגיק וואס ליגט אונטער דאס שפרעכן אקט. ער זאגט (בנוגע קאגניטיוויטיזם וכדומה) אז דאס אקט פון שפרעכן האט צוויי באשטיינדלן: די פרעסטיק, וואס רעפרעזענטירט א מעגליכע וועג וואס עפעס וואס מען וויל ארויסברענגן איז (די זאך וואס וועט בלייבן די זעלבע נישט קיין חילוק אין די מוד פונ׳ם פראז וכדומה), און דערנאך די ניוסטיק, וואס גיבט די אנווייזונג ווי אזוי צו אינטערפערטן און אפטייטשן די רעפרעזענטאציע (וואס אנהאלט אויך צווישן אנדערע די מוד און משמעות פונ׳ם פראז).

מען קען אפשר זאגן אז אונזער דעפיניציע פון גלויבונג אין רעליגיע איז גאר שטארק באיינפלוסט פון א (כמו איידיעליסטיק) געדאנק אז די (גאנצע) רעאליטעט איז געפירט און ארבעט מיט גאר אבסטראקטע מושגים וואס אונז פארשטייען נישט (און קענען נישט פארשטיין) און קענען נישט (געהעריג) מגדיר זיין [א סארט מינימעליסט בחינה פון ״אמת״, וכדכתבתי במ״א], און דאס איז פארט-ענד-פארסעל פון אונזער (קולטורליכע וכו׳) אידענטיטעט און וועלט-אויסקוק. אשר על כן, לפי הטעאריע הנ״ל, קען מען אפשר זאגן אז אונזער מושג פון דאס אקט פון ״שפראך״ אין אלגעמיין בלייבט מער ביי דעם שטאפל פון פרעסטיק, דהיינו העצם רעפרעזענטאציעס (וואס דארט אליין קען מען אויך זאגן אז ס׳איז דא פראבלעמען, וכנ״ל בהאשכול, ווי אויך בסתם אז מ׳האט נישט קיין רעפרעזענטאציעס פאר די אבסטראקטע מושגים בכלליות) און האט שוועריקייטן צו פראגרעסן פון דארט צו די ניוסטיק וואס איז א קאנקרעטע אפטייטש פון די רעפרעזענטאציעס. דאס איז שוין נאכדעם פועל אויף אונזער שפראך אויסדרוק בכלליות. (פארשטייט זיך אז מ׳קען דאס sort of טעסטן מיט׳ן צוגלייכן צו א סאציאלע גרופע וואס האט אן ענליכן אינסולארן און רעליגיעזע (כעין חסיד׳ישע/קבלה׳ישע) worldview ווי אונז, און זעהן/מעסטן ווי ארים וכדומה זייער שפראך אויסדרוק איז.)

כל זה הוא בדרך אפשר גמור, כמובן.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1201
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 890 מאל

Re: זענען מיר אנאלפאבעטן?

הודעהדורך אונטער חכם » מיטוואך אקטאבער 30, 2019 4:26 pm

איך מיין אז עס א פשוט'ע זאך, וויפיל מענטשן רעדן אידיש? אפשר הונדערט טויזנט? און רובא דרובא האבן א שטארקע צווייטע שפראך וואס מען נוצט על פי רוב צו ליינען און שרייבן (לשה"ק ביי די מענער און ענגליש ביי די פרויען).
די קלענסטע אנדערע שפראך וואס איך קען איז עברית וואס מען רעדט אין א לאנד פון אכט מיליאן מענטשן, מיט נאך מיליאנען איבער די וועלט וואס נוצן עס)
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 753
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 350 מאל

הודעהדורך מי אני » דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 1:31 pm

ס׳איז אויך אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז דער בריטישער פילאזאף דזשארדזש מור, אין זיין דרך אין עפיסטעמאלאגיע, האט אן אריכות בעיון אין דעם אז ווי אזוי אונז ווייסן זאכן איז דורך אונזער רילעישן צו ״קאנצעפטן״, און אז דאס [זיין דעפיניציע פונ׳ם טערמין ״קאנצעפט״] מעיקרא איז העכער פון שפראך און אפילו פון טראכטן.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1201
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 890 מאל

הודעהדורך מי אני » מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 2:37 pm

דר. אלעקס בירן און דר. בענדזש העלי זאגן בנוגע עקספיריענסעס (בנוגע זייער דעפענס פון פיזיקעליזם) אז פיזישע קאנצעפטן און זייערע צוגעפארטע/קארעספאנדינג עקספיריענס קאנצעפטן זענען אינדעפענדענט איינע פון צווייטן. דאס הייסט אז ס׳איז אומעגליך אנצונעמען עי פריארי אז עפעס פון א פענאמענאלאגישע כאראקטער [אן עקספיריענס] וואס פאלט אונטער איר פיזישע קאנצעפט פאלט אויך אונטער איר פענאמענאל [עקספיריענס] קאנצעפט. און די פענאמענאל קאנצעפט דערפון קען זיין אומעגליך ארויסצוברענגן אין ווערטער, וואס ווערטער זענען א חלק פון די פיזישע קאנצעפט(ן) דערפון.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1201
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 890 מאל

הודעהדורך מי אני » מוצ"ש נאוועמבער 30, 2019 9:31 pm

מ׳קען דאס אפשר אויך אריינלערנען אין דברי הרמב״ם בפתיחתו למורה נבוכים (עכ״פ בנוגע שכליות׳דיגע קאנצעפטן). וז״ל, ודע כי כשירצה אחד מן השלמים כפי מדריגת שלימותו, לזכור דבר ממה שהבין מאלו הסודות אם בפיו או בקולמוסו, לא יוכל לבאר אפילו מעט השיעור אשר השיגוהו באור שלם כסדר, כמו שיעשה בשאר החכמות שלימודם מפורסם. אבל ישיגהו בלמדו לזולתו מה שמצאהו בלמודו לעצמו, רצוני לומר מהיות העניין מתראה מציץ ואחר יתעלם, כאילו טבע העניין הזה הרב ממנו והמעט כן הוא ע״כ ע״ש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1201
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 890 מאל

הודעהדורך מי אני » מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 3:07 pm

בנוגע א ספעציאליזירטע וואקאבולאר איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו די טעזע פון דאס קאלאניזאציע פון די לעבנסוועלט וואס דער פילאזאף דר. יורגען האבערמאס האט פארמאליזירט בנוגע שפראך. דהיינו, עס איז דא די רייכע שפראך אין די אלגעמיינע לעבנסוועלט, וואס איז די געמיינזאמע סאביעקטיווע עקספיריענס פון מענטשן ביינאנזאם (אין א סאציאלע פארמאט אד״ג), צו אידעטיפיצירן מושגים. דערנאך איז דא לעומת זה ספעציאלע ווערטער וואס זענען געמאכט פאר די ענליכע זאכן אין ספעציאליזירטע סיסטעמן, פעלדער און פארמאטן אד״ג. יעצט, ס׳דא אמאל וואס מען אדאפטירט איינע פון די טערמינען וואס באלאנגען אין/צו א רעסטריקטירטע סיסטעם און מען נוצט דאס אין די לעבנסוועלט. דאס קען האבן א נעגאטיווע עפעקט אין מינימיזירן די רייכקייט פון פערסיוון געוויסע זאכן. (אביסל אווערסימפליפייד.)

א משל דערצו איז דאס וואס מאנכע האבן אדאפטירט דעם טערמין ״אילעגאל״, וואס באלאנגט צו די (שמאלע) געזעצליכע סיסטעם, און טוהן דאס נוצן צו באצייכענען גאנצעטע גרופעס.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1201
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 890 מאל

זענען מיר אנאלפאבעטן?

הודעהדורך מי אני » מוצ"ש יאנואר 04, 2020 10:14 pm

דער מו״נ (ח״ב פ״ל) שרייבט, שהלשונות הסכמיות לא טבעיות כמו שכבר חשבו זה ע״כ ע״ש (וע״ש בשם טוב ובקרשקש). דאס איז אפשר אביסל בניגוד צו דאס וואס מ׳האט פריער דערמאנט איבער דר. נועם טשאמסקי׳ס יסוד פון אוניווערסאלע גראממאר. הגם, מ׳קען פשוט משוה זיין אז די הונטערליגענדע בעיסיק יסוד פון שפראך, טשאמסקי׳ס טעזע, איז יא טבעי; דער רמב״ם רעדט בנוגע די אקטועלע שפראך וואס מ׳נוצט און דאס איז הסכמי/עפ״י קאנווענשען (ולכאורה משמע כן מהמפרשים הנ״ל, שדבריו הם בניגוד להחושבים לגבי מליצות הרכביות וכו׳. עס איז אויך משמע דארט אז ער רעדט מער אינ׳ם קאנטעקסט צו ״שמות״ (ווי איידער ממש ״לשונות״ בכלליות) זענען מוטבע אינ׳ם זאך, צו אז עס איז א הסכם וואס מענטשן מאכן אפ ע״ש).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1201
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 890 מאל

Re: זענען מיר אנאלפאבעטן?

הודעהדורך מי אני » זונטאג יאנואר 26, 2020 5:06 pm

דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג, אין זיין The Star of Redemption (ח״ב), שטעלט צאם די רילעישענשיפס פון ג-ט צום וועלט [בריאה], ג-ט צום מענטש [התגלות], און מענטש צום וועלט [גאולה], וואס דאס נעמט אריין די בחינה פון צייט אין זיך [עבר, הוה, און עתיד, רעספעקטיוולי]. ער זאגט אז ווי אזוי מ׳פערסיווט די רילעישענשיפס איז דורך שפראך-טראכטן; שפראך איז די ״ארגענאן״, וואס איז העכער פון סתם טראכטן, וואס נאר דאדורך קען מען עקספיריענסן די רילעישענשיפס, וואס זענען מיוסד אין זמן, וואס איז א יסוד פון אונזער עקזיסטענשל פערסעפשן.

ער פירט אויס אז די דאס איז די קשר צווישן די בריאה, וואו שפראך איז בעצם אוניווערסאל און איינס אין יעדע מענטש (וכעין טשאמסקי׳ס UG), און גאולה, ווען עס וועט זיין (א בחינה פון) שפה אחד לכל.

ער זאגט דארט (ח״א פ״א) אויך, פון א פילאזאפישן פערספעקטיוו, אז ״יא״, ״ניין״, און ״און״ (וואס איז די קאמבינאציע פון ״יא״ און ״ניין״), זענען די מערסטע אריגינעלע יסודות׳דיגע ווערטער פון שפראך; הגם ״יא״ מער פון ״ניין״, וואס איז פשוט די העדר פון ״יא״.

ער האט אויך געהאט געשריבן ״[דאס] שפראך [פון א מענטש] איז מער ווי [זיין] בלוט״.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1201
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 890 מאל

זענען מיר אנאלפאבעטן?

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 12:40 pm

ווי אויך זאגט ער (ח״ב פ״ב) אז ״ארט״ איז/קומט פון די מחשבה וואס מען קען נישט עקספרעסן; וואס איז פאר שפראך (ועיין כאן).

***

אזוי ווי @יידל אליין דערמאנט דא די פלעטאניק רעלם/הייפערוראניון, איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז דער פילאזאף דר. קארל פאפער, אין זיין מהלך פון דריי וועלטן (עיין כאן וכאן, זאגט אז ״שפראך״ איז די מערסטע אינטעגראלע און עיקר׳דיגע חלק אין/פון ״וועלט 3״; ״שפראך״ איז די קאנטענט פון חכמה, וואס פון דעם באשטייט די ״וועלט״. און נאר דורך שפראך נעמט מען די מחשבת חכמה פון סתם א ״וועלט 2״ סארט סאביעקטיווע טראכטן צו די ״וועלט 3״ פון אביעקטיווע חכמה.

די ״וועלט״ פון אביעקטיווע מענטשליכע חכמה איז אביסל ענליך צו אפלטון׳ס רעלם.

***

ווי אויך איז מערקווידיג צוצוצייכענען אז מארטין בובער האט געהאלטן יעדע סארט רילעישענשיפ מיט א צווייטע ענטיטי אלס א ״דו״ [אין/מיט איר גאנצקייט], אפילו ס׳איז נישט דורך רעדן, איז אבער דאך א פארעם פון ״שפראך״.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1201
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 890 מאל

זענען מיר אנאלפאבעטן?

הודעהדורך מי אני » פרייטאג פעברואר 21, 2020 6:06 pm

קראטילוס, אין אפלטון׳ס קראטילוס, האלט פון לינגוויסטיק נאטורעליזם. דאס הייסט אז א נאמען פון א זאך ומושג וכו׳, שפראך בכלל (בפרט אין זייער פארשטאנד אין עטימעלאגיע), איז נישט דאס מכח די קאנווענשאן ווי אזוי מ׳האט אנגענומען, נאר עס איז מקושר צום צורה (אין אפלטון׳ס שטערקערע קאנסעפציע פון (רוחניות׳דיגע) צורה ווי אריסטו) פונ׳ם זאך אין די סאונד סיסטעם פון יענע שפראך.

(פארשטייט זיך אז דאס האט פאראלעלן מיט די מיסטישע מושג פון, עכ״פ ביי מענטשן, נפש חיה הוא שמו וכו׳.)


***

ואגב, הרס״ג בהאמונות והדעות (מאמר ב פ״י): ‏
ואם יאמר אומר מה היתה התועלת שהרחיב הלשון זאת ההרחבה שהפיל לנו אלו הספקות ולמה לא סמכה על מלות אמתות והיתה מסירה מעלינו זאת הרעה אומר כי אלו סמכה על מלה אחת היה השמוש בלשון מתמעט ולא היה מגיע להגיד בה על קצת המכוונות.


***

ואגב איז אינטרעסאנט אז ס׳איז ל״ד אז די וואס קענען אסאך ״קללות״ האבן א קלענערע וואקאבולאר, ואפשר אפילו אז ס׳האט א פאזיטיווע קארעלעישן: קענען מער ״קללות״ = גרעסערע/ברייטערע וואקאבולאר. (טאמער נעמט מען אן אז די קאנקלושאנס פון די שטודיע ארבעט אויף פארקערט אויך, אז די וואס קענען ווייניגער ״קללות״ האבן א קלענערע וואקאבולאר, קען מען אפשר זאגן אז וועגן דעם קען זיין אז ביי אונז וואו מ׳איז מער מקפיד אויף שלא להוציא דבר מגונה שאדט דאס פאר אונזער אוועראל וואקאבולאר... הגם דער פסיכאלאג דר. ריטשערד סטיפענס, אין זיין בוך, זאגט אז ״קללות״ ווערן גע׳סטארד אין אן אנדערן חלק פונ׳ם מח ווי די אלגעמיינע וואקאבולאר.)

(ועיין כאן.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1201
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 890 מאל

Re: זענען מיר אנאלפאבעטן?

הודעהדורך מי אני » מוצ"ש פעברואר 29, 2020 9:38 pm

ולגבי די וויכטיגקייט פון ריכטיגע commas (און מעטא-שפראך צייכענונגען) ביים שרייבן, דערמאנט דער כוזרי (מאמר ב אות עב), בנוגע מעלת כתיבת בלשון לשה״ק, איבער דעם געברויך פון פיסוק וטעמים דערין, כדי אז די מאדעליטי פון שרייבן זאל זיין דומה צום רעדן ע״ש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1201
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 890 מאל

Re: זענען מיר אנאלפאבעטן?

הודעהדורך מי אני » זונטאג מאי 17, 2020 9:29 pm

טאמאס האַבּס איז געווען גאנץ א שטארקע נאַמינעליסט. ער האט געהאלטן (אין א וועג) אז די איינציגסטע יוניווערסאלע זאך איז ״נעמען״ פון זאכן [דהיינו שפראך], ונפש חיה (של כל דבר) היא שמו ממש (ווי אזוי ס׳זאגט זיך אין יעדע שפראך). עכ״כ אז לייבניץ האט אים קריטיקירט דערויף אז ער גייט צו ווייט דערמיט, ווייל אויב אזוי אז דער ״אמת״ ממש פון א זאך ליגט אין איר נאמען, דאס שפראך, איז עס דעמאלטס געוואנדן אינעם מענטשליכן ווילן, וואס דעפיניציעס פון ווערטער/נעמען זענען דאך געוואנדן אין אים.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1201
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 890 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 6 געסט