זענען מיר אנאלפאבעטן?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך הוגה » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 6:56 pm

יאנקל, געוואלדיג! ס'מיר יעצט קלאר געווארן איין נקודה בנוגע די שמועסן דא פריער אינעם אשכול. איך האלט אז ס'פעלט טאקע נישט אויס קיין ווערטער אויף מחשבה אבער מושגים פעלט יא אויס. לדוגמא, דאס ווארט פאראדאקס וואס דו האסט צוגעברענגט, עס פעלט נישט אויס צו קענען דאס ווארט כדי מ'זאל קענען טראכטן דערפון, אבער די מושג פעלט יא אויס. והוא הדין ביי קניען/הויערן, הויערן איז גאר אן אנדערע קאנצעפט ווי קניען.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2828
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7310 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6482 מאל

הודעהדורך אחד העם » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 7:09 pm

@הוגה, רק להבהיר דבריך, ביסט נישט חוזר אז די ווערטער און טראכט זענען פארבונדען, דהיינו, די מושגים זענען טאקע וויכטיג, אבער פאר די מושגים דארף מען נישט דייקא קיין ווערטער, וואס?
דגם אני בעניי ס''ל כן, וגם דמבשרי חזיתי, שכמה מושגים שכבר חשבתי עליהם והייתי ברור בהם, אבל המילים.בדיוק.לא ידעתי מכל וכל,
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 830 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 7:56 pm

@יאנקל, א ווייטאגליכע און ריכטיגע טענה. אבער צו מלמד זכות זיין אויף די מלמדים, דארף מען אונטערשטרייכן אז בעצם זענען זיי גערעכט, ס'איז פשוט אוממעגליך אויסצולערנען נייע ווערטער אויף אזא אופן. דאס קינד ווייסט דאך נישט וואס צדה מיינט און וואס לאקערן מיינט, גייסטו אים זאגן אז צדה מיינט לאקערן. דער אמת'ער אחריות ליגט אויף די מנהלים מען זאל אוועקגעבן לכל הפחות עטליכע שעה א וואך אויסצולערנען גראמאטיק און וואקאבולאר.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7999 מאל

הודעהדורך יואליש » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 8:08 pm

יאר איז גערעכט. דער מלמד'ס זשאב איז צו זעהן אז דאס קינד זאל קענען ביים פארהער, גארנישט מיט זיין אנטוויקלונג אלס א בר נש. די נושא פון שפראך איז בכלל נישט עפעס וואס מ'לערענט. לגמרי נישט. אין פאקט, איז נישט דא קיין שום קאריקולעם איבער גארנישט, חוץ חומש>רש"י>משניות>גמרא>תוס'>וכו' אביסל שרייבן אידיש געניג אויף אויסצולערנען די צורה און טעקניק פון שרייבן אבער אן דגוש.

כ'פרוביר צו פארשטיין אויב דאס איז בשיטה, אדער פערצופאל. זענען דא צווישן אונז מלמדים וועלכע קענען איבערגעבן אויב די טעמע ווערט אמאל אויפגעברענגט אין די "מלמדים שטוב"?
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2504
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3842 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 8:18 pm

לכאורה איז דאס בשיטה. סוף כל סוף, אויב אלע חכמות ליגן אין די תורה, פארוואס זאל נישט וואקאבולאר זיין נכלל דערין? די סנהדרין האבן דאך געקענט אלע שפראכן, און זיי האבן אודאי נישט געפאשעט אין פרעמדע פעלדער. כפי מיטב ידיעתי איז "שיינשרייבן" די איינציגע חכמה וואס שטייט נישט אין די תורה. מ'דארף טאקע דערגיין פארוואס.
א בשייכות'דיגער פראבלעם איז דאס וואס ווערטער פאר געפילן עקזיסטירן כמעט נישט אין אונזער היימישער וואקאבולאר, די מערסטע וואס דו וועסט הערן איז "אנגעזעצט" און "דעפרעסט". נישטא קיין אנטוישט, rejected, צובראכן, hurt, פרייליך, עקסטאז, anxious, באליבט, ענטוזיאסטיש, סימפאטיש, peaceful ועוד ועוד.
לדעתי צייגט דאס אויף א טיפערער פראבלעם.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7999 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 8:34 pm

יאנקל: דו האסט מסכם געווען דיין מאמר אין איין שורה. אז די שפראך פון א מענטש (קינד און ערוואקסענער) איז נישט אנטוויקלט האט ער נישט די מעגליכקייט צו טראכטן. נאר לפענ"ד ווערט דאס געטון בכוונה תחילה. כדי מ'זאל נישט זיין מסוגל צו טראכטן אויף אן אומאפהענגיקן אופן נאר נאכגיין נאכ'ן שטראם. און אויב ס'טרעפט זיך אמאל א מלמד וועלכער וויל יא אריינברענגען אביסל ידיעות אין שפראך אין זיינע תלמידים האט ער אויך מורא אז מ'וועט איהם פארשרייען אלס משכיל. ממילא גייט ער מיט מיט דעם שטראם פון אויבערפלאכיגקייט. נאר די קאנספיראציע טעאריעס לאז איך איבער פאר חזקיה-ו המלך. (איינער געדענקט איהם נאך?( :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13186
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14671 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8382 מאל

הודעהדורך אחד העם » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 8:38 pm

יאיר האט געשריבן:לכאורה איז דאס בשיטה. סוף כל סוף, אויב אלע חכמות ליגן אין די תורה, פארוואס זאל נישט וואקאבולאר זיין נכלל דערין? די סנהדרין האבן דאך געקענט אלע שפראכן, און זיי האבן אודאי נישט געפאשעט אין פרעמדע פעלדער. כפי מיטב ידיעתי איז "שיינשרייבן" די איינציגע חכמה וואס שטייט נישט אין די תורה. מ'דארף טאקע דערגיין פארוואס.
א בשייכות'דיגער פראבלעם איז דאס וואס ווערטער פאר געפילן עקזיסטירן כמעט נישט אין אונזער היימישער וואקאבולאר, די מערסטע וואס דו וועסט הערן איז "אנגעזעצט" און "דעפרעסט". נישטא קיין אנטוישט, rejected, צובראכן, hurt, פרייליך, עקסטאז, anxious, באליבט, ענטוזיאסטיש, סימפאטיש, peaceful ועוד ועוד.
לדעתי צייגט דאס אויף א טיפערער פראבלעם.

אוי @יאיר די האסט ערוועקט און מיר מאדנע קאשמארען, וויפיל יאר האב איך שוין נישט געהערט דאס ווארט שיינשרייבען, יוׂ פלצות אחזתני..
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 830 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:08 pm

מלמדים, וואקאבולאר, גייט עפעס נישט אינאיינעם. איר ווייסט דען נישט אז מ'האלט זיי פאר פרנסה.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1600
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2085 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:09 pm

יאנקל די עלטערע דור וואס די מלמדים האבן יא געטייטש צדה לאקרן, הערסטו אמאל איינעם דאס ניצען?
ועוד אישי א פייער אפפפער, כגלייך די גאטס פון מלמדין צי טוישן טייטש און ניצען ווערטער וואס קונדער פארשטייען.
די אלטע מלמדים האבן נישט אויסגעלרעט די באדייט, נאר איך האב גאכאפט פראסקעס פארן נישט געדעמקען פייער אפפער.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3784
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4597 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1866 מאל

הודעהדורך יאנקל » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:41 pm

יאיר האט געשריבן:@יאנקל, א ווייטאגליכע און ריכטיגע טענה. אבער צו מלמד זכות זיין אויף די מלמדים, דארף מען אונטערשטרייכן אז בעצם זענען זיי גערעכט, ס'איז פשוט אוממעגליך אויסצולערנען נייע ווערטער אויף אזא אופן. דאס קינד ווייסט דאך נישט וואס צדה מיינט און וואס לאקערן מיינט, גייסטו אים זאגן אז צדה מיינט לאקערן. דער אמת'ער אחריות ליגט אויף די מנהלים מען זאל אוועקגעבן לכל הפחות עטליכע שעה א וואך אויסצולערנען גראמאטיק און וואקאבולאר.

מיר האלטן נאך נישט ביים באשולדיגן. די נושא פון דעם אשכול איז אוועקצושטעלן די פאקטן איבער חסידישע אנאלפאבעטיזם. דערווייל וויל איך ענטפערן א הילכיגן "יא!" אויף דער פראגע "זענען מיר אנאלפאבעטן?"

איינמאל די פאקטן וועלן זיין גוט אוועקגעשטעלט, ווען מען זיך קענען נעמען צו דער פראגע "ווער איז שולדיג אז מיר זענען אנאלפאבעטן?"

וועגן דעם עצם ענין, לערנען אזא ווארט ווי "לאקערן" נעמט לכל היותר דרייסיג סעקונדעס. מ'דארף נישט געבן א ווערטער-בוך דעפיניציע - מ'איז עס מסביר פאר עטליכע סעקונדעס און מ'גייט ווייטער. אזוי ארבעט שפראך, נישט אייביג פארשטייט מען דעם באדייט פון דעם ווארט אויף הונדערט פראצענט תיכף אין אנפאנג, אבער מיט דער צייט זינקט עס אריין אין מוח, און מ'קען עס אליין אנפאנגען נוצן. ועוד, איך רעד דאך נישט דא פון האבן א סדר-היום פון לערנען נייע ווערטער - דא רעדט מען פון וואקאבולאר ווערטער וועלכע האבן שוין עקזיסטירט לאנגע יארן אין די טייטש-צעטלעך. גיין בידיים ארויסרייסן אזעלכע ווערטער ווי לאקערן און הויערן איז אן עוון פלילי.

נולד מאוחר האט געשריבן:יאנקל די עלטערע דור וואס די מלמדים האבן יא געטייטש צדה לאקרן, הערסטו אמאל איינעם דאס ניצען?
ועוד אישי א פייער אפפפער, כגלייך די גאטס פון מלמדין צי טוישן טייטש און ניצען ווערטער וואס קונדער פארשטייען.
די אלטע מלמדים האבן נישט אויסגעלרעט די באדייט, נאר איך האב גאכאפט פראסקעס פארן נישט געדעמקען פייער אפפער.

"לאקערן" איז א נארמאל ווארט וואס איז אין באנוץ הן בכתב און הן בעל פה. אז דער מלמד וואלט געהאט א גרינגערן ווארט וואס וואלט געמיינט די זעלבע זאך, וואלט איך אים אפשר אביסל געקענט דן זיין לכף זכות, אבער טייטשן "ער האט נישט געוואלט" אנשטאט "ער האט נישט געלאקערט" איז אן עוולה און א חרפה. (איך ווייס נישט וועגן "פייער אפפער". וויאזוי טייטשן עס די מלמדים היינט? אויב איז דער נייער טייטש א ריכטיגער אפטייטש איז עס נישט קיין פראבלעם. אבער אויב דער נייער טייטש שפיגלט נישט ריכטיג אפ די כוונה פון דעם פסוק איז עס אן עוולה.)

נאכאמאל, די ביישפילן קומען אריין אין דעם קאנטעקסט פון דעם ברייטן בילד, ווי אפגעריסן אונזער שפראך איז, ווי ערוואקסענע חסידישע אידן קענען זיך שוואכער אויסדרוקן אויף אידיש אדער ענגליש ווי 11-יעריגע ענגליש-רעדנדע קינדער, און ווי עס גייט אזוי ווייט אז מלמדים רייסן ארויס אפילו אזא קליינע מעגליכקייט פון בארייכערן דעם וואקאבולאר מיט נאך עטליכע ווערטער.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

הודעהדורך הציץ ונפגע » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:59 pm

געוואלדיגע דיבורים.
כ'וועל נאר אריינווארפן דא מיינע צוויי צענט איבער דעם דעבאטע צו מען קען טראכטן אן ווערטער. איך בין מצדד מיט דעם זייט אז מען קען טראכטן אן ווערטער, איבער nouns און verbs זיכער, און מעגליך אויך איבער קאנצפעטן ומושגים. אבער וואס פאסירט געווענטליך איז פונקט א פארקערטע רעאקציע-ציקל. כאטש אין טעאריע קען מען טראכטן אן ווערטער איז עס פיל שווערער און דערפאר טוט מען עס טאקע נישט אן דעם, וויבאלד רוב מענטשן ווילן נישט אדער קענען נישט זיך אנשטרענגן אזוי ווייט. קומט אויס לפי זה אז דער חסרון פון א קליינע וואקאבולאר איז נישט אז מען קען נישט טראכטן, נאר אז מען טוט אייגענטליך נישט טראכטן. איינמאל מען ווידמעט נישט קיין מחשבה איבער די מושגים וואס מען פארמאגט נישט קיין ווערטער פאר זיי, אויטאמאטיש ווערן די מושגים נישט קולטאווירט. נעם געפילן לדוגמא: אז מען האט נישט אדער מען ניצט נישט די ווערטער וואס יאיר האט אויבן אויסגערעכנט, טוט מען נישט טראכטן איבער זיי און אז מען טראכט נישט איבער די געפילן, ווערן די געפילן פארטעמפט. אדער נעם וויסנשאפט: אז מען האט נישט אדער מען ניצט נישט ווערטער פאר, למשל, פיזיקס, טראכט מען שוין נישט איבער דעם און אויטאמאטיש וועט זיך קיינמאל נישט אנטוויקלן אין דעם מענטש א פארשטאנד צו פיזיקס.
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:23 pm

ווילסט מי זאגן אז סדא א חיליק לגבי געפילן צווישען א משלנו ביז סתם א מענטש וואס איז ציגעווינט צי ניצען געפילשע ווערטער? חוץ לאוו love גלייב איך נישט אז מיר זענען אנדערש ווי דער גוי.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3784
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4597 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1866 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:26 pm

נולד מאוחר האט געשריבן:ווילסט מי זאגן אז סדא א חיליק לגבי געפילן צווישען א משלנו ביז סתם א מענטש וואס איז ציגעווינט צי ניצען געפילשע ווערטער? חוץ לאוו love גלייב איך נישט אז מיר זענען אנדערש ווי דער גוי.

אין די עצם געפילן איז נישטא קיין חילוק, אבער אין קלארקייט אין קאפ איז שוין איינמאל דא. ווען א מענטש ווייסט אז די סארט געפיל פון rejection האט א נאמען און עס איז א נארמאלע וועג צו פילן נאכדעם וואס מען ווערט - צום ביישפיל - אפגעענטפערט קאלטערהייט דורך א חבר, דעמאלט קען מען גרינגער דיעלן דערמיט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7999 מאל

הודעהדורך דעת תורה » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:36 pm

אם קבלה הוא נקבל. בפשטות לייגט זיך עס נישט אויפן שכל אז די ווערטער אוצר זאל משפיע זיין אויף די געפילן. וקצת זכר לדבר, די ירושלים'ע אידן האבן כידוע א רייכערע שפראך ווי אמעריקאנער, און איך זעה נישט זייערע געפילן זאלן זיין מער אנטוויקלט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4572 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1741 מאל

הודעהדורך דעת תורה » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:41 pm

לענין אז אלע חכמות איז מרומז אין די תורה,, דאס איז נישט סתם א חרדי'שע איינרעדעניש, דער רמב"ן שרייבט עס קלאר. אבער ער באציט זיך, כמדומה, בלויז אויף תורה שבכתב אז אלעס איז מרומז אין די אותיות התורה, נישט אויף אזא נאנסענס אז מען קען לערנען סייענס פון די גמרא'ס סייענטיפישע פאקטן וכדומה. ווי אויך איז כמעט קלאר אז מימות הראשונים איז שוין נישטא קיינער וואס ווייסט נאך וויאזוי אויסצוליינען די רמזים אין די אותיות התורה, און, אינצידענטלי, די גדולים וואס האבן געקענט אנדערע חכמות אויך, האבן פונקט אויך געלערנט די ספרים איבער יענע חכמה, און די ספרים וואס זיי האבן נישט געלערנט האבן זיי טאקע נישט געקענט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4572 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1741 מאל

הודעהדורך אחד העם » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:47 pm

הציץ ונפגע האט געשריבן:געוואלדיגע דיבורים.
כ'וועל נאר אריינווארפן דא מיינע צוויי צענט איבער דעם דעבאטע צו מען קען טראכטן אן ווערטער. איך בין מצדד מיט דעם זייט אז מען קען טראכטן אן ווערטער, איבער nouns און verbs זיכער, און מעגליך אויך איבער קאנצפעטן ומושגים. אבער וואס פאסירט געווענטליך איז פונקט א פארקערטע רעאקציע-ציקל. כאטש אין טעאריע קען מען טראכטן אן ווערטער איז עס פיל שווערער און דערפאר טוט מען עס טאקע נישט אן דעם, וויבאלד רוב מענטשן ווילן נישט אדער קענען נישט זיך אנשטרענגן אזוי ווייט. קומט אויס לפי זה אז דער חסרון פון א קליינע וואקאבולאר איז נישט אז מען קען נישט טראכטן, נאר אז מען טוט אייגענטליך נישט טראכטן. איינמאל מען ווידמעט נישט קיין מחשבה איבער די מושגים וואס מען פארמאגט נישט קיין ווערטער פאר זיי, אויטאמאטיש ווערן די מושגים נישט קולטאווירט. נעם געפילן לדוגמא: אז מען האט נישט אדער מען ניצט נישט די ווערטער וואס יאיר האט אויבן אויסגערעכנט, טוט מען נישט טראכטן איבער זיי און אז מען טראכט נישט איבער די געפילן, ווערן די געפילן פארטעמפט. אדער נעם וויסנשאפט: אז מען האט נישט אדער מען ניצט נישט ווערטער פאר, למשל, פיזיקס, טראכט מען שוין נישט איבער דעם און אויטאמאטיש וועט זיך קיינמאל נישט אנטוויקלן אין דעם מענטש א פארשטאנד צו פיזיקס.

האסט א געוויסע נקודה, אבער לאוו דווקא עס איז אזוי פארבונדען ווי די האסט עס אוועקגשטעלט,
עס זענען דא זאכען.וואס מען דארף נישט די ווערטער, כגון, דער מושג אז איינס מיט איינס איז צוויי דארף איך נישט וויסען דאז ווארט פלאס אדער מיינוס וכו', און לגבי געפילן די זעלבע איך דארף נישט דאס ווארט rejection זיך.צו שפירען געטראפען פון א קאלטען אפענטפער, מקען עס אפשר.בעסער פין פוינטען, אבער לגבי דער שורש פון דער געפיל.דארף.איך.נישט קיין ווערטער, איך דארף.נישט וויסען אלע נעמען פון אלע סארטען געז צו טראכטען און קעמענסטרי, אז איך זע אז דאס מיט דאס קומען.זיך.צאם געשעט דאס, אוודאי ווען איך.וויס די ווערטער איז.אפשר.קלארער, און אפילו איך ווייס יא די ווערטער מיינט נישט אז וויבאלד איך וויס די ווערטער קען איך ברייטער טראכטען, עס פאסט מער צו זאגען אז וויבאלד.מיינע מושגים זענען פארברייטערט קען איך טראכטען ברייטער אבער עס איז לאוו דווקא געבינדען מיט ווערטער.
בקיצור, איז מיין פוינט, דאס וואס מען טראכט ברייטער מיט א ברייטערען וואקובלאר, איז נישט וייל איך קען מער ווערטער, נאר ווייל איך בין שולט און מער מושגים כעין שהעיר כבר @הוגה לעיל, און אפילו ביי דער משל פון ''לאקערן'', איז דער פראבלעם אז דער מלמד לערנט דאס נישט מיט'ן קינד, נאר ער טייטש צדה וועלן, איז ווייל ער האט מצמצם געווען דאס קינד'ס מושגים, לאקערען איז אן אנדערע מושג פון וועלן, לאקערן איז א אקט שוין נאכן וועלן, אז איך וויל יענעם טון עפעס, גיי איך לאקערן אויף אים, און דאס איז מער א פראבלעם מכח צימצום המשוגים, ווי צימצום הוואקובלאר, ואדגיש, אוודאי אז א ברייטער וואקובלאר העלפט ארויס בעסער.פין פוינטען די זאך, און עס קענען קלארער ארויסברענגען, און אולי פאר א קלאר'ערן טראכט אויך, אבער בשרשו איז וואקובלאר זעלבסט נישט קיין פראבלעם, עס איז א בעיה מכח.צימצום המושגים
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אחד העם אום דינסטאג אקטאבער 29, 2013 8:37 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 830 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:06 am

האב איך עס מגגל געווען, איז ארויסגעקומען דאס פאלגענדע:
“People with an impoverished vocabulary live an impoverished emotional life; people with rich vocabularies have a multihued palette of colors with which to paint their experience, not only for others, but for themselves as well.” (Robinns, 1991).
Vocabulary knowledge has been linked to intelligence, academic success, and identified as one of the five essential components of reading (NICHD Report of the National Reading Panel, 2000)

(דער ערשטער ציטאט איז גענומען פון א בוך דורך דעם בארימטן עקספערט אויף היומען רילעישאנשיפס און סוקסעס, טאני ראבינס.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7999 מאל

הודעהדורך אחד העם » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 8:43 am

יאיר האט געשריבן:האב איך עס מגגל געווען, איז ארויסגעקומען דאס פאלגענדע:
“People with an impoverished vocabulary live an impoverished emotional life; people with rich vocabularies have a multihued palette of colors with which to paint their experience, not only for others, but for themselves as well.” (Robinns, 1991).
Vocabulary knowledge has been linked to intelligence, academic success, and identified as one of the five essential components of reading (NICHD Report of the National Reading Panel, 2000)

(דער ערשטער ציטאט איז גענומען פון א בוך דורך דעם בארימטן עקספערט אויף היומען רילעישאנשיפס און סוקסעס, טאני ראבינס.

עס איז אבער נישט מוכרח אז עס איז מכח ווייל איך ווייס מער ווערטער, נאר אז מען לערנט מער ווערטער ווערט מען פארברייטערט און מושגים, אז די באמערקסט איז בעיקר מדגיש די נקודה אז וואקובלאר העלפט פאר פין פוינטען די הרגש וכו' אבער דער רגש זעלבסט קען געשפירט ווערן אפילו מען איז אריכטיגע אנעלפאבעט
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 830 מאל

הודעהדורך הילל » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 9:04 pm

מען האלט נאך ביי דעם פראבלעם פון קענען פשוט'ע ווערטער און מושגים, אבער עס גייט פיל ברייטער און טיפער פון דעם. א שטארקער גורם וואס העלפט פארגרעסערן די ארימקייט אין אונזער וואקובלאר זענען די "עיני העדה". דאס הייסט אז אויסער דעם וואס די לערערס אין שולע וועלכע דארפן געבן די יסודות פון שפראך פאר א קינד זענען אין אונזער פאל "מלמדים" וואס לערנען קוים די מינימאלסטע א-ב פון אונזער שפראך און אירע כללים, וואס דורכדעם הייבן מיר אלע באלד אן מיט א שרעקליכן מאנגל אפילו אין איינפאכע ווערטער, איז אויך דער קומענדיגער שטאפל וואס העלפט געווענליך בארייכערן דעם מענטנש'ס אוצר פון טערמינען, ידיעות און באגריפן - די ביכער און צייטונגען - זענען אויך בשפל המצב.

אנשטאט ארויפברענגען די ליינער א שטאפל העכער, האבן זיי זיך צוגעשטעלט צו די נידריגע קינדערישע לעוול פון אונזער ארעמע געזעלשאפט. און נישט נאר טוען זיי אונז נישט ארויפברענגען, נאר זיי טוען אונז נאך גאר אראפפירן טיפער און ברענגען נענטער צו דער "טונקעלער עפאכע", סיי מיט די עצם ענינים וואס זענען ארעם און טרוקן, סיי מיט זייער אומשעפערישער, פארוועלקטער אופן פון ארויסברענגען מושגים, סיי זייער ביליגער און אומפראפעסיאנאלער וועג פון צוזאמשטעלן שורות און זאצן, און סיי מיט זייער שרעקליך מאגערע ווערטער-אוצר. עס האלט ביי א מצב אז ווען מען הייבט אן ליינען אן ארטיקל קען מען ממש פאראויסזאגן וועלכע ווערטער און טערמינען יענער גייט נוצן ארויסצוברענגען זיין נקודה. רוב נוצן איבער די זעלבע אויסגעדראשענע לאזונגען, טערמינען, און אפילו מאמרים, ביים אנהייב און ענדע, אז ממש עס איבלט. צו טרעפן איינער וואס שרייבט אריגינעל, ברענגט ארויס זיינע/אירע געדאנקען אויפ'ן ריכטיגן אופן און מיט טעם און געשמאק, איז אן אמת'ער זעלטנהייט (אין "מעלות" קען מען דאס אביסל טרעפן, אבער צו אלע צרות זענען זיי אויף ענינים וואס זענען לאנגווייליג פאר מענטשן מיט אביסל שכל). ריכטיגע קריעטיוויטי אין היימישן אידיש איז געווארן א יקר המציאות.

אונזערע נאטורליך-הונגעריגע מוחות ליידן פון הונגער און ווערן מיט דער צייט אויסגעמאגערט. אז מען נוצט עס נישט, זאגט די וועלט, פארלירט מען עס. דאס האט געברענגט צו א מצב אז רוב ליינער קענען שוין אפילו נישט "אפליינען" א געהעריג שטיקל. מיר זענען געווארן עניי בדעת און מיר קענען אפי' נישט געהעריג אויסליינען א שיינעם שטיקל, נישט נאר אויף ענגליש (וואס גענוג וועלן ענדערש ליינען א תגובה פון צען שורות אידיש ווי איידער דארפן דורכשוויצן איין שורה ענגליש), נאר אמאל אפילו אויך נישט קיין אידיש, ווי דער פותח האשכול באקלאגט זיך איבער א שלעכט-פארטייטשטע קאמע. שוין אפגערעדט אז עס איז קוים דא אחד בעיר וואס האט די טאלאנט צו אפשרייבן א שטיקל פאעזיע אויף א לעוול וואס איז העכער כיתה ג' און מער ווי בלויז גראמען, און צו שרייבן א זאץ וואס זאגט עפעס מער ווי טרוקענע ווערטער און האט אן אוצר אויך צווישן די שורות איז אן אומדערהערטע ערשיינונג. און אויב איינער שרייבט שוין יא אינטערעסאנט, טרעפט ער קיינע אויערן און אוודאי נישט קיין פאסיגע קאמענטארן (מר. בערגער, איך פארשטיי אייער ווייטאג). דער מציאות איז, אויב מען וואקסט אויף אין א מדבר, איז כמעט אוממעגליך צו אנטוויקלען די מער קאמפליצירטע חושים.

נישט נאר שפיגלט דאס אפ אויף אונזער ארעמער געדאנקענגאנג, נאר עס איז קלאר אויך א דירעקטער גורם דערצו. שוין אפגערעדט פון אן אומאנטוויקלונג אין אבסטראקטיווע מחשבות, נאר עס ברענגט זיכער אויך א חסרון אין איינפאכע טאג-טעגליכע געדאנקען, ווען אין אומצאליגע סיטואציעס פעלט פון דעם מענטש אופנים וויאזוי זיין מוח וואלט אים געקענט פירן אין אנדערע ריכטונגען, אבער עס פעלט אים די מחשבה-געצייג וויאזוי דאס צו פירן און מאנעוורירן. אין א געוויסן זין בלייבן מען אין אן אייביגן נעפל; מען ווייסט אפילו נישט פון די ליכטיגקייט ביים עק פון טונעל.

איין עצה: כאטש אנהייבן פיטערן די יונגווארג, ווען דער שפראך פענסטערל איז נאך ברייט אפן.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 343 מאל

הודעהדורך הילל » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 9:22 pm

וואקובלאר העלפט פאר פין פוינטען די הרגש וכו' אבער דער רגש זעלבסט קען געשפירט ווערן אפילו מען איז אריכטיגע אנעלפאבעט

נישט ריכטיג. פונקט ווי א כעמיקער שטעלט צוזאם צוויי עלעמענטן און "באשאפט" א דריטן, קען א שרייבער "באשאפן" נייע מושגים אין דעם ליינער'ס קאפ און זיי קענען העלפן טראכטן און באגרייפן ענינים וואס וואלט געווען אוממעגליך אן זיי.
אפשר איין טאג ווען איך וועל האבן מער צייט, וועל איך ברענגען עטליכע משלים דערצו. (זעסט, יעצט האלטסטו אז נישט; שפעטער, נאך עטליכע שורות פון ווערטער, וועט דיין מוח מעגליך באגרייפן עפעס ניי און קען דערביי טוישן מיינונג אויף די קומענדיגע זיבעציג יאר. אך, דער פאטענציעלער כוח פון ווערטער...)
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 343 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:00 pm

אנטשולדיגט פארן זיך נישט באטייליגן כדבעי און "מיין" אשכול, מה נעשה אז בצוק העיתים ובעוונותי כי רבו בין איך צו פארנומען עם הדת והחיים צו קענען שרייבן אין קאווע שטיבל. אבער ב"ה לא אלמן בישראל, עס האט זיך אויך אן מיר אנטוויקלט א הערליכער משא ומתן, זה בונה וזה סותר כדרכו של תורה. אין אישית האב איך באקומען פון חכם הרזים, לית רז דלא אניס ליה, @שליח דעם פאלגענדעם תגובה, און איך בין עס דא מפרסם ברשותו.

שליח האט געשריבן:א וויכטיגע און ווייטאגליכע נושא, אבער הגם ס'איז זייער געשמאק ארויפצולייגן נאך א פראבלעם אויפן סיסטעם, דוכט זיך מיר אז ס'איז פיל מער קאמפליצירט. הונדערט יאר צוריק האט מען גארנישט געלערנט אין די חדרים (חוץ פון חומש און גמרא), אבער די מאסן-שפראך איז געווען פיל רייכער. כ'וואלט פארגעשלאגן אז די ראד דרייט זיך אויף פארקערט, נישט ווייל מ'רעדט נישט טראכט מען נישט נאר ווייל מ'טראכט נישט רעדט מען נישט. (אגב, וואס מ'לערנט אין די אלגעמיינע שולעס איז א קנאפע הוכחה אויף וואס דער דורכשניטליכער גוי ווייסט למעשה, ווי יעדער וואס האט שוין געשמועסט אדער זיך געשריבן מיט א צאל פון זיי ווייסט, פארט איז דאס נישט קיין חצי נחמה פאר אונז).
ס'האט מיר איבערראשט די הנחה וואס אלע האבן דא אנגענומען מיט א פשטות, אז זיך האלטן צו די כללים פון גראמאטיק בארייכטערט דעם וואקאבולאר. איז פארהאן עפעס הוכחות (אדער כאטש הסברים) דערצו? ס'איז אמת אז די וואס זענען אויסגעצייכנט אין איינס זענען געווענליך אויך אויסגעצייכנט אין די צווייטע, אבער דאס איז ווייל איין סיבה, חוש (אדער געפיל) צו שפראך, ברענגט ביידע.
אן אנדערע (און לדעתי מער אפעקטיווע) עצה וואלט געווען אז ר' יידל זאל ממשיך זיין מיט זיין ווערטער בוך אינציאטיוו.

א שטיקל פלא וואס מ'טענה'ט זיך דא ארום איבער מחשבה און שפראך, און קיינער ערווענט נישט אז ס'איז פון די ערשטע און יסודות'דיגע נידונים און לינגוויסטיקס, ע"ע linguistic relativity און Sapir–Whorf hypothesis. גאנצע שפראכן זענען באשאפן געווארן דאס צו דערגיין. היינט צוטאגס איז אנגענומען אז linguistic determinism איז פאלש, און מחשבה איז אוודאי טיפער ווי שפראך, פארט קען שפראך משפיע זיין אויף מחשבה.
בנוגע די שטודיעס וואס יאיר (און אנדערע) ברענגען נאך, ווען וועלן זיך שוין די אזויגערופענע researchers זיך אויסלערנען אז correlation is not causation? וואס זאגט איר צו מיין היימיש געמאכטע שטודיע, וואס ווייזט אויף אז 100% פון די וואס ווייסן נישט די טייטש פון Tangent, Vector, און Polynomial קענען נישט קיין מאטעמאטיקס? לפי"ז איז דאך פארהאן א גראנדיעזע לעזונג צום Innumeracy פראבלעם! מ'דארף פשוט אויסלערנען די דריי ווערטער פאר די מאסן און אלעס איז מסודר! כמובן אז ס'איז פונקט פארקערט, ווער ס'קען מאטעמאטיק פארשטייט וואס די ווערטער מיינען. וועמענס געפילן זענען אומאנטוויקלט וועט אויטאמאטיש שוואכער אויפכאפן די ווערטער וואס באצייכענען הרגשות וואס ער האט נאך קיינמאל נישט מיטגעלעבט.


דברים כדרבונות, ודברי חכמים בנחת. נאר אויף איין נקודה וועל איך מעיר זיין, איך האב קיינעם נישט חלילה באשולדיגט אינעם מצב. כ'האב נאר אנגעמערקט דעם מציאות, און פרובירט צו מציע זיין געדאנקן צו פארבעסערן דעם מצב.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4340 מאל

הודעהדורך יאנקל » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 1:07 am

הערליך געזאגט, @הילל און @שליח.
אין לי פנאי להאריך כעת, אבער איך וויל נאר דערמאנען אז כאטש ווהארף היפאטעזע איז היינט אפגעווארפן, איז אבער דער געדאנק נישט אפגעפרעגט. לדוגמא, עיי' בספר Through the Language Glass, לגיי דויטשער.

און וועגן גראמאטיק און וואקאבולאר - דאס זענען צוויי באזונדערע זאכן. איך האב קיין ווארט נישט דערמאנט וועגן גראמאטיק.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 1:13 am

יידל האט געשריבן:אין אישית האב איך באקומען פון חכם הרזים, לית רז דלא אניס ליה

נו, הוגה, זעהסטו וואס עס געשעהט מיט דאפעלטע נעגעטיוו'ס?...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3623
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7169 מאל

הודעהדורך שליח » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 8:52 am

כ'האב חלילה נישט באשולדיגט יידל מיט באשולדיגן, אדער יאנקל מיט מישן וואקאבולאר און גראמאטיק. אדרבה, ירבו כמותכם.

יאנקל האט געשריבן:אין לי פנאי להאריך כעת, אבער איך וויל נאר דערמאנען אז כאטש ווהארף היפאטעזע איז היינט אפגעווארפן, איז אבער דער געדאנק נישט אפגעפרעגט. לדוגמא, עיי' בספר Through the Language Glass, לגיי דויטשער.


ריכטיג, ווי געשריבן:
שליח האט געשריבן:היינט צוטאגס איז אנגענומען אז linguistic determinism איז פאלש, און מחשבה איז אוודאי טיפער ווי שפראך, פארט קען שפראך משפיע זיין אויף מחשבה.


ואעתיק וואס דויטשער שרייבט אין זיין עפילאג:
In the second part, we saw that the linguistic conventions of our society can affect aspects of our thought that go beyond language. The demonstrable impact of language on thinking is very different from what was touted in the past. In particular, no evidence has come to light that our mother tongue imposes limits on our intellectual horizons and constrains our ability to understand concepts or distinctions used in other languages. The real effects of the mother tongue are rather the habits that develop through the frequent use of certain ways of expression. The concepts we are trained to treat as distinct, the information our mother tongue continuously forces us to specify, the details it requires us to be attentive to, and the repeated associations it imposes on us—all these habits of speech can create habits of mind that affect more than merely the knowledge of language itself. We saw examples from three areas of language: spatial coordinates and their consequences for memory patterns and orientation, grammatical gender and its impact on associations, and the concepts of color, which can increase our sensitivity to certain color distinctions.


אבער למעשה דוכט זיך מיר אז דויטשער ברענגט אויך בלויז קארעלאציעס. מאן יימר אז די רוסן באטראכטן ליכטיג-בלוי און בלוי פאר באזונדערע קאלירן ווייל זיי האבן עקסטערע נעמען, אפשר האבן זיי באשאפן עקסטערע נעמען ווייל זיי באטראכטן עס ווי צוויי קאלירן? ווען ס'קומט צו אזעלכע ענינים איז אויסטערליש שווער - אויב נישט אוממעגליך - פעסטצושטעלן וואס איז די סיבה און וואס די מסובב.

פאר פונקטליכערע שטודיעס בענין זה, זעהט Whorf hypothesis is supported in the right visual field but not the left, The language of implicit preferences, און די ווערק פון באראדיצקי און לאפיאן. (אגב, דוכט זיך אז ביידע זענען אידן, ארום העלפט פון די פיאנירן אין מאדערן לינגוויסטיקס זענען געווען אידן, אריינגערעכנט ספיר גופא און נועם חומסקי, און די verbal IQ פון אשכנזישע אידן איז - לויט רוב שטודיעס - העכער ווי דורכשניטליך. א גרויסע צאל אידן האבן היסטאריש געדינט אלס מתורגמנים, און רוב פאלק האט געקענט מער ווי איין שפראך בעת וואס רוב פונעם אלגעמיינעם באפעלקערונג זענען געווען בוכשטעבליכע אנאלפאבעטן, נישט געקענט ליינען און שרייבן. לעניננו, דער מצב איז טאקע ביטער, אבער מ'דארף אויך קוקן אויף די פאזיטיווע חלק: ווען מ'וואלט בכלל נישט געלערנט קיין שפראך אין די אלגעמיינע שולעס, אזויווי מ'לערנט נישט אין די חדרים, וואלט דער דורכשניטליכער גוי געקענט וואס א דורכשניטליכער קאווע-שטיבל מעמבער קען?).

אגב, דאס אז מחשבה איז נישט אין ווערטער איז פעסגעשטעלט נישט בלויז אין לינגוויסטיקס נאר אויך אין neuroscience, אין Descartes' Error, למשל, איז Damasio פארנומען אז מחשבה גייט אין בילדער, (הגם נישט דוקא visual images), און ער ברענגט נאך אזוי פון די ערפארונג פון אזעלכע גאונים ווי מענדלבראט, פיינמאן, און איינשטיין. די דריי אידישע גאונים האבן צוגעטראפן לדברי הרשב"א (ברכות טו.) דבהרהור הלב לא שייך לשון (וע"ע כתובות מה: רש"י ד"ה רחמנא ניצלן ובהקדמת נכד הגר"א לביאורו על שו"ע אז טיפע מחשבה קען שטערן שפראך), און אזוי איז אויך די ערפארונג פון אזעלכע פשוטע מענטשן ווי מיר (הגם נישט אין images, נאר עפעס וואס האט לכאורה נישט קיין ווארט, אדער איז גאר מחשבה די ווארט ;) ). איינער וואס טראכט אלעמאל אין ווערטער פארניצט פשוט איבריגע ענערגיע און צייט צו רעדן צו זיך אליינס, זיך מסביר זיין וואס ער ווייסט שוין באמת. טראכטן אין ווערטער האט א מקום ווען מ'וויל עס מסביר זיין פאר א צווייטן, אדער נאך וואס די מחשבה איז שוין גענצליך אויסגעבויט און מ'וויל עס צונעמען אנאליטיש.

מ'דארף אויך דערמאנען די פארקערטע מכה, דאס נוצן לאנגע, קאמפליצירטע אדער באמבאסטישע ווערטער פאר איינפאכע מושגים, אדער sesquipedalian. אנשטאט שפראך ארעמקייט ווייזט דאס אויף געדאנקען ארעמקייט. ווי ס'ווערט אויפגעוויזן אינעם מאמר וואס האט געווינען דעם Ig nobel price אויף ליטעראטור אין 2006, "Consequences of Erudite Vernacular Utilized Irrespective of Necessity: Problems with Using Long Words Needlessly" (PDF), א שרייבער וואס נוצט overly-complex ווערטער ווערט באטראכט אלס ווייניגער קלוג. און סתם אזוי דארפן מיר זיך רעכענען מיט די וואס ליידן אויף hippopotomonstrosesquipedaliophobia...
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 506 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 723 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 10:01 am

הילל האט געשריבן:איין עצה: כאטש אנהייבן פיטערן די יונגווארג, ווען דער שפראך פענסטערל איז נאך ברייט אפן.


ווער זאל עס אויסלערנען?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15112
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17817 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18114 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: הוגה און 3 געסט