יידל האט געשריבן: צווישן אנדערע האבן מיר @קארל (ז"ל), @ישובניק, @יאנקל, @יאיר ,@פשוט-קאמפליצירט, @שרגא און נאך פילע.
און דערביי טוען מיר זיך אנטשולדיגן פאר די אלע חשוב'ע רבנים וואס האבן זיך משתתף געווען ביים היי יעריגן מעמד סעודת הודאה, און צוליב די ענגשאפט איז מען נישט אנגעקומען צו פארצייכענען זייערע נעמען, כבוד תורתם במקומם מונח, ואתכם הסליחה.
לאור דעם אפיעל פון ישמעאל, שלעפ איך ארויף דעם הערליכן אשכול וואס איך האב נישט עספיעט צו באמערקן ביז היינט. מעז יצא מתוק, ס'איז געווען שוואך היינט, האב איך געזוכט אין די ארכיוון, ויגעתי ומצאתי מטעמים.
יישר כוח יידל, באמת א מייסטערווערק, לעצטנס האב איך געגרינדעט אן אשכול מיט'ן נאמען "שיין שרייבן" צו אדרעסירן די טעמע פון גראמאטיק, און עס האט ב"ה נישט זוכה געווען צו איבריגע פאפולעריטעט, אויסער אז פינטעלע שיקט מיך נעמען הוגה'ס אנקעטע, ועיין שם. לאור אייער רוף איבער דער וויכטיגקייט פון א ברייטן וואקבלואר, וועל איך פרובירן שטעלן דערויף דארט א געוויכט.
(איר זעט למשל, איך וואלט מיך געקענט באנוצן מיט'ן פשוט'ן "דגוש", אבער איך האב ענדערש אויסגעוועלט דעם שענערן אידישן "געוויכט".)
נישט סתם צו וואסער מאלעווען, בין איך אויך ביי דער מיינונג אז א ברייטערע שפראך ברענגט אריין נייע טערמינען (געקענט זאגן מושגים, דער עולם זאל אנהייבן נעמען נאטיצן...) אין א מענטשן.
קוק למשל דאס ווארט trend, מ'קען זאגן סטייל, אדער שטיקי, וואס זענען ביידע נישט קיין גענויע סינאנימען. אז מ'ווייסט פון דאס ווארט האט מען זיך איינגעקויפט א נייע טרעמין.
אגב דאגב דאגב, פאר א שטיק צייט צוריק איז אויפ'ן בי.קיו.אי. געווען א בילבארד אדווערטייזמענט פון לעקסוס מיט א סלאגאן now trending. מיך האט עס זייער געכאפט, לכאורה איז עס א שפיל אויף די ווערטער פון now pending, ויש בזה עומק ואכהמ"ל.
אלנפאלס האב איך אין פלאן צו עפענען אן אשכול איבער אלע סארטן טעגליינס און סלאגאנען למיניהם, וואו מ'וועט שטודירן זייערע באדייטן לאורכם ולרוחבם, און איך וועל יעצט טרעידמארקען דעם נאמען פאר דער אשכול וועלכע וועט בעז"ה גערופן ווערן: א שפיל מיט ווערטער.
מאראנצן, קענסט שוין גיין שלאפן, יוצא געווען, גענוג שטותים פאר איין טאג, טאמאראו איז ענאדער דעי (גראדע א גוטער סלאגאן, מ'דארף נאר טרעפן דעם ביזנעס צוגעפאסט דערצו, כידוע המעשה עם הדובנער מגיד והגר"א שהמשלים הם בקדקדו קודם להנמשלים וק"ל).