די קריטישע וואלען אין מאנסי.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לייבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

די קריטישע וואלען אין מאנסי.

שליחה דורך לייבעלע »

אין מאנסי קען מען גארנישט אטעמען די טעג און וואכען. עס איז הימל און ערד און וואלען. ווי מען שטיייט און ווי מען גייט באגעגענט מען זיך מיט טאוולען און ריזיגע פלאקאטען און קונטרסים און ביכלעך אין אלע שולען און געשעפטען וואס אנאנסירען שרייען מיט ריזיגע ווערטער הצלת מאנסי. הכונו למערכה אדירה.

איך קוק מיך אום אויף די וואלען אין מאנטריאל, ווי די מינדי פאלאק האט געווינען מיט א שמאלע מערהייט, וואקסט אביסעל דאס הערצעלע פון נחת. אפגעזען די פאקט אז זי האט געווינען מיט קוים געציילטע שטימען איז עס די פאליטיק וואס איז פארגעקומען דארטען אז ס' איז נישט פאראן אפאר רבנים און עסקנים וואס טעראריזירען דעם דעת הקהל, און צווינגען יעדער צו האלטען ווי זייער דעת קודשם. נאר דער עולם האט אויך אביסעל דיעות כוזבות און דעסיידט פאר זיך ווער לוינט זיך פאר מיר, און מען איז דוחה בקש דעם חוב קדוש ועשית ככל אשר יורוך

אין מאנסי איז עס אביסעל א בחינה פין או לי מיצרי אוי לי מיוצרי. ווייל קיינער וויל טאקע נישט די שונאים זאלען געווינען און אויספירען אפילו בלויז האלב פון די איבערגעטריבענע טעראר וואס אונזערע עסקנים שרעקען אינז אן, מען דארף די סערוויסעס און ס'איז העכסט וויכטעג צו האבען א אפענעם אויער ביי די באהערדע. אבער אויכעט טוט וויי פארן ציבור די פאקט אז מאנסי ווערט די נייע וומב'ג בבחינ' ישיבת כרכים קשה. און די עסקנים האבן אייגעענע אגענדעס אינאיינעם מיט די בילדערס און דעועלאפערס וועכע בויען אן מיט 4 שטאקיגע הייזער יעדעס שטיקל שטח, קוים עפעס א זכר פון גראז און נישטא געניג ארט פאר פארקינג, די טרעפיק איז אויכעט נורא ואיום בפרטיות בערבי ימים טובים און די סקול באסעס יעדען טאג איז אויך נישט אוועקצומאכען עס נעמט א לאנגע צייט יעדעס געסל קע"ה ועוד ידיהם נטויה, און ציליב פאר זייערע אדזשענדעס שפאנען זיי איין די דעת הקהל וועלכע לאזן זיך פירן כצאן לטבח סיי פון די וועד האישור הקודש און סיי פון די עסקנים וועלכע שרייבן איבעראל אז יעדעס אידיש הארץ וואקסט פון פרייד זעהענדיג די בליה און וואוקס פון מאנסי און די קעגנער ווילן פשוט אויסהארגענען די אידן און שרייען גאנצען טאג פן ירבה, מען האט זיי גאר א נאמען געגעבן די פן ירבה גרופע. חחחח. ווי אויך שרייבען אינטער אלע מוסדות וואס זינגען יעדע וואך עהרליך זרענו וכספינו ירבה כחול.

די טעראריזם אין די שוהלן איז אין לשער. אלע אנדערע צעטלעך זענען פארקלעפט מיט גאר שרעקעוידגע בילדער און אויסרופן, מען קען נישט יעצט הענגען צעטלעך פון שלום זכר און וואכט נאכט. אלעס ווערט איבערגעקלעפט מיט די מערכה אדירה להצלת יושני מאנסי וועכע נעמען אלעס פאר גרענטעד און לעצטענס קומען שוין נישט ארויס וואוטן,

די עקסנים האבען געכאפט א געזינטען פליק אין וואלען לעצטע חודש [זע דא פאר מער אינפאו] און זיי ציטערען אין די הויזען, ואשר על כן דרייעט מען איבער די שטאט מיט א מצב וואס איז נאך נישט געווען מאז היתה מאנסי לעיר ישראל.

בלייבען די מאנסי איינאוואינער צווישען האמער און נאגעל, די קלוגערע מישען זיך נישט און וועלן בליבן זיצן אינדערהיים און זאגן ולה' הישועה, און די אנדערע אידען פון וועמ מען פארלאנגט ניש נאר 15 מינוט וועלן שטיין 2 שעה אין די לאנגע רייעס אין די הייסע שטיקעדיגע צימערען צו דרוקען די קנעפל פאר די אוהב ישראל,

ונזכה ונחיה ונראה מחר יהי' האות הזה ולה' הישועה.

דער אשכול פארמאגט 65 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר