קידוש השם פאר א טייערע פרייז!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 972 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

קידוש השם פאר א טייערע פרייז!

שליחה דורך ראש הישיבה »

אויף קול מבשר איז דא אינטעוויאו מיט א מלמד פון קאניטיקעט, וואס האט געמאכטא קידוש השם.
ער פארציילט אז ער האט געקויפט א געניצטע טיש פון אן אינו יהודי, אין ביים אריין ברענגן די טיש אין שטוב האט ער איז געדארפט צונעמן, ווי ער האט געטראפן א זעקל מיט $98.000.00!!! דער איד פארציילט אז היות ער האט געוואוסט אז דער פרערדיגע בעל הבית'טע פונעם טיש איז דער איינציגסטע בעל הבית, האט ער מיט זיין ווייב אפגעמאכט אז זיי גייען מאכן א קידוש השם (ווי עס זעהט אויס אז על פי הלכה איז מען נישט מחוייבף אלץ 'אבידת אחיך- ולא אבידת נכרי) אין עס צוריק געבן. כדי מקיים צו זיין חינוך הבנים און אויסלערנן די מדה פון אמת, האבן זיי מיטגענומען די קינדער, אין צוריק געגעבן די געלט.
ווי עס שטעלט זיך אויס האט די פרוי באקומען די געלט פון א ירושה, אין זי האט עס פארלייגט. דער פרוי האט זיי באדאנקט מיט התפעלות זאגענדיג אז זיי וואלטן עס ווען געקענט האלטן אין קיינער וואלט נישט געוואוסט.

איך וויל פרעגן את חוות דעתכם. 1 האלט איר אז ער האט ריכטיג געטוהן? 2 וואלט איר אויך אזוי געטוהן?

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר